בלאט 1 פון 5
איינרעדענישן און באבע מעשיות
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 4:53 pm
דורך גוטזאגער
לכבוד די חול המועד פראגראם וועט מען אנפאנגען א פרישע נושא וואס מען וועט בהאנדלען לענגעדעס אדער מיטאס (כמיין אז די ווארט מיטאס שטאמט פון עבריט)
א פאלקס לענגעדע מיינט א מיינונג און אן אנגענומענע זאך וואס די פאלקס לייט האלטען אז עס איז אמת און עס האט נישט קיין מקור און עס קען גאר זיין אז עס איז שקר (איז געווען א עקסטערע אפהאנדליג אויף דעם ענין אין די שפאקטיוו אז עס פעלט אויס זאל מען עס אריבער ברענגען ייש"כ)
איך וועל אנפאנגען מיט דאס וואס איז געשטאנען באשריבען און איך וועל צולייגען
האר וואקסט דיקער און שנעלער צירוק ווען מען שערט עס אפ
האלטען בעטעריס אין פרישעדער מאכט די בעטעריס זאל זיך האלטען לענגער
עס דויערט זיבען יאר פאר גאם עס זאל ווערן פארדייט אין די מאגען
מען קען זען די טשיינע וואל פין די ספעיס
(לכאורה איז די מויער אין כינע די איינציגסטע מעיד אין טשיינע וואס עס האלט זיך מער ווי א יאר
צו קנאקען מיט די פינגערס ברענגט אז אויף די עלטער זאל די הענט ציטערן
אויב מען גייט איינעם איבער קען יענער מער נישט וואקסען
טרינקען לעימאנעיט נאך פיש מאכט אז די פיש זאל צוריק לעבעדיג ווערן.....
צו עסן מייערן איז געזונט פאר די זעה קראפט (גראדע האב איך א ראיה אז עס העלפט יא ווייל האזעלעך עסן אסאך מייערן האסט שוין געזען א באני רעביט מיט גלעזער?.....)י
אגב סדא וואס טענה'ען אז ליינען אין טינקעל האט בכלל נישט מיט האבען גלעזער ווייל אויב איינער רעדט צו דיר שטיל א שטיק צייט דארפסטו זיך נישט אנטון הערן מאשינדלעך
א רויטע שמאטע טוט אויפרייצען א קו
אז איינער איז באגראבען געווארען בשעתן בויען די האווער דאמבע
אז מען קען איינעם הרג'ענען ווען מען ווארפט אראפ א פעני פון עמפייער סטעיט בילדונג
היטלער ימ"ש האט געהאט קאטשקע פיס
סדא נאך איך געדענק נישט אלעס אויפן מאמענט איך וועל צולייגען נאך
א חסידישע רבי דארף זיין א מלאך
ריזיאל המלאך קומט פון אדם הראשון
די מגן דוד האבען אידען ערפונדען
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:43 pm
דורך נולד מאוחר
ווייטעמין עי אויל העלפט פארווקסען א שניט.
א בעד קלעבט צי האר.
א דיינוג נידעל שטעכט.
מגייט ארויס פין א פענצטער וואקסט מען נישט.
מגייט איינעם איבער וואקסט מען נישט.
אמאל איז געווען גרעסער מוחת קליגערע מענטשען.
מ'זאגט קענסער הערכערט מען די ראטע דאס צי באקומען.
נ.ב איך בין נישט 100% אז דאס זענען מיטאס, אבער כ'מיין.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:55 pm
דורך איחוד פעלד
דער רויטע שמאטע איז יא אמת.
קען זיין אז א בלויע שמאטע רעגט אים אויך אויף.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 8:41 pm
דורך געפילטע פיש
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די ווארט מיטאס, אבער פילייכט קומט דאס פונעם מיתוס אין עיברית, וואס קומט פון די ענגלישע Myth.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 9:56 pm
דורך גוטזאגער
אויב מען עפענט א שירעם אינטער א דאך וועט רעגענן ביי די חיפה
(א סגולה פאר אלע עלטערע בחורים און מיידלעך אז זיי זאלען גיין אינטערן חיפה כמיין זיי זענען מסכים אז זיי קענען באשטיין אז עס זאל רעגענן....)
