?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 4:07 am
אין די לעצטע עטליכע יאר (ספעציעל די פארגאנגענע 2 יאר) איז ארויפגעקומען אין די מידיא דער נאמען "קענדיעס אוענס".
זי איז אן אפריקאנער-אמעריקאנער שיקסע מיט א געשליפענע צינגל וועלכע האט אן אייגענעם בלאג/פאדקעסט מיט דעם נאמען.
זי האט אנגעהויבן איהר קאריערע אין די מידיא ביי א נייעס ארגאניזאציע/פאדקעסט וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א אידישן רעליגיעזן יונגערמאן בנימין (בען) שפירא מיט דעם נאמען "דעילי ווייער". ער אליין און די אנדערע זשורנאליסטן און הוגי דיעות פון זיין ארגאניזאציע (אידישע און נישט אידישע) זענען פאליטיש קאנסערוואטיוו געשטימט. זיי זענען גרויסע חסידים פון דאנאלד טראמפ און די רעפובליקאנער פארטיי. זי (קענדיס אוענס) איז אויך געווען איינע פון די פאליטישע מיינונג זאגערס דארט.
פלוצלינג, ממש פון איין טאג צום צווייטן, האט זי אנגעהויבן אויסדרוקן אנטיסעמיטישע מיינונגען איבער פארשידענע פאליטישע עניינים.
ווען איהר אידישער באס און אנדערע אידישע שרייבערס האבן איהר פארגעהאלטן האט זי געזאגט אז זי פרעגט נישט ביי זיי וואס צו טון, און ס'איז "פריעדאם אוו ספיעטש". זי האט נאך מער פארשטערקערט איהרע האלב און גאנץ אנטיסעמיטישע בלבולים און קאנספיראציע טעאריעס, ביז מ'האט איהר משלח געווען (פאר פיינע קאמפענסאציע, מ'האט איהר אויסגעצאלט אבי זי זאל גיין.)
איז זי געגאנגען און אויפגעמאכט אן אייגענעם בלאג/פאדקעסט. ערשט יעצט האט זי זיך צופיהרט די הענט. זי האט געגעבן א פלאטפארמע פאר א יעדן וויסטן שונא ישראל און אנטיסעמיט. איינער פון זיי איז געווען דער שווארצער אנטיסעמיט קאניעי וועסט, שר"י ימ"ש עפ"ל. א צווייטער אנטיסעמיט און קרימינאל איז ענדרו טעיט (כנ"ל), אן אמעריקאנער-געבוירענער בריטישער סיטיזן. וועלכער איז היינט צו טאג אונטער הויז ארעסט אין בוקארעסט, רומעניע, וואו די רעגירונג באשולדיגט איהם אין שרעקליכע קרימינאלע מעשים.
זי טענה'ט ווייטער אז זי איז שטארק פאליטיש קאנסערוואטיוו. אויך גלייבט זי אין די אלע קאנספיראציע טעאריעס. און, פארשטענדליך ווער שטייט אונטער די אלע נישט גוטע זאכן...די אידן...! זי האלט אז די אידן האבן גע'הרג'עט פרעזידענט דזשאן קענעדי. אויך זענען זיי געשטאנען אונטער 9/11.
און זי באוויינט א יעדן טאג די שרעקליכע "דזשענאסייד" וואס די איזראעלי גאווערנמענט פיהרט אדורך אויף די אומשולדיגע פאלעסטינער באפעלקערונג.
אויך האט זי געזאגט אז היטלער ימ"ש איז געווען א גוטער פיהרער.
זי איז נאך א "פרומע" קריסטשען אויך. זי טענה'ט אז די מדינת ישראל פארקויפט געווער פאר די ארמענישע רעגירונג כדי צו הרג'נען די קריסטליכע באפעלקערונג.
איהר בלאג איז זייער שטארק פאפולער. זי האט איבער א מיליאן "פאללאוערס". כל המיצר לישראל נעשה ראש...!
זענען דא ארנטליכע מענטשן סיי אידן און להבדיל גויים וואס זאגן קלאר אז זי איז אן אנטיסעמיט.
אויך פיהרט זי מלחמה מיט א געוויסן "ראביי" און זיין טאכטער. נאר זי טענה'ט נאכאלץ אז אז זי איז נישט קיין אנטיסעמיט. זי האט א געשליפענע צונג, כמו שאמרנו. זי ווארפט ארויס כאילו א תמימות'דיגע פראגע, און זי וויל אז מ'זאל עס פארענטפערן.
אויך איז דא אן "אראבער" וועלכער איז געווען אן אפיציר אין צה"ל. ער ווייזט אויף זייער קלאר אז איהרע מיינונגען זענען נישט ריכטיג, זי ווייסט נישט אדער וויל פארדרייען די פאקטן.
דרך אגב: דער אראבער וואוינט אין א הויז אדער רעדט פון א סטודיא וואו ס'איז דא א גרויסע מזוזה אויף די טיר...!
איך וועל (אפשר) ברענגען א סקרין שאט פון די טיר מיט די מזוזה.
וואס זאגט דער עולם? אינטרעסאנט אז צווישן אידן האט מען (נאכנישט) געהערט פון איהר.
לאמיר האפן אז זי וועט האבן א מפלה בקרוב.
בזכות רבינו ר' ישעיה ב"ר משה...!