בלאט 1 פון 2
נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:18 pm
דורך קאווע טרינקער
הרב יצחק זלמן גיפס, לאנג יעריגע ראש הכולל ספינקא בארא פארק, און דומ"ץ ברכת אברהם וויען, האט געמאלדען אז ער זאגט זיך אפ פון כולל, און וועט אי"ה עפענען א ישיבה.
פרטים יבואו אי"ה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:20 pm
דורך זר זהב
כ'הער ער איז א גוטער בעל דרשן
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:38 pm
דורך chosen people
איך הויף אז ער האט נאך מעלות ווייל אויב זיין מעלות איז נאר אז ער איז א ת''ח און אויכט א גוטע בעל דרשן , מיינט נאך נישט אז ער האט די קוואליפקאציע צו קעיר נעמען פון בחורים.
עניוועיס, וואס גייט זיין די עיקר ציהל פון די ישיבה, וויל ער זיין עפעס יוניק אקעגען אנדערע ישיבות.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:17 pm
דורך קאווע טרינקער
יוניק ישיבה'ס איז דא גענוג. יעצט דארף מען א נארמאלע ישיבה, ווי בחורים וועלן לערנען אידישקייט, מענטשלעכקייט, וכו'
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:32 pm
דורך מאראנצןזאפט
ער האט היינט אויסגעקלאפט מיט א מעשה אין כולל אז אן אלטער בחור האט אמאל געזאגט ער איז שוין זאט פון בחור'ישע פראבלעמען, ער וויל שוין אביסל שלום בית פראבעלעמען...
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:32 pm
דורך איחוד פעלד
go rabbi gips go
אדרבה ואדרבה, מיט הצלחה.
פערזעהנליך וואלט איך אים מייעץ געוועהן אז א ישיבה איז נישט פאר אים, באט, ער פרעגט דאך מיר נישט, אלזא, זאל זיין מיט א הצלחה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:39 pm
דורך אפשר פארקערט
איז דאס דער נייער "דרשו" באמבע?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:04 am
דורך קאווע טרינקער
אפשר פארקערט האט געשריבן:איז דאס דער נייער "דרשו" באמבע?
ניין, ער איז שוין א באמבע נאך פאר תקופת דרשו.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 10:17 pm
דורך berlbalaguleh
chosen people האט געשריבן:איך הויף אז ער האט נאך מעלות ווייל אויב זיין מעלות איז נאר אז ער איז א ת''ח און אויכט א גוטע בעל דרשן , מיינט נאך נישט אז ער האט די קוואליפקאציע צו קעיר נעמען פון בחורים.
עניוועיס, וואס גייט זיין די עיקר ציהל פון די ישיבה, וויל ער זיין עפעס יוניק אקעגען אנדערע ישיבות.
איין מעלה איז אז אין די נייע ישיבה וועט מען לערנען תורה! דאס איז גענוג!
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:29 am
דורך איחוד פעלד
עס וועט זיין נאך א מצויינים ישיבה, גאר נישט מער.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:32 am
דורך קאווע טרינקער
איחוד פעלד האט געשריבן:עס וועט זיין נאך א מצויינים ישיבה, גאר נישט מער.
שקר.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:27 pm
דורך קאווע טרינקער
ושמא דמתיבתא דגיפסא דא, נהרדעא שמא.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 3:12 pm
דורך מאראנצןזאפט
ס'איז אן אייזערנעם נאמען גע'גנב'ט פון ש"ס וגשל.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:51 pm
דורך קאווע טרינקער
אוודאי פון וגשל.. אויב וואלט ער געגנבט פון עוז והדר וואלט דאך די ישיבה געהייסען "מהדורת פרידמאן".
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:55 pm
דורך מאראנצןזאפט
מתיבתא און חברותא זענען ביידע ערשט קלאסיגע נעמען.
די איינציגסטע וואס האט נישט קיין נארמאלן נאמען איז ארטסקרול, א קלאסיש היסטארישער-מעגא ווערק מיט א געבארגטן ענגלישן נאמען פון א פאבלישינג הויז.
פאני.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:57 pm
דורך קאווע טרינקער
ברכת אילנות - מתיבתא... א שיינע נאמען? WTפ
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 5:00 pm
דורך מאראנצןזאפט
הע?
וואט דע **** האב איך פארשטאנען, אבער ראשית התגובה איז נישט אזוי קלאר.
מן הסתם מיינסטו צו פרעגן אז אלעס וואס עוז והדר מאכט טראגט שוין היינט דעם נאמען מתיבתא אריינגערעכנט הגדות, ברכת אילנות, בענטשערס, און קרית שמע ליינערס.
ס'איז נישט קיין קשיא ווייל ס'איז שוין היינט א ברענד נעים טרעיד מארק.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 5:04 pm
דורך קאווע טרינקער
היינו טעמא ד"ארטסקרול".
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 5:32 pm
דורך דבילה
סוף דבר, וואס איז די מטרה פון רב גיפס? און איז דאס נישט א פראבלעם מיט ווין, וואו רב גיפס איז איינגעשטעלט אלס דיין?
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 5:37 pm
דורך קאווע טרינקער
מטרה איז מרביץ זיין תורה און אידישקייט.
וויען? זיינע בעלי בתים שטופן אים דאס צו טוען. זיי האבן גארנישט מיט ישיבת וויען.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:46 am
דורך קאווע טרינקער
נעה, כ'האב געעפענט דעם אשכול ווייל כ'האב געמיינט אז...
יעצט זעה איך דעם עד אין המודיע.. אויך'מיר א סטעף. שוין. כ'רעד נישט.
די ישיבה שטייט אויף "תורה עבודה שלימות"
חסד איז נישט קיין ארטיקל?
בכלל, אויב ס'דא תורה עבודה און גמ"ח, וואך נאך פעלט אויס פאר שלימות?
פארוואס דארף שוין די ערשטע מודעה פונעם ישיבה זיין געשריבן אויף א קארנעוועל נוסח?
און צו @מבשר ואומר, סתם אן הערה'לע, איר האט אמאל
געמאלדען וועגן עפעס א נייע ישיבה. ס'עפעס געווארן פון יענע שלאפלאזע חלום?
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:36 am
דורך שמעקעדיג
און וואס טוט זיך מיט אויסלערנען די עלטערע בחורים א פאך אין דער זייט אז נאך דער חתונה זאלן זיי פארשטיין ווי אזוי א טשעק קען באונסן?
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:46 am
דורך קרעקער
ווער איז די סטעף