בלאט 1 פון 1

אראומע #6, קאסטעמער סערוויס מהו?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 10:58 pm
דורך שטילע אינגערמאן
א גוטן, כ'האב פריער געקויפט דער בעקעלע, ס'למעשה נישט די גוטע סייז, כ'קען עס טוישן אויף דער סייז?
האסט א ריסיפט?
עעעם ניין, כ,האב עס קיינאל נישט באקומען, (חזיר האסט זיך געוואלט שפארן פאפיער)
סארי וועסט מיזן צירוק קומען ווען די מעמנזער איז דא.

32.45 איז יור טאטעל
אקעי, דא האסטו מיין קרעדיט קארטל, פליז דילווער צו מיר אין די היים
סארי מינונמעם דילווערי איז 35$.
אחחח, ווי וועל איך מיך אן אצה געבן עס אהיים צו שלעפן? כ'האב דא מיין טלית אין תפילין? שוין אקעי א ברירוה האב איך?
די געשעפטס מאן לאכט זיך אונטער כאכאכא, ער האט זיך געפאהרט אן ערך פון 2 דולר, יעצט דארף ער נישט שיקן די גוים צו מיך אין די היים

א גוטן כהאב א האלבע שעה צירוק באשטעלט פאר מיין חתן א ש"ס כ'קען טוישן צו א אנדערע קאלער?
סארי כ'האב שוין דורך געלייגט די ארדער, פאר נאך 30 טולר קען איך קענסעלען די אלטע ארדער אין לייגן א נייע, (ב"ש כמו שכתוב)

כ'קען צו שרייבען נאך טויזענט מעשיות וואס געזעהט טעגליך אין די היימישע גאסן

היוצא לנו מכל זה.
פאר א טיפוש מיט די נאקעדיגע אויגן זעהט אויס די געשעפט'ס מאן א געווינער, ער האט זיך געשפארט געלט אין צייט,
להווי ידיעה "לא" מיט א ריזיגע "אלף"

די מיינסט ביסט די אייציגסטע גראסערי אין שטאט? ס'דא 60 פיס אוועק פון דיר ממזרח ומעריב צפון ומים נאך א גראסערי, אויף יעדער בלאק איז היינט דא לכה"פ איינס.
ליימענע גולם, אפשר יעצט האסטו געשפארט א דולר אבער יענער קאסטומער גייט אוועק פאר גוד, קענסט זאגן קדיש אויף עיהם, אין דורך דעים האסטו זיך געשאסן אין די פיס, האסט פארלוירען אסאך אסאך מער ווי די האסט יעצט פארדינט.
נ.ב. קענסט לכאורה פארגעסן ער זאל דא צאלן זיין בעלענס.

אז א בר מצווה בחור גייט אריין אין געשעפט אין זיכט א תפילין בייטל, די געשעפסט מאן מאכט זיך באטאמט אין איז מסביר דער האט קריסטעלס אין דער האט דיימאנס מ'קען מאכן די נאמען אזוי אדער אזוי, ער האט געגעבן צען מינוט פון זיין "טייערע" צייט פאר א ראציגע בחור קאסטומער וואס גייט סייווי קויפן ביי עיהם, אבער דער בחור קומט צירוק אין חדר ווי א גאנצע מבין אין עפענט א מויל וועגן די געשעפט, דאס גייט ווי ווילד פייער, די אנדערע בחור וויל אויך וויסען אז ער קען לייגן זיין נאמען אזוי אין אזוי.

אז א כלה גייט קויפן פארניטשער, קענסט באשמירען די ווענט פון דיין געשעפט מיט ריין גאלד קענסטו זי געבן טיי אין קאווע מיט מזונות מיט מתנות, טאמער קארגסטו אויף קאסטאמער סערוויס ביסטו א פארלוינער
שטערן'ס פארניטשור געשעפט אויף 53 אין נאו יוטריקט פארקויפט צען מאך די פארניטשור פון עני אנדערע געשעפט, וויסט פארוואס? פאר איין סיבה, ער האט גוטע קאסטומער סערוויס, אז איינער רופט אז עפעס האט זיך צובראכן קומט ער אריבער אין ברענגט א נייע אדער פארעכט וגו'. בעת ער ]ארקויפט די זעלבע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אלע אנדערע

לפע"ד הערטס אויף אינוועסטן אין שיינע עדד'ס מיט באלאנען וגו' די וויכטיגסטע זאך איז קאסטומער סערוויס.

איך בין געווען לעטצענס קויפן אפאר קעכער (kitchens) וואס כ'האב געדארפט קויפן אפאר שטיק די זעלבע,
איך קום אריין אין א נישט ידישע געשעפט, באשמירט מיט הערליכע פעינטינגס, שיינע מאגעזינען, רידעג בענקלעך, שמעקט פיין, אויסגעפיצטע נקיבות גרייט צו באדינען, ס'מיר געפאלן די ערשטע רגע. למעשה האבן זיי מיך געשטופט אויף א געוויסע קאך, ווייל דארט מאכן זיי די מערסטר געלט. כ'האב אריין געקוקט דערין אין כמעט געגאנגען פאר די דיעל.

פארן באשטעלן האט מיך איינער שטאראק גערראטן כ'זאל אויסטשעקן א צווייטע געשעפט, א אלטע בעיסמענט א אלטע גוי, סארחעט אוועק, ניצט נישט אפי קיין קאמפיוטער, (א נפק"מ פון G&G ביז KESSER CLOTHINGׂׂׂׂ) אבער ער האט פארמאגט קאסטומער סערוויס. א ווערענטי, געווען גרייט צו נעמען קאפ וויי, געווען גרייט צו רעדן אויפן טעלעפאון ביינאכט.

וואס מיינט איר? כ'האב באשטעלט דארט אלץ אין געס וואט? כ'דארף יעצט נאך א שימפענט אין כ'גיי צירוק אין חוץ מזה האב איך שוין געשיקט אהין כמה מענטשן.
נו, ווער איז ארויס א געווינער?
דער וואס כ'האב געהאט א פיינע קאווע אין שטעלט צו מזונות אין זונות? אדער דעס וואס האט באקומען פון מיך א ריזיגע ארדער, אין כ'האב שוין אהין געשיקט נייע קאסטעמערס??\
איינער פון די סיבות עמעזאן איז אזוי שטארק מצליח, ווייל זיי שטעלן א טאון אז די קאסטעמער איז אייביג גערעכט.

די זעלבע מיט א קאר ליסינג, פארמעסי, קלינערס, ז'ודעיקע, הארדווער די ליסט איז ענדליסט.
עטץ האטס אלע גרויס קאמפעטישן, האסט שתי ברירות בדבר, אדער יעצט שפארן א משהו קאפ ווי אין אפשר אויך א פיפציגע ביי די זייט, אדער האסטו א סאליד קאסטומער אין די הענט וואס איז צופרידען פון דיר אין גייט רעדן וועגען דיר ווען מ'פרעגט עיהם, אין מגייט עיהם פרעגן?
נו וועלכע וועילסטו אויס?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:09 pm
דורך ראש הישיבה
ביסט גערעכט וואס דו שרייבסט וועגן קאסטאמער סערוויס. אבער וואס דו מאכסט אוועק אדווערטייזמענט, דאס בין איך נישט מסכים. ווייל דו גייסט קעגן א חסידישער געדאנק וואס די ריי"ץ פלעגט אלץ חזר'ן: חזקה על התעמולה שאינה חוזרות ריקם.

וכיהודה ועוד לקרא, וועסטו זעהן אז מארקעטינג איז איינער פון די וויכסטיגע זאכן פאר א ביזנעסץ

מארקעטינג איז די חלק וואס ברענגט די טרעפיק, סערוויס מאכט אז די טרעפיק זאל נישט אנטלויפן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:11 pm
דורך מאטי
ווידער איז אלץ דא די סוג קונים וואס עסן אויף דעם גאל, און ''יעדער" וואונטשט זיי פארן קאנקורענט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:24 pm
דורך סענס סטריט
אינגאנצען גערעכט! מען דארף וויסן איין כלל the costumer is always right אפילו ס'איז שווער באט דיז איז ביזנעס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:19 am
דורך נולד מאוחר
טריי צי ריטארנען ביי א גוישע דיפארטמענט סטאר אן א ריספט, גארנישט וועט דיר העלפן.
משא"כ די אידשע געשעפטן קענסטו סאך שנעלער דורך קומען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:41 am
דורך BAL TSHIVA
[color=#FF40BF]נ.ב. קענסט לכאורה פארגעסן ער זאל דא צאלן זיין בעלענס[/color]
איז דעס א פסק הלכה??????? אי מין קאם אן וועגן א קליינע געפעכט נישט צו באצאלן א בעלענס ????? וואס איך וואלט לכאורה געטון איז ארויס נעמען מיין קרעדיט קארד אין באצאלט מיין טאטעל באלאנס אין זאגן אין פנים (Kevin from the shark tank) I'm out never again

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:53 am
דורך BAL TSHIVA
מיין לייק איז פאר די ווערטער
"לפע"ד הערטס אויף אינוועסטן אין שיינע עדד'ס מיט באלאנען וגו' די וויכטיגסטע זאך איז קאסטומער סערוויס." Do you run your own show? if self employed do you use this
concept or just talk the talk but not walk it ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:55 am
דורך BAL TSHIVA
If you have employees how do you implement it they should do the same?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 9:24 am
דורך כוכב
דער ארטיקל איז קאפי רייטעד, און זיי מוחל פעסטער רבי, אויב ווילסט עס ניצן פאר אטענציע, זאלסטו אויסקויפן די רעכטן פון שטילע פאר טבין ותקילין! :like

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:27 am
דורך שמערל
נולד מאוחר האט געשריבן:טריי צי ריטארנען ביי א גוישע דיפארטמענט סטאר אן א ריספט, גארנישט וועט דיר העלפן.
משא"כ די אידשע געשעפטן קענסטו סאך שנעלער דורך קומען.

אין home Depot און אין cotsco, קען מען ריטערנען אן א רעסיט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:46 am
דורך ישמעאל הכהן
שטילע אינגערמאן האט געשריבן: די ליסט איז ענדליסט.

העי מעיק אפ יור מיינד :like

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:29 am
דורך דולה ומשקה
געהאט א מעשה ביי אייכלערס - צוריק געגעבען א פראדוקט אבער נישט געהאט קיין ריסיט, ער זאגט מיר אז קען נישט צוריק נעמען אן א ריסיט, ער פרעגט מיר אבער גלייך "דו ווייסט וועלעכע פאון נומבער האסט גענוצט", כ'האב געזאגט, זאגען זיי ניין דער פאון נומבער האט עס נישט געקויפט ס'נישט אויפן קאמפיוטער, ער זאגט מיר איים סארי, איך פרעג איהם וואס קען מ'טוהן אפשר העלפסטו מיר ארויס, זאגט ער מיר איין מינוט ער גייט רעדן צום שכן ער איז דא לענגער, יענער קומט צו ער פרעגט יתכן דו געדענקסט דו 'דעיט', זאג איך יא דעמאלס און דעמאלס, ווייזט ער מיר די סקרין פון 13 קאסטאמערס וואס האבן יענע טאג געקויפט דער זעלבע זאך, צו זע איך איינע פון נומבערס, זאג איך איהם יא דאס איז מיין צווייטע פאון נומבער.

ב"ה איך בין ארויס צופרידן, אפשר די מענטשען וואס האבען געווארט פאר א רעדזשיסטער האבן זיך גערעגט אויף דער פעגער פארענט פון זיי, אבער אייכלערס האט אלעס געטוהן מיך פרידן צו שטעלן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:35 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:41 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]שטילע אינגערמאן[/tag] איך האף אז דער ארטיקל דא איז נישט נאר פאר די אראומע סאמעטוכא, נאר די האסט באמת תשובה געטוהן יום הקדוש און די בלייבסט שוין א היגער דא אין שטיבל!
פארלאז אונז נישט נאכאמאל! :cry: :cry: :cry:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:02 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ש'כח שטילער פארן עפענן דיין צוגענייטן מויל און אונז לאזן הערן דיין פערל ווערטער, זאל דער אייבשטער העלפען אז דער מלאך הממונה על סטיטשעס זאל נישט האבן קיין שליטה אויף דיר.
בד"וו ביי אונז אין שטאט איז קאסטעמער סערוויס מער ווייניגער או קיי (וועלעכע שטאט? קען נישט זאגן משום גילוי. הינט? נישט וויליאמסבורג) חוץ פון דעם מעקעניק וואס יעדע מאל לאזט ער מיר ווארטן צוויי שעה, און נאכדעם ריפ ער מיר אפ ביזן זיבעטען ריפ. יעדעס מאל עקסטער שווער איך מיר ביי וואקסמאן'ס בארד אז איך גיי נישט צוריק אהין. אבער ככלב שב אל מעקעניקו גיי איך צוריק צו דעם זעלבען (דא האב איך געוואלט שרייבן די ווארט 'פריקין' נאר משום אימת הציבור איך האלט מיך איין) מעקעניק. גיי ווייס אפשר איז דאס שטאקהאלם סינדראם.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:07 pm
דורך איך אויך
טענקס בענדשי פארען זיך איינהאלטן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:50 pm
דורך יואב
שטילע, שפתיים קישאק פלאס!

פונקט האב איך געהאט ענליכע פאסירונגען, ביים באזוכן דריי באזונדערע היימישע געשעפטן, בלויז אין דעם לעצטן חודש.

1) א גוטן, איר האט אפשר אן עקסטרע-לארדש זעקל, פון דעם גריכישן עפריקאט-דשעם, וואס מ'שמירט אן אויף די ערבות?

דער דרימל-פרצוף'דיגער זכר שלעפט ארויס זיינע אויגן פונעם סעל, בעת ווען זיינע פינגער נעמען נאך יא האלב אנטייל אין דעם וואטס-עפפ שמועס, און זאגט מיט א טאן פון מיטגעפיל געמישט מיט פוילקייט: "נאר וואס דו זעסט דא!"

2) רויטע זאת-חנוכה פעמפערס מיט'ן וואלאווער הכשר האט איר נאך?

פוילע קנאבל-בארד , ווישענדיג דאס בייגל אין דער צו'מזיק'טער טונא פושקע:" זאג פאר דעם גוי, ער וועט דיך געבן".

איך זוך דעם גוי פאר א שמיטה מיט א חומש, אבער דא טרעף איך אים, ער טראגט איצט א האנט-טרעקל מיט סחורה, און פון זיין ספאניש קוקט נישט אויס אז איך וועל די פעמפערס האבן עני-טיים-סאן.

"דער גוי זאגט ער איז ביזי."

"וואס זאגסטעעעעעע" קרעכצט ער ארויס ווי א בהמה, "אייל פייוו, אלל דע וועי צום סוף, אויף דער רעכטער זייט, צווישן די רויעל-מערינעטעד-גרידלאק קנויטן, און בדיקת חמץ לעפלעך, העסט שוין זען".

איך זע נאר פון התאחדות.

"דעמאלט האב איך נישט, סארי."

 
3) העלא, ווען פארמאכט איר? 

"זיבן אזייגער".

פיר אזייגער נאכמיטאג, א קליין צעטעלע הענט אויף דער טיר: " מיר וועלן זיין צוריק אין 15 מינוט. מיט אנטשולדיגונג."

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2017 1:28 am
דורך פאטעיטא טשיפ
דער G&G דארף מען צו האקן די טוירן לעולם דוד.

איך שפאציר אריין מיט א ברייטקייט אין די בארא פארקער געשעפט, ס׳הייסט? 40 פראצענט אראפ איז עפעס א קלייניגקייט??
איך גיי תיכף צו צום סייז 58 איל כגיי וועלן א ביקיטשע, טיש, בעקיטשע סוט, אפאר הויזן.

דא דארף איך הילף פון די אנגעשטעלטע, אבער קענסט רעדן צופ לאמפ, דער איזרעלי קלאזענבורגע אינגערמאן זיצט אויפן בענקל אין האלט אונעם האנט די מעסטער, אין האקט עס יעדער צווייטע רגע אויפן ערד, ער קראכט וויצן וואס איז פאני פאר נורסערי קינדער, אין געבט די א פילינג אז האסט א זכיה צו זיין געמאסטן ביי עיהם.

ווען קומט שוין דיין ראיה, ערשט באקוקט ער דיר טאמער איז בכלל אינטרעסאנט צו מאכן שמועס מיט דיר,
״דרחחיי דיך ארחחיםם״ זאגט ער מיט א פעסטקייט ווי ער וואלט געווען פרעזידענט פון שטאט יאוונע.

״סאיז פעכככפעקט, גיי פון דא״ (כיכיכיכיכי) בשעת וואס ער צייכענט מיט זיין מארקער איבעראל.

טו מעיק עי לאנג סטורי שארט, כקום צו צאלן זאגט ער מיר וויל כנעם אריין די הויזן איז עס נאר 20 אראפ אנשטאט 40.
כגעב אזא שמייכל, כאילו כהאב שוין געהערט פיינע וויצן א מינוט צירוק, לאז מיר נאר ארויס צירוק אויפן הייסע גאס.
אבער דער אינגערמאן קוקט מיר אן ערענצט אין זאגט איבער, סאיז נאר צוואנציג טאמער מאכסטו אלטערעשין.

רבותי?? זענען אונז עפעס תחת׳ן?? איז דאס עפעס א דזאוק פון שלעפן אידן צו דיין געשעפט?? גניבת דעת מיינט ביי די גארנישט?? דאס וואס כהאב געשפענט איבער צוויי שעה, זיכן פארקינג, ארויפ שלעפן צווי שטאק אין די היצן, אלץ וויל די בעה״ב גייט יעצט אויפן א זיממער היום אין דארפ מזומן??

סאיז קיינמאל געווען אזא זאך אין היסטערי, א פשוטע שקרן, יעדער איד ביים רעדסיטער האט געהויבן ברעמען, נישט כאילו ער האט געשריבען איוב קליינע אויתיות אויפן עדד אז טאמער איז דא אלטערעישן גייט קאסטן געלט, פשוט אין פראסט א שקרן.

האט שוין אמאל א געשעפט געטשארד אויפן אלטערעשין? מיר דארף אנפאלן אז דא גייט גיין נאך 20 פראצענט ??
זייט וויסן האסט ביי מיר געגאנבעט מיין זונטיג אפפ,