בלאט 1 פון 2

עשירים וואס העלפן נישט די קינדער

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:17 am
דורך משבק
אין א אפענע שמועס מיט מיין חבר וואס דער פאטער זיינער איז א באקאנטער עושר אין שטאט . רעדט ער זיך אויס ס.הארץ פאר מיר אז אין די צייט וואס דער פאטער זיצט אויף מיליאנען אין הייסט אין די גאס אלס א גרויסער בעל צדקה. איז מנדב בנינים פאר די קהלה . טיילט צדקה מיט א ברייטקיט . פאר כל צרוע וכל זב . שטארבן די קינדער זיינע פאר הונגער!!!! אין פולן זין פון ווארט! דער איד "עושר דינן" ווייסט גאנץ גוט דער מצב ביי די קינדער און ווארפט נישט צו קיין דאלער פאר זיי .. וויל איך פארשטיין פון ווי נעמט זיך אזא אומפארשטענדליכע שלעכטיגקייט ? יעצט ווען מרעדט פון א קארגער בטבע פארשטיי איך נאך אביסל. עפעס א קראנקייט . צו אנזאמלען קעש אונטערן מאטראץ. איי די פערד איינער גייסט עס מיטנעמען אין קבר ? האב הנאה אויפן וועלט !! טייל צדקה .שעפ כבוד בוי דיר א שול! מאכסט א שמחה לאז דעם עולם ענזשויען דיין געלט !! ניין ער וויל נישט . אקעי איז נישט .אבער אזאנס פארשטיי איך נישט .. איי דזאסט דאנט געט איט. וויפיל מאס רשעות דארף א טאטע האבן זיך צוציקוקען ווי די אייגענע קינדער האבן נישט אויף שבת צו מאכן ווען ער האט די יכולת זיי צו העלפן . ווען אין פאקט האט ער דאך א ברייטע האנט ווייל פאר די קהלה און פרעמדע איז זיין טיר אפען . האט איינער א הסבר??

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:27 am
דורך כוכב
א ביטערע פאקט וואס איך האב שוין פיל מאל בייגעוואוינט. פילע עשירים לאזן זיך קאסטן פאר צדקה אין דער צייט וואס די קינדער פייגערן פאר הונגער כפשוטו!
אין פאקט בין איך אויך עטוואס א געליטענער דערפון...
איך האב א חבר א יונגערמאן א בן עלי' ממש, א תלמיד חכם ויושב אהל מיט א שטוב מיט קינדער, א נישט געזונטע קינד, און אן עני ואביון מגוזלו אן עכטע נצרך.
זיין זיידע איז א מיליאנער און אין דער צייט וואס חברים האבן פרובירט ארויסצוהעלפן דעם יונגערמאן האט זיין זיידע געגעבן א האלב מיליאן דאלער פאר מוסד פלוני וועלכער ער האט אפילו נישט קיין ספעציעלע שייכות.
איך בין געווען שאקירט און דאס הארץ האט מיר וויי געטון אבער איך מיין די סיבה איז פשוט: ס'איז א מים שאין להם סוף.
מבחין צו זיין בין דם לדם איז נישט קיין מהלך, דעריבער דארף מען געבן פאר יעדן. מיט פינף און פערציג חתונה געהאטע אייניקלעך, טויזנט דאלער א חודש רעדט מען פון 540 טויזנט דאלער א יאר. ס'איז א געפערליך גרויסע שעבוד און ביליגער נישט אנצוהויבן.
א מוסד געט מען ווען מוויל וויפיל מוויל און וויאזוי מוויל.
אבער נאך אלעמען, האט א מענטש מער פון אן עושר וואס גיט נישט ווי אן ארעמאן וואס גייט יא...

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:30 am
דורך שמואל הלוי
די תירוץ אויף דעם איז כבוד און כבוד און נאכאמאל כבוד.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:51 am
דורך משבק
סאיז זייער שווער צו מאכן א כלל יעדע פאל איז אנדערש אמאל איז דא וואס א טאטע געבט דווקא נישט .וואוסענדיג אז זיי זענען פוילע חברה און די איינציגסטע וועג זיי זאלן זיך סעטלען מיט א דזאב אין נישט אפפוילעצן די יארן מיט די מחשבה אז מיין טאטע העט מיר שוין ארויסבעילן.איז דורך זיי נישט העלפן מילא העלן זיי שפירן די נויט און גיין טוען עפעס . אבער אין פאל וואס די קינד ארבעט פון צופרי ביז ביינאכט און פאר סאמ ריזאן ברענגט נישט קיין געלט .אדער אויב איז די זון א אמתע תכשיט וואס האט די כשרונות עפעס אויפצוואקסן . זע איך נישט קיין שום סיבה אויסער רשעות פארוואס דער עושר זאל נישט העלפן

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 12:49 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז שוין ערגעץ דא א אשכול אויף דעם, אויב געדענק איך גוט.
און כוכב, עס איז שטיקל נפק"מ צווישן א טאטע און א זיידע. כאטש דער נקודה פון משבק איז א אמת'ע.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 12:53 pm
דורך ציגרעטל

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:12 pm
דורך פליקער
די שאלה נערווירט מיר שוין יארן.

עס איז דא אזא כלל אז א עושר פארשטייט נישט קיין ארימע מאן,

עס האט לכאורה נישט ציטיען מיט כבוד, עס איז פשוט אזוי ווי משטיינט געזאגט, פארגעסן פינעם בעסטען קינד. אדער די געפיל פינעם בעסטן קינד וואס מען האט דירעקט יא שטארק ליעב.

עס איז נישט צי פארשטיין, אבער עס איז אזא פאקט אז עלטערן שפירן זיך געוועינטליך, ווי איך בין נישט אליין, אז מיין מחותן וועט געיבן וועל איך געיבן, אויך איז דא אמאל א געפיל, אז די וועסט מיר בעיטן נארמאל וועל איך דיר געיבן, אמאל איז דא די געפיל, איך האב דיר דאך געגעיבן א גאנצע הויז איך האב דאך אראפ געלייגט דריי מאות, אבער וואס דער טאטע פארגעסט איז אז א הויז קען מען נישט עסן, א קינד שעימט זיך בדרך כלל צי בעיטן פינעם טאטען, טאטי מיין ווייב ברויך היינט קויפן שיך, וויפיל קאסט עס, איך האב דיר דאך ערשט געקויפט נייע שיך, אבער טאטי מיין ווייב וויל שיך, אקעי וויפיל קאסט עס, צוויי הינדערט דולר, וואס ביזט אויפן קאפ געפאלן, איז שיך געמאכט פין גין גאלד, ניין טאטי, פרעיג נאר מאמי ווען זי האט ס'לעצטע מאל געטראפן שיך פאר ווייניגער , אקעי ווייז מיר די ביל,

בקיצור די פוינט איז אז עס פארגייט די אפעטיט פינעם קינד דורך צי גיין דעים עלטערן'ס גיסטע, די נאך טעם וואס מען באקימט, און מען איז בוחר אויס צי גיין פאר הינגער, אדער נעמען עפעס טיען זאכליך.

עס איז עפעס אזא מין נערישע רעאקציע וואס עלטערן דעוועלאפן אויף די קינדער, וואס די קינדער ספעציעל רייכע קינדער קענען נישט דילדן, ביז עס גריבלט זיך א אימלאגישע שנאה פין ביידע זייטן, און אויב קראכט עס אויס איז טאקע עק וועלט, דער טאטע וואס כאפט נישט וואס ער טיט, מאכט די קאלקעלאציע, וויפיל האב איך געספענדעט אויפן קינד, ווי נישט ווי איז ער דאך נישט קיין בן יחיד

דער קינד'ס קאלקעלאציע איז מיין טאטע גיבט אויס טויעזענטערס אויף יעדען שמענדרעק, און אויף מיר מייכנט מען, כבוד וויל ער ווי א מיילך, אבער געיבן גיבט ער ווי דער קארגסטער חזר אויף די וועלט.

עס איז זייער שווער פאר א טאטע וואס האט געלט זאל זיך ארויסדרייען דערפין, וואויל איז דעים טאטע וואס ליידט נישט דערויף, און פארשטייט זיך וואויל איז דעים קינד וואס זיינע עלטערן האבן נישט דעים פראבלעים, אבער ליידער חזר'ט זיך עס איבער ביי גאר א גרויסן חלק עלטערן.

רבותי זייט אפען מיט די קינדער, דעיס גיב איך כך וכך א וואך אדער חודש, קינדער זענען נישט קיין שנארער, און עלטרן זענען נישט ג-ט

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
די טאטע געלט, די קינדער גילט, און יעדער בילט.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 2:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
ער צאלט נאר פאר זייער Education נישט קיין חילוק ווי ווייט זיי ווילן גיין מיט דעם. אבער נישט קיין פעני מער.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 2:39 pm
דורך משבק
ווארען טוט עס צוליב זיינע ליבראלע שיטות

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 2:40 pm
דורך גאנצל
ס'איז דא אסאך עשירים וואס העלפן די קינדער בויען א ביזנעס

געהערט אמאל א עושר קרעכצט זיך אונטער איך האב שוין דריי מאל געמאכט א פדיון הבן פאר מיין זון און ס'האט מיר געקאסט מער ווי חמשה סלעים.........

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 3:53 pm
דורך דוד בער
כ'מיין אבער אז רוב עשירים העלפן יא די קינדער.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:08 pm
דורך קרעקער
--------------

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:10 pm
דורך yatzmachp
עס איז זייער שווער צו רעדן בכלליות. אבער סדא גענוג קינדער פון עשירים וואס דערלייגן זייער טאטעס געלט ווייל זיי ווייסן נישט וואס געלט מיינט. איך קען פארשטיין אן עושר וואס וויל זיין קינד אדער צוגעקומענע קינד זאל זיך לערנען אויף די אייגענע בארד וואס עס מיינט א דאלער. פון די אנדערע זייט מיין איך אז עס איז דא מער קינדער וואס פארשעמען זייערע רייכע עלטערן אויף דער עלטער אדער נאכן טויט ווי עלטערן וואס געבן נישט קיין געלט פאר זייערע קינדער.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:51 pm
דורך Kool man
מיין שווער העלפט ארויס מיט א דירה, נאכדעם לאזט ער אונז זיך אליין קעיר נעמען, איין קינד האט ער געדארפט ארויסבעילען, ער האט זיך שיין צוגעשטעלט, אויכעט ביי שמחות געבט ער צושטייער, אדערווייז מוטיגט ער אונז בפועל ממש זיך צו שטעלען אויף די אייגענע פיס 8-)

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
לפענ"ד דארפן די קינדער ארויסנעמען א פולל פעידזש עד אין בלאט אדער אין איד, און באשרייבן דעם טאטן מיט שיינע מליצות און גראמען מיט קידוש לבנה אותיות. (ענדערש מיט "גהינם" אותיות.( אז ער האט דעי וואך געגעיבן א סכום הגון "מתן בסתר" פאר זיין זון, ער זאלל קענען איינקויפן אויף שבת.
אה. ס'איז מיר יעצט בייגעפאללן אז דער טאטע איז עכט א גרויסער צדיק. ער וויל מזכה זיין תומכי שבת, און קרן חתנים, און מלביש ערומים (און אפשר מתיר אסורים אויך.) מט א סאך מצוות. אויב ער וועט ח"ו העלפן זיינע קינדער וועט דאך נישט בלייבן קיין ארבעט פאר די אלע מפעלי החסד. און זיי וועלן זיך ח"ו מוזן פארמאכן. ממילא האט ער זייער גוטע כוונות, ביים נישט העלפן זיינע קינדער. לאחר מאה ועשרים, וועט מען עים אריינלייגן אלע בלעטער מיט שבחים פון די צייטונגען. און די פיקטשערס ביי דינערס וואו ער נעמט איבער א "פלעק", בשעת מ'רעכנט אויס זיינע שבחים... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :cry: :( :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 11:06 am
דורך [NAMELESS]
משבק האט געשריבן:סאיז זייער שווער צו מאכן א כלל יעדע פאל איז אנדערש אמאל איז דא וואס א טאטע געבט דווקא נישט .וואוסענדיג אז זיי זענען פוילע חברה און די איינציגסטע וועג זיי זאלן זיך סעטלען מיט א דזאב אין נישט אפפוילעצן די יארן מיט די מחשבה אז מיין טאטע העט מיר שוין ארויסבעילן.איז דורך זיי נישט העלפן מילא העלן זיי שפירן די נויט און גיין טוען עפעס . אבער אין פאל וואס די קינד ארבעט פון צופרי ביז ביינאכט און פאר סאמ ריזאן ברענגט נישט קיין געלט .אדער אויב איז די זון א אמתע תכשיט וואס האט די כשרונות עפעס אויפצוואקסן . זע איך נישט קיין שום סיבה אויסער רשעות פארוואס דער עושר זאל נישט העלפן

סאיז נישט פונקט די נקודה פון רשעות נאר דא ליגט פיל פארטמטקייט אין טפשות!!!

די אלע חשבונות זענען נאריש וייל בבוא היום וועט דער טאטע דער עושר זינקען אין זיין סעיף אדמה אין פארשימלט ווערען אין זיינע קינדער וועלען ירשענען די מליאנען פון איין מינוט אויפן צוייטען אן זיך צו גרייטען געהריג דערצו
אין טיפן הארץ וועלען זיי וינטשען דעם טאג וואס דער שוטה האט פארמאכט זיינע אויגעלעך אין יא!! ער האט געפענט זיינע הענט......
והמבין יבין....

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:11 pm
דורך איחוד פעלד
און ביז צוויי חדשים איז די געלט נישטא.

רבותי, דער עושר קען נישט ליידען א עצלן, ווען ער זעהט זיינע אייגינע קינדער ווילען נישט ארבעטען, נאר באקומען אלעס אויף א גאלדענע טעלער, איז ער דאס נישט סובל, אוודאי אויב זיין זוהן טרייט זיין בעסט און דארף הילף וועט ער העלפען, אבער דער זוהן האלט דאך נישט ביין ארבעטען, ער ארבעט נאר וויאזוי צו קענען באקומען געלט פין די עלטערען, און ער רעדט זיך אפ אויף די עלטערען ווי שלעכט זיי זענען.


ווען עלטערען גיבען געלט, ווארף עס צוריק אין פנים, געלט וואס מען האט נישט אליין פארדינט איז עקעלדיג.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:21 pm
דורך משבק
אה ענדליך רעדט שוין איינער צום זאך!! און דעיס וועט אויך געבן צו פארשטיין פארוואס פאר פרעמדע געבט ער יא?

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:16 pm
דורך קפנדריא
משבק האט געשריבן:אה ענדליך רעדט שוין איינער צום זאך!! און דעיס וועט אויך געבן צו פארשטיין פארוואס פאר פרעמדע געבט ער יא?


מסתמא גיט ער נאר פאר אזעלכע פרעמדע וואס זענען נישט פויל..

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:18 pm
דורך קפנדריא
אן עןשר'ס א קינד האט זיך אמאל אפגערעדט, מיין אונגערישער רייכער טאטע פארלאנגט פון מיר איך זאל זייין א שטאלצער אונגערישער, בשעת מיין טאטע אליין פירט זיך אויף ווי א רעכט גאליציאנער...

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 2:25 pm
דורך בן בג בג
אביסל קען זיין אז עס האט צו טוהן מיט די פאקט, אז מ'קען אמאל זעהן מענטשען מענער אדער פרויען וואס זענען זייער פאפולער צווישען חברים/ות אלס פיינע וואוילע נאכגעביגע מענטשען, אבער מיט זייער 'ספאוס' באנעמען זיי זיך אינגאנצען אנדערש, זיי קריגען זיך כסדר און זענען זייער סעלפיש אנדערש ווי ביי סתם מענטשען. ווען ער/זי איז אין א שלעכטע מוד וועל'ן זיי עקטען צו זייער ספאוסעס אנגעצויגען און אנגעבלאזען, אבער צו חברים/ות וועלן זיי עקטען כאילו לא היה.
קען זיין ווייל א חבר, טאמער עקט מען נישט נארמאל אדער מ'קריגט זיך צו אפט ווייסט דער מענטש אז די חבר וועט אים זייער שנעל אפלאזען, אנדערש ביי א זיוג ווייסען זיי אז מ'לאזט זיך נישט אפ אזוי שנעל און די ספאוס וועט סוכ'ס סיי ווי מוחל זיין, ממילא סובקאנשעסלי נעמט מען אביסל עדווענטעדש. (אמאל קען זיין אז דאס איז ווייל ס'דא אהבה און מ'ווייסט אז די ספאוס וועט אים עקסעפטען אפילו מ'האט אים נישט אזוי שיין באהאנדעלט, אבער אפאר מאל איז דאס אז אינדערהיים געט מען זיך אויס די מידות מושחתות נעמענדיג עדווענטידש אז מ'לאזט נישט אפ איינעם אזוי שנעל). קען זיין די זעלבע זאך איז ביי קינדער, פאר חברים דארף ער זיך געפעלן מיט טיילען געלט, אבער די קינדער זענען דאך זיינס....

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 2:33 pm
דורך משבק
דעיס איז א סינעריא וואס ווערט אנגערופן אין קורצן."bpd" disorder