בלאט 1 פון 6

ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:06 pm
דורך גרוש
אזויווי מיין מצב לאזט מיר נישט שלאפן ביינאכט, וואלט איך מיר געוואלט זיך אונטערהאלטן דא, וואס איז נייעס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
שלום עליכם
פארוואס דארף ווייב-לאזיגקייט ברענגען שלאפלאזיגקייט?
איך וואלט געזאגט פונקט פארקערט, איר דארפט די בעסטע שלאפן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:15 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם א איד.
ווי קופערניקוס שרייבט, ווילאנג איר האט נישט קיין פארטנער, און ספעציעל א וויינענדיג קינד, כאפט אריין, איר וועט זיך בענקען...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:18 pm
דורך העלא
שלו' עליכם, ליין די אלטע בחורים אשכול

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:43 pm
דורך גרוש
גלייב מיר בנאמנות, איך קוק ארויס בכליון עינים אויף די מאמענט צו הערן דעם נער בוכה, איך וועל מיר נישט ווענקן,

פארוואס עס ברענגט שלאפלאזיגקייט, ווייל עס איז א צרה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:52 pm
דורך שמעקעדיג
גרוש האט געשריבן:גלייב מיר בנאמנות, איך קוק ארויס בכליון עינים אויף די מאמענט צו הערן דעם נער בוכה, איך וועל מיר נישט ווענקן

מיינסט "בענקען" אדער "וועקן"? ;)

(סארי אויב כ'האב דיר וויי געטאן)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
אויב די ביסטו א גרוש איז נישט געזונט פאר דיר דווקא דאס צונוצן אלס דיין ניק, לאז אביסל לעבן, קריך אביסל אוועק פון דיין סיטואציע, געב דיר א נאמען בעל-בעמיו, אדער טאטע פון אכט קינדער, וכדומה, צו וואס מקיים זיין וחטאתי נגדי תמיד? לעב אביסל, דיין פראבלעם וועט אריבערגיין, געדענק לא אלמן ישראל ולא גרוש, רק חתונה געהאט עם משפחות ברוכות ילדים

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:33 am
דורך איך אויך
איך בין זיכער אז ווען ער וועט אי"ה בקרוב אויפגעראכטן ווערן וועט די הנהלה עם לאזן טוישן זיין ניק. " טאטע פון אכט קינדער" וועט לכאורה נעמען א שטיק צייט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 8:19 am
דורך איחוד פעלד
ער קען זיין א גרוש און זיין א טאטע פין אכט קינדער צוזאמען.
און טאמער נישט העט ער באלט האבען מיינע דיינע אונזערע אלעס צוזאמען ניין.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:51 pm
דורך גרוש
די ניק נוצט מען נאר, ווען מ'איז לאו מוד, אדער ווען וויל זיך אויסגעבן די ווייטאג, דאס איז נישט געמאכט פאר דעילי לייף,

עס איז נאר געזונט, ווען מ'מאכט אנדערע פארשטיין די מצב,

אויב וויל איך שרייבן אויף קאווע שטיבל, וואלט איך גענוצט א אנדערע ניק,

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 8:59 pm
דורך גרוש
ווען עווער איר זענט אין די מוד פון שמועסן קענט מען מיר קאנטאקטן אין וגל טאלק אויף:

GURISH12@GMAIL.COM

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:57 am
דורך דולה ומשקה
צוויי שאלות בנוגע דעם אשכול:
1) בייטאג מעג מען אויך דא אריין קומען?
2) פון וויפיל אזייגער ביז וויפיל אזייגער איז דאס ביינאכט (פון צאת הכוכבים ביזן נץ?)
ווייל אויב איז דער אשכול פאר די וואס קענען נישט שלאפען איז דאס אויפן בלויז פון איינס ביז 6

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:13 pm
דורך העלא
.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:43 pm
דורך פיקציע
געוואלט פרעגן די זעלבע ווי דולה, פון ווען רופט מען נאכט פון די 60?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:12 pm
דורך [NAMELESS]
אויב ווילט איר באמת איינשלאפן וואלט איך ווארעם געראטן איר זאלט לייגן די טעלעפאן-קאמפיוטער אין א זייט, אויסטאן די ברילן, מאכן טונקל און אפשר וועט איר יא איינשלאפן, אזוי מיטן קוקן צו איינער דערבארעמט זיך און שרייבט אייך א תגובה איז מובטח לו שלא יישן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:57 am
דורך חכם מחוכם
וואס האט פאסירט מיטן גרוש??, ס'נישט קיין מענטשליכקייט צו עפענען א אשכול פאר ביינאכט, און ער אליין שלאפט, מ'דארף דא זעהן אויפצולעבן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:53 am
דורך ידען
אפשר איז ער שוין געהאלפען געווארען?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 8:52 am
דורך גרוש
חכם מחוכם, איך אנטלויפ נישט, איך בין דא, נאר איך םפרוביר יא צושלאפן ביינאכט, פון מאל צו מאל געלונג עס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:27 pm
דורך לעמיל
גרוש האט געשריבן:ווען עווער איר זענט אין די מוד פון שמועסן קענט מען מיר קאנטאקטן אין וגל טאלק אויף:

GURISH12@GMAIL.COM

נאר באנאכט אדער באטאג אויך?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:32 pm
דורך קליגער איד
פאר ווער עס פרעגט מיין מיינוג איך האלט אז די אשכול גייט מיט די צייט ווערן פון די גרעסטע אשכולות

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:29 pm
דורך שמעקעדיג
אז א "קלוגער איד" זאגט אזוי, דאן זענען מיר שוין פארזיכערט.
חכם עדיף מנביא.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:28 pm
דורך גרוש
קלוגער איד ישר כח פאר די חיזוק, מ'קען מיר קאנטאקטן 24/7 אויף מיין גוגל טאלק,
די רעספאנדן וועלן אי"ה קומען ASAP

אזויווי אחרי כל הנסיונות האב איך נאך אלץ אמונה ב"ה, סא וועל איך נישט ריספאנדען בעצם יום השבת וי"ט, ווי אויך נישט אינמיטן שמו"ע, און אפילו נישט באמצע הפרק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 7:30 pm
דורך שמעקעדיג
קליגער איד האט געשריבן:פאר ווער עס פרעגט מיין מיינוג איך האלט אז די אשכול גייט מיט די צייט ווערן פון די גרעסטע אשכולות


דיין בר פלוגתא זאגט אנדערש:
viewtopic.php?p=47216#p47216