בלאט 1 פון 7
א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:28 pm
דורך פוילישע פעפער
די נייעס קומט אריין היינט אז א וויזניצער אינגערמאן פון רמה ד' אין בית שמש איז ארעסטירט געווארן פאר א חשד אז ער איז פארמישט און א גרופע וואס שפיאנירען פאר איראן
די משפחה לייקענט שטיין און ביין אז סאיז א טעות אדער האט איינער אונטערגשטעלט א עלילה, אבער די פאלעציי האט ארויף געלייגט א צו איסור פרסום אויף די מעשה ממילא איז נישט דא קיין צופיל דעטאלען
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm
דורך אסטראלאג
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.
כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:43 pm
דורך היימלינד
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm

ווי איז די דיסלייק קנעפעל
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:31 pm
דורך פוילישע פעפער
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.
כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.
ביסט פון קאפ געפאלען?
איז ביי עני טשענס דיין עכטע נאמען ישראל דוד ווייס?
איינער וואס שפיאנירט פאר איראן וואס זיי ווילען הרגנען יעדע איד (דיך אויך) דארפ זיצען אין תפיסה און נישט קיין חילוק צו ער האט עס געטון אנצוקלאפען ארץ ישראל צו יעדע אנדערע מדינה
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:33 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
דו גלייבסט בכלל אזא זאך? איך גלייב נישט דער גאנצע מעשה.... עס איז זייער מאדנע...
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:36 pm
דורך ראדני
כבר היה לעולמים אז א איד האט שפיאנירט פאר די אראבער, ווי זאגט די בלאט, מכם ובכם.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:42 pm
דורך אסטראלאג
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑
ביסט פון קאפ געפאלען?
איז ביי עני טשענס דיין עכטע נאמען ישראל דוד ווייס?
איינער וואס שפיאנירט פאר איראן וואס זיי ווילען הרגנען יעדע איד (דיך אויך) דארפ זיצען אין תפיסה און נישט קיין חילוק צו ער האט עס געטון אנצוקלאפען ארץ ישראל צו יעדע אנדערע מדינה
אויב איראן וויל הארגענען יעדע איד, פארוואס האבן זיי נאכנישט אויסגעשאכטן די 40 טויזענט אידישע משפחות וואס לעבן זיך א חיים שלום אין הויפט שטאט אין טעהראן, צווישן זיי אייגענטומער פון געשעפטן און ביזנעסער?
מיר זענען פארפליכטעט מחזק צו זיין איראן

זיי אונטערשטיצן אז זיי זאלן ווייטער קענען לוחם זיין מיט ישוב הדת קעגן די עמלק הציוני און אזוי אראפנעמען דעם חרון אף.
דער איד האט זיך זיכער איינגעקויפט גרויסע זכותים
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:12 pm
דורך סמרה
איינער ווייסט אפשר א נאמען?
(כ'האב פשוט משפחה דארט, און וויזניצער אויך)
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
במחילת כבוד אסטראלאג איז דאס שרייבעכץ איבערגעטריבען....
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:29 pm
דורך צפת
וועלכע ויז'ניץ?
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:40 pm
דורך יאסל ראקאווער
אסטראלאג מעג זיך לערנען פון סאטמאר רב ז"ל
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:45 pm
דורך היימלינד
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:42 pm
ישוב הדת
בעל עגלה & אסטראלאג אלערט
ישוב ה
דעת
אם אין דעת הבדלה מנין
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:01 pm
דורך Yesh
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:14 pm
דורך בן ישי
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm
ער איז צירוק?

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:33 pm
דורך אסטראלאג
Yesh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:01 pm
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
אזאנע שטוסים צו שרייבן.
פארוואס האט די רבי זי״ע א גאנץ לעבן געשטיצט נטורי קרתא?!
די רבי זי״ע האט דאך געגרונדעט נטורי קרתא בארה״ב. און ערמוטיגט די אלע פראטעסטן!
כ׳פארשטיי נישט וויאזוי מען קען נאך לייקענען ווען די אלע פאלשע אויסריידן זענען שוין קלאהר איבעגעוויזן געווארן וואס דעת רביה״ק זי״ע איז באמת געווען.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:41 pm
דורך שפילער
שטותים*
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:44 pm
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm
ער איז ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די ציונים ימ״ש ווערענדיג ארויסגעשלעפט פון זיין היים אינמיטן נאכט.
כלל ישראל רופט אויס: מלחמה לשם בעמלק!
אויב דאס איז אמת אז ער האט געארבעט אלס שפאיאן, איז דאך דער פאסיגער צייט אז כלל ישראל זאל ארויסקומען מיטן אמת׳ן געשריי מיר אלע שפיאנירן קעגן די ציוניסטישע עמלקים! לאמיר אוואדע ארבעטען צוזאמען אז די גאנצע ציוניסטישע מדינה זאל אוועקפליען ווי א זייפן בלאז-אמן.
נאר דו זאלסט מאכן זיכער אז די ציונים די עמלקים זאללן דיך נישט ארויסשלעפן פון בעט (אדער פון מקוה) אויפ'ן וועג צו די מחאה.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:48 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:14 pm
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm
ער איז צירוק?
ס'איז געווען א ביסל לאנגווייליג (באורינג) אן איהם.
איך פאסמאקעווע מיך מיט זיינע וואנזיניגע שטותים.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:56 pm
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:33 pm
Yesh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:01 pm
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
אזאנע שטוסים צו שרייבן.
פארוואס האט די רבי זי״ע א גאנץ לעבן געשטיצט נטורי קרתא?!
די רבי זי״ע האט דאך געגרונדעט נטורי קרתא בארה״ב. און ערמוטיגט די אלע פראטעסטן!
כ׳פארשטיי נישט וויאזוי מען קען נאך לייקענען ווען די אלע פאלשע אויסריידן זענען שוין קלאהר איבעגעוויזן געווארן וואס דעת רביה״ק זי״ע איז באמת געווען.
דו געשוואלענער עיי"ן ה"א: די רבי זי"ע האט געהאט א פראבלעם מיט די מדינה וואס איז לשיטתו נגד התורה. ער האט אבער ווייטער געהאלטן אז די אראבער זענען אן אומה שפילה פון רוצחים. וואס זיי טענה'ן האט ער בכלל נישט גענומען אין באטראכט. עטץ (בהמות) זענטץ פונקט פארקערט. עטץ נעמטץ בכלל נישט אריין דעם איסור פון אויפשטעללן א מדינה פאר ביאת המשיח (לפי שיטת האוסרים) ענקער איינציגע דאגה איז אז מ'האט בארויבט די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער רוצחים.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
Yesh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:01 pm
די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
אבער די אזוי גערופענע רעכטן פון די אראבערס האט איהם בכלל נישט אינטרעסירט.
ראה מה שכתבתי לעיל בעניין זה...!
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:25 pm
דורך שמעקעדיג
לאמיר זיך האלטן צו די מעשה.
השקפה זאל גיין ערגעץ אנדערש...
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:25 pm
דורך קלוגע יודל
זיי זאגן אז ער איז געוועהן א שרייבער און די בחצר הקודש פון ויזניץ
דא האט איר די גליון פון זיין שרייבעריי
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:03 pm
דורך עמרם
נישט צו פארדרייען די שמועס האב איך עס געלייגט אין ספוילר
► הצג ספוילר
כדאי צו ברענגען לשון קדשו פון די סאטמאר רב ז''ל, ביי של''ס פר' נשא תשכ''ז ווי ס'איז געדריקט אין קונ' לשון קדשו
ס'זעהט אויס פון זיינע ווערטער, אז ער האט אויך געהאלטן די אראבער פאר רוצחים,
און ס'זעהט נישט אויס ווי ער פארשטייט אז מ'דארף שפיאנירן פאר זיי
וגם מה שאמר בנוגע הנ''ק