בלאט 1 פון 2

6 נ.י. פאליטישאנס ארעסטירט מיט די הילף פון א היימישן איד

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2013 9:54 pm
דורך זר זהב
ניו יארק פאליטיקס קארפטירט עז קען בי. עטליכע פאליטישאנס זענען היינט ארעסטירט געווארן, איינער פון זיי איז ניו יארק סטעיט סענאטאר מאלקאלם סמיט, דעמאקראט פון קווינס. ער האט געוואלט אינטערקויפן עטליכע רעפובליקאנע פארטיי פירער אין ניו יארק אז ער זאל קענען לויפן פאר מעיאר אויף די רעפובליקענע טיקעט, כאטש ער איז א רעגיסטרירטער דעמאקראט. דער אנדערע ארעסטירטער איז דער רעפובליקאנער סיטי קאנסילמאן דעניעל העלארען פון קווינס און נאך עטליכע שישקעס.

ווי אויך איז דער מעיאר פון ספרינג וואלי ארעסטירט געווארן.

פאר מער ליינט דא אלע דיטעילס,

http://www.nytimes.com/2013/04/03/nyreg ... d=all&_r=0

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2013 10:02 pm
דורך הדד בן בדד
באלד וועט מען געוואר ווערן אז בלומבערג שטייט אונטער די גאנצע מעשה, ווייל ער וויל דאס נוצן צו קענען לויפן פאר א פערטן טערמין.

איך זעה נישט וואס זיין ברייבערי צו קענען לויפן פארן דריטן טערמין איז בעסער פון דעם (חוץ אז ער פארמאגט אפאר ביליאן מער ווי די חברה)

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:22 pm
דורך זר זהב
א חסידישער איד שטערן פון מאנסי האט געהאלפו די עפ בי איי. דער שטערן האט לעצטענס געפליעד גילטי אויף אייגענע שווינדלערייען. -- עט ליעסט ער האט נישט פארמאסערט רבנים...

http://bronx.news12.com/news/tri-state/ ... -1.4999569

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:53 pm
דורך דעת תורה
משה שטערן, א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל, (מער ווי 20 יאר שוין), האט איינגעמיירעט די פאליטישאנס מיטן הילף פון א אנדערן עף בי איי אגענט, זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי ריעל עסטעיט סוחרים ווא דארפן פאליטישע הילף צו רוקן פאראויס זייערע פראבלעמאטישע פראיעקטן, אין אויסטויש פאר ערלעדיגן טובות פאר די פאליטישאנס.

עס וואונדערט נאר, פארוואס די פאליטישאנס האבן נישט געכאפט אז איינער וואס פליעט גילטי אויף איין קעיס, וועט לאו דוקא זוכן א פרישע אונלעגאלע אקטיוויטעט בשעת מעשה ממש.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:02 pm
דורך איינגעמיירעט
איז דאס דער זעלבער שטערן וואס האט אנגעדרייט חיים יהושע באבד ?

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:05 pm
דורך זר זהב
ס'גייט בעקפייערן כאב מורא. א חילול השם נישט נארמאל.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:24 pm
דורך אויס מענטש
ווער זאגט אז עס איז דער משה שטערן ?

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:28 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:ס'גייט בעקפייערן כאב מורא. א חילול השם נישט נארמאל.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:45 pm
דורך שמעקעדיג
מיין שוואגער פון מאנסי זאגט מיר אז ביי דעם שטערנ'ס הויז טוט זיך אויף טישן און בענק. די מידיא שטייט דארטן און ווילן וויסן דעטאלן פון דער געשיכטע, בשעת די שווארצע שוימען פאר כעס. ה' ישמרנו.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:09 pm
דורך היסטאריקער
אויס מענטש האט געשריבן:ווער זאגט אז עס איז דער משה שטערן ?



די פרעגסט נאך?

דעת תורה ווייסט שוין אפילו אזא וויכטיגע פרט אז ער איז " א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל", און די האסט נאך ספיקת?

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:31 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז נייעס באריכטעט

http://www.vosizneias.com/127356/2013/0 ... ry-scandal

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:32 pm
דורך לעמיל
א שיינע הייזקע האט ער

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:49 pm
דורך שמעקעדיג
דער חילול ה' איז איום ונורא. פארביי זענען די טעג ווען מען האט געקענט טראסטן א איד.
געווען גוטע צייטן אמאל.......

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:15 pm
דורך אויס מענטש
היסטאריקער האט געשריבן:
אויס מענטש האט געשריבן:ווער זאגט אז עס איז דער משה שטערן ?



די פרעגסט נאך?

דעת תורה ווייסט שוין אפילו אזא וויכטיגע פרט אז ער איז " א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל", און די האסט נאך ספיקת?


טייערער היסטאריקער! הייב דיין סעלף קאנפידענס, אז די לייקסט עפעס צו נישט צוריק,
די נקודה וואס די שרייבסט האב איך געוואלט פראווען, אז נאך פאר מען ווייסט קלאר ווער עס איז, ס'נאך מוטל בספק און שוין שרייבט מען וואס דרוקט אין בויך, און אפי' עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז דאס איז די נקודה נאך אלץ בתוקפה נאדיר א לייק און איך צו נישט צוריק!

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:27 pm
דורך היסטאריקער
מיין לייק איז געווען א טעות ווען איך האב דיך געוואלט ציטירן, עס איז נישט געווען וואס צו לייקן

אבער איך זע אז די ווערסט ״אויס מענטש״, נאדיר א לייק

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:33 pm
דורך מיילעך
דעת תורה האט געשריבן:משה שטערן, א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל, (מער ווי 20 יאר שוין), האט איינגעמיירעט די פאליטישאנס מיטן הילף פון א אנדערן עף בי איי אגענט, זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי ריעל עסטעיט סוחרים ווא דארפן פאליטישע הילף צו רוקן פאראויס זייערע פראבלעמאטישע פראיעקטן, אין אויסטויש פאר ערלעדיגן טובות פאר די פאליטישאנס.


וואס ווילט איר פון קרית יואל? ער איז א תלמיד מובהק פון רב קאפעלמאן ישיבת לוצערן שווייץ, ער איז פון די גאר נאנטע תלמידים פון רב קאפעלמאן פערזענליך און ער האט יארן לאנג געגעבען גרויסע געלטער פאר ישיבת לוצערן, אין ד לעצטע צייטן נאך א גרויסן סכום פאר רב קאפעלמאן אין די האנט דא אין ניו יארק.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:36 pm
דורך ברעט מענינג
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז ר׳ אהרן געט ארויס אזעליכע פירות!

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:43 pm
דורך אוי טאטי
אפשר קען מען סטאפן אריינמישן פאליטיק אין יעדע ריר!?
ווי קומט ר׳ אהרן דא אריין? ער וואלט פונקט אזוי געקענט לערנען ביי מהר׳זל, אז דו ווילסט שטארק רעדן איבער די נושא וואספארא תלמידים ר׳ אהרן גיבט ארויס, עפען אן אשכול דערפאר אין צימעס, פארשמירט נישט דעם גאנצן שטיבל דערמיט!

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 6:32 pm
דורך וואלפה
משה שטערן'ס הויז
קרעדיט:vin

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 6:39 pm
דורך מיילעך
http://www.crainsnewyork.com/article/20 ... /130409955

די בילד ווערט קלארער: די סאטמארער עושר יוסף לייב מארקאוויטש פון מאנסי (יצחק ראזענבערג'ס שוואגער) און זיין ווייב אסתר מארקאוויטש זענען שטארק פארמישט אין די פרשה.

די עולם ווייסט וואס דארט טוט זיך?

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 8:36 pm
דורך דעת תורה
מיילעך האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:משה שטערן, א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל, (מער ווי 20 יאר שוין), האט איינגעמיירעט די פאליטישאנס מיטן הילף פון א אנדערן עף בי איי אגענט, זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי ריעל עסטעיט סוחרים ווא דארפן פאליטישע הילף צו רוקן פאראויס זייערע פראבלעמאטישע פראיעקטן, אין אויסטויש פאר ערלעדיגן טובות פאר די פאליטישאנס.


וואס ווילט איר פון קרית יואל? ער איז א תלמיד מובהק פון רב קאפעלמאן ישיבת לוצערן שווייץ, ער איז פון די גאר נאנטע תלמידים פון רב קאפעלמאן פערזענליך און ער האט יארן לאנג געגעבען גרויסע געלטער פאר ישיבת לוצערן, אין ד לעצטע צייטן נאך א גרויסן סכום פאר רב קאפעלמאן אין די האנט דא אין ניו יארק.


הער, איך האב דזשאסט געשריבן וואס כהאב געליינט אויף וו.א.נ. וזל"ק:

Originally in the garment business, Stern moved on to the real estate business and is described in media accounts as a real estate developer. Stern graduated Satmar Yeshiva United Talmudical Academy in Kirays Joel in 19911

און מיין ציל איז געווען ID porpose only, עס פעלט זאליס וואס האבן גראדואירט פון דארט תשנ"א?

איימסארי אויב איימיצער איז געווארן אפענדעט.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 8:39 pm
דורך אברעמעל
שמעקעדיג האט געשריבן:דער חילול ה' איז איום ונורא. פארביי זענען די טעג ווען מען האט געקענט טראסטן א איד.
געווען גוטע צייטן אמאל.......

דעם שטערן האט מען קיינמאל נישט געטראסט, ווער ס'קען אים.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 9:43 pm
דורך אריק
איך פארשטיי נישט, די דעוועלאפערס האבן געדארפט הילף פון די פאליטישאנס צוליב אומגלייכע זאכן און אין אויסטויש האבן זיי צוגעזזאגט צו העלפן די פאליטישאנס אין זייערע פעלדער, איינער וואס קען העלפן א פאליטישאן זאל זיך נישט קענען אליין העלפן נאר דארף נאך צוקומען צו הילף פון קלענערע פאליטישאנס?