בלאט 1 פון 1
שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:45 pm
דורך שפתים ישק
דער פינגער / ווי א זינגער
א דריי א קנייטש / אן אנדערער טייטש
א כאפ א נייער / תנא ושייר
א סברא הוידל בוידל / דריי דעם אגודל
שאקלט מימין לשמאל / ווארנט צו זיין וואויל
דעם בעל קורא נוצבאר / דער פוינטער די אצבע
ווען טרעפן מ'דארף / אביסל זיעת אף
אסאך גרינגער / ווען מ'נוצט דעם פינגער
ביים רבי'נס טיש / קלאר מ'זעט נישט
מיט'ן פינגער שטופ די גלעזער / העכער די נעזער
א גוי אפ'פטר'ן / זאל ער גיין פלאטערן
נוץ יענע פונדערמיט, ער'ט כאפן אין א מינוט
די אוזניים אויספוצן / נוץ די קמיצה
די אגודל נאך א נוצן / פאר די וואס מאכן נאך אויף עס מציצה
מ'וויל איינעם שוין דא האבן / מיטן אצבע אויף ארויפוועגס גראבן
טאמבס אפ איים גוד / האסט מיך געמאכט א גוד מוד
אצבע על אגודל ושאר אצבעות כלפי מעלה / פשיהא עמעיזינג מיט יעדע מעלה
א דריי מיט'ן פינגער צום מח ארויף / זיי וויסן ס'פעלט דיך א שרויף
צוויי פינגער ווי א ווי / א סימן אויף וויקטארי
די אצבע מיט די קמיצה / אונטער'ן טיטשער'ס רוקן בדיצה
דער כהן / שפרענגט אויפ'ן בוהן
ווען ער בענטשט די אידן / א גראבע ווי פאר פרידן.
אצבע אלקים היא / זה קלי ואנוהו
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:51 pm
דורך שמעקעדיג
פיין, פיין.
וואס איז מיט די שבכל הלילות סימבאל?..
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:52 pm
דורך לית דין בר נש
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:07 pm
דורך בשבילי!
און דעם פייג?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:11 am
דורך לעיקוואד
אריגענעלער איידיע און סובייעקט. שיינע גראמען און ענין. מ'קען ווייטער טראכטען אויף דעם..
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 10:32 am
דורך שפתים ישק
דער פאעם איז די ארבעט פון מיינע 10 פינגער...
Re: שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2020 9:34 pm
דורך מי אני
דער רבינו בחיי אין סוף פ׳ צו זאגט אז די 5 פינגערס זענען קעגן די 5 חושים:
די אגודל איז קעגן דעם פה [דיבור]; מ׳נוצט דאס אויף אפצוווישן די מויל.
די אצבע איז קעגן די נאז [ריח]; יא יא...
די מיטעלסטע פינגער איז קעגן חוש המישוש; דאס נוצט מען זיך צו קראצן וכדומה. (און מיט דעם קען מען אויך פארשטיין די סימבאל פונעם ״מיטעלסטן פינגער״, דידועים דבריו של אריסטו אודות חרפת חוש המישוש.)
די קמיצה איז קעגן די עינים [ראייה].
די זרת איז קעגן די אזנים [שמיעה]; וידוע הגמרא בכתובות ה: (הגם דארט שטייט נישט אז ס׳איז דוקא די זרת ע״ש).