אז מען קוקט אסאך אויף די לבנה ווערט מען א לבנה קריכער
אז ווען מען רעדט פין א צווייטען קומט יענער אן
אויב מען לערנט נישט אויס א קינד צו רעדן וועט עס פון זיך אליין אנפאנגען צו רעדן לשון הקודש (אדרבא פורבירט עס אויס...)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:10 pm
דורך נולד מאוחר
גוטזאגער האט געשריבן:
אז ווען מען רעדט פין א צווייטען קומט יענער אן
אדער שליקערטס מען
גוטזאגער האט געשריבן:אויב מען לערנט נישט אויס א קינד צו רעדן וועט עס פון זיך אליין אנפאנגען צו רעדן לשון הקודש (אדרבא פורבירט עס אויס...)
דאכטס זיך אז איינע פון די ראשונים שרייבען דאס, איך בין נייגעריק ווער?
נישט אז דאס מאכטעס אויס לעגענד. און די צייטען פון די ראשונים איז געווען לעגענד.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:12 pm
דורך נולד מאוחר
א גוי האט 32 ציין א איד האט 31.
לא-עשה כן לכן גוי, ומשפטים בל- ידעים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:30 pm
דורך קלוג און יונג
נולד מאוחר האט געשריבן:א גוי האט 32 ציין א איד האט 31.
לא-עשה כן לכן גוי, ומשפטים בל- ידעים
די מיינסט פארקערט אוודאי, א איד האט צוויי און דרייסיג. (נ.ב. דעס איז נישט א myth, נאר א פאקט:-)
און כ'האב געזען אמאל אין א ספר אז דעס איז די סיבה פארוואס א איד טאר נישט אריינבייסען אין אן עסן, ווייל ווען מען בייסט ווערט א צורה פון א 'כ', און מיט די 'לב' ציין ווערט עס כלב.
משא"כ א גוי האט נאר 'לא', מעג ער בייסען. אדער מעג ער בייסען ווייל א כלב איז נישט פאררעכנט פאר א שלעכטע זאך ביי גוים.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:40 pm
דורך נולד מאוחר
מיי מיסטעק
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:55 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די ווארט מיטאס, אבער פילייכט קומט דאס פונעם מיתוס אין עיברית, וואס קומט פון די ענגלישע Myth.
דאס ווארט "מיטהאס" שטאמט פון גריכיש. "עברית" האט עס גענומען גלייך פון גריכיש.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:א גוי האט 32 ציין א איד האט 31.
לא-עשה כן לכן גוי, ומשפטים בל- ידעים
ס'איז אויסגעהאלטן אפילו לויט'ן גראם. "לא עשה כן" ער האט איין און דרייסיג ציין.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:10 pm
דורך קלוג און יונג
א שטארק באקאנטע:
די נאמבער דרייצען איז אומ-מזל'דיג. אויך מזל'דיג.
אויך פרייטיג דער דרייצענטער אין חודש איז די מערסטע אום-מזל'דיג טאג
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:16 pm
דורך דבילה
קיינמאל געהערט פון א "לענגעדע". לעגענדעס האביך שוין איינמאל געהערט...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 2:57 am
דורך שמעקעדיג
גוטזאגער,
אין דער שטערן/שפאקטיוו איז געווען אן ארטיקל אפצולאכן פון די אלע איינרעדענישן.
זייער שיין באשריבן און לוינט זיך צו ליינען.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 3:52 pm
דורך gehlungen
גוטזאגער האט געשריבן:אויב מען עפענט א שירעם אינטער א דאך וועט רעגענן ביי די חיפה
(א סגולה פאר אלע עלטערע בחורים און מיידלעך אז זיי זאלען גיין אינטערן חיפה כמיין זיי זענען מסכים אז זיי קענען באשטיין אז עס זאל רעגענן....)
אז מען קוקט אסאך אויף די לבנה ווערט מען א לבנה קריכער
אז ווען מען רעדט פין א צווייטען קומט יענער אן
אויב מען לערנט נישט אויס א קינד צו רעדן וועט עס פון זיך אליין אנפאנגען צו רעדן לשון הקודש (אדרבא פורבירט עס אויס...)
My mother used to make sure I chew when she was sewing on me (pants etc
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 10:32 pm
דורך נולד מאוחר
Mine too.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 10:35 pm
דורך איחוד פעלד
דער איין אין דרייסיג ציין האט א מקור אין א ספרא ספרי עפעס אזוי.
איי עס איז נישט אזוי?
נו נו, נשתנו העתים, נשתנו התירוצים וכו'...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 9:21 am
דורך איחוד פעלד
ווען אלס אינגל האט מען זיך געשפילט מיט די לעכט אין בית המדרש ביי מנחה מעריב, ייאו איז דעס געוועהן פאן, פלעגן די עלטערע אידן זאגן "אז מען צינדט בייטאג לעשט מען ביינאכט"
כלומר, אז ביינאכט נעצט מען איין דער בעט.
לכשנתגדלתי האב איך פארשטאנען אז עס ליגט אין דעם א טיפערע כוונה. וואס בדרך אגב ווייס איך נישט צו עס באלאנגט אויך אין דעם אשכול אלס א לעגענדע. והמבין יבין.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 12:50 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:גוטזאגער,
אין דער שטערן/שפאקטיוו איז געווען אן ארטיקל אפצולאכן פון די אלע איינרעדענישן.
זייער שיין באשריבן און לוינט זיך צו ליינען.
נו, איך בין מוחה. דער שטערן און שפאקטיוו זענען דאך געאסר'ט. ס'גרעניצט זיך מיט השכלה. דער דף היומי איז אויך געאסר'ט. מ'זאגט נאך בשם דעם הייליגן יארמער רב שליט"א אז זיין רעבעצין לערנט דעם דף היומי. א יעדן טאג זאגט זי אז זי "דאף" עפעס אנדערש.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 12:55 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:Mine too.
דאס איז מסתמא געווען ווייל געווינליך ווען מען נייט בגדים אויף א "באדי" איז עס תכריכים, און נאר א לעבעדיגער קען קייען, נישט א נפטר.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:24 pm
דורך איך זאג דיר
כ'האב זייער שטארק הנאה אז ס'האט זיך געטראפן איינער וואס האט געעפנט א אשכול וועגן באבסקע איינרעדענישן, דער פראבלעם איז נאר אז מ'ווייסט נישט וואס ס'איז א איינרעדעניש און וואס ס'איז א מציאות, א טייל האט מען אויסגערעכנט אין דעם אשכול, דא האט איר נאך עטליכע וואס מ'האט נישט אויסגערעכנט, 1 ) מ'טאר נישט געבן פאר א קליין קינד ( איך ווייס נישט וועלכע גיל) צו עסן פיש ווייל ער וועט חלילה נישט קאנען רעדן. 1) מ'טאר נישט איבערגעבן פאר איינעם א קינד איבער א טיש. 3) א בעיבי טאר נישט קוקן אין א שפיגל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:37 pm
דורך גוטזאגער
און וואס זאגסטו צו דעם אז מען טאר נישט איינעם איבערגיין
גראדע וועגן א בעבי זאל קוקען אין א שפיגעל איז געווען באשריבען אין א סקווערע גליון אז דאס איזביי זיי שטארק אנגענומען צוזאמען מיט נישט כאפען א בילד און נישט אנטון פארן קלייעם קינד א בגד כדי זיך נישט צו רייצען מיט די נישט גוטע..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:41 pm
דורך sunbar
צוליב דעם לייגט מען ניי געבוירענע קינדער אין א שופלאד ?