היינט געזעהן דארט
וז"ל
א חילול השם ה"י,
געווען היינט בעצם יום השבת קודש א פרא פאלעסטינע פראטעסט אין בעי רידזש געגנט אינדרויסן פון בארא פארק.
צווישן די טויזענטער פארזאמעלטע האט זיך אנגעזעהן א גרופע איבער 20 נט"ק אינגעלייט, בחורים מיט קינדער, און זיי האבן אפי' אנגעטוהן אויף זיך און אויך ציגעבינדן זייערע סיינס עס זאל לכאורה נישט הייסן געטראגן...
זיי האבן געהאט א גרויס חלק אין די פראטעסט ווען זיי האבן פארגעזאגט און טויזענטער שקצים און שיקצעס האבן זיי
נאכגעזאגט צווישן אנדערע "פליז פרי פאלעסטיין"
"נישט זיכער אבער דזשאידיזם יעס ... נאו די סטעיט אף איזריעל איז נאט..."
נאך ערגער פון דעם רח"ל, האבן זיי אויפגעהויבן א יונגל אויף איינעמ'ס רוקן און ער האט פארגעזינגען אין פארענט פון טויזענטער גוים מיט תערובות, און דער עולם האט אפלאודעד און געשריגן, געבענדיג אטענשן פאר אזא הייליג קינד נאך בעצם יום השבת קודש רח"ל.
די אלע זענען געשטאנען אויסגע'שורה'ט און פילע גוים און שיקצעס זענען געשטאנען פארענט פון זיי מיט ריזיגע קעמארעס און סמארטפאונס למיניהם און אלעס אפגעכאפט פאר זיי, נאכדערצו בעצם יום השבת קודש.
לדעתי דארף דאס פארשריגן ווערן נישט קיין חילוק וואס זייער שיטה איז, און נאך מער שטיין צווישן אזויפיל גