בלאט 1 פון 1
מצרי פארלאנגט קאמפענסאציע פאר די עשר מכות
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 10:53 am
דורך יואליש
אין די עגיפיטישע טאג-צייטונג אל-יאמי אל-יאסי שרייבט קאלומניסט אחמאד אל-גאמלי אז די אידן ברויכן ווערן אנגעקלאגט צו באצאלן קאמפענסאציע פאר די פיזישע, פסיכילאגישע און פינאנציעלע שאדן וואס די צען מכות האבן אנגעברענגט אויף דאס מצרי'שע פאלק.
פילייכט אין א פארזיך צו אויסמיידן גביהא בן פסיסא'ס לעגאלע ארגומענט אז די מצריים זענען גאר די וואס זענען שולדיג פאר די אידן פאר די שקלאפן ארבייט, טענה'ט דער שרייבער אז פרעה איז שולדיג אויף די אידן'ס ליידן פון קענכטשאפט, נישט דאס פאלק. און דאס פאלק האט נישט פארדינט די קאנסקווענצן פאר פרעה'ס אומרעכט.
אויך פארלאנגט אל-גאמלי אז די ווערטפולע נדבת המשכן זאל אומגעקערט ווערן צו די מצריים, ווארום פון ווי האבן די אידן געהאט די אלע ווערדפולע מאטריאלן אין א נאקעטע מדבר? בהכרך קומט דאס פון די מצריים. ס'איז נישט קלאר אויב די אנקלאגע וועט פארלאנגן רעסטיטוציע אויך אויף די תחש.
דער שרייבער רופט מ'זאל ניצן אלע "לעגאלע מיטלן." ס'איז ערווארטעט ער שיקן אן הזמנה לד"ת צו התאחדות.
http://www.jewsnews.co.il/2014/03/28/eg ... l-plagues/
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 11:11 am
דורך פישלע העררינג
קודם וועלן אפאר לויערס מאכן א פאר גרייצער, וואס איז סתם אזוי א דבר טוב.
והשנית, זאל ער קודם אויפווייזן - הביאו ספרי יחוסיכם - אז ער איז טאקע אן אפשטאמיגע פון יענע מצריים. בא נבוכדנאצר ובלבל את כל העולם כולו.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 11:13 am
דורך יואליש
פישל'ע העררינג האט געשריבן:קודם וועלן אפאר לויערס מאכן א פאר גרייצער, וואס איז סתם אזוי א דבר טוב.
והשנית, זאל ער קודם אויפווייזן - הביאו ספרי יחוסיכם - אז ער איז טאקע אן אפשטאמיגע פון יענע מצריים. בא נבוכדנאצר ובלבל את כל העולם כולו.
אויך זאל ער זיך שטעלן אין ליין: לעתיד לבא, ווען די באבוב ד"ת איז פארטיג, וועלן מיר זיך זארגן איבער דעם. דערווייל זענען די בתי דינים זייער פארנומען.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 11:17 am
דורך מאטי
אויב ער פארשטייט אז אויפן שקלאפן ארבייט איז נאר פרעה שולדיג און נישט דאס פאלק. וואלט ער געדארפט פארשטיין אז אויף די מכות איז אויך נאר גאט שולדיג און נישט די שקלאפן.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 11:40 am
דורך יואליש
מאטי האט געשריבן:אויב ער פארשטייט אז אויפן שקלאפן ארבייט איז נאר פרעה שולדיג און נישט דאס פאלק. וואלט ער געדארפט פארשטיין אז אויף די מכות איז אויך נאר גאט שולדיג און נישט די שקלאפן.
אצבע אלהים הוא. וע"ד זה אפשר לפרש דאס ווערטעל "בחינם באקומט מען כינם." צוליב מכות כינם איז די מצריים יצאו חינם אין כסף. (הגדה של פסח, יואליש תשע"ד).
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 11:57 am
דורך פליקער
וואס זענען מיר שילדיג אינדע מכות וואס הקב"ה האט אויף זיי געגעיבן, אויך האבן מיר געפינען די ביזה ביים ים, עס האט נישט געהאט קיין זין ציריק ציגעיבן ווייל זיי זענען געוועין דערטראנקן, על כן וואס זענען מיר שילדיג אז אינזערע עלטערן האבן זיך פארטשעפעט מיט זייערע עלטערן, אויך קימט אינז דען נישט גארנישט פארן ארבייטן עבודת פרך פארן מיצריש פאלק, אזוי ווי די גמרא ברעינגט שוין אזא טענה מיט איין מצרי.
עניוועי איך בין רעדי פאר א פייט
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
עס טוט זיך אויך לעבעדיג אין איראן אז עס איז געווארן א גרויסע באוועגונג ביים עולם דארט צו קלאגן די אידן פאר 75 טויזענט טויטע בזמן מרדכי ואסתר. נישט קיין ווערטל.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 1:52 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:20 pm
דורך פלעין יודיש
און וואס איז מיט מדין'נען???
זיי זיצען זיך אזוי שטיל אין ווינקעל
פארוואס קלאגן זיי אינז נישט אהן פארן הרגענען זייער נביא בלעם'ען???
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:31 pm
דורך דריידל
אלץ אן אייניקל פון זיידע תרח וויל איך קלאגן אייניקלעך פון אברהם אבינו פאר'ן צוברעכען די געטשקעס
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:34 pm
דורך diff
Sorry, Itzu is a nice man he gives them also a chaluka. and he pays for their eye doctor
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 12:52 am
דורך יאיר
דריידל האט געשריבן:אלץ אן אייניקל פון זיידע תרח וויל איך קלאגן אייניקלעך פון אברהם אבינו פאר'ן צוברעכען די געטשקעס
דאס וועסטו לאזן די אייניקלעך פון די געטשקעס.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 6:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער לאיערlawyer איז א איד?
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 7:27 pm
דורך מאטי
איינער דערשאוויץ .. רינגס ע בכלל?
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:27 pm
דורך אברעמעל
די דין תורה קומט אויך פאר נאך אפריל פאאל?
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 5:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער היתר ערכאות ליגט ביים ווינער רב?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:36 pm
דורך גאנצל
אינטערסאנט די מצריים גלייבן דערין און געוויסע אידן ווילן עס פארלייקענען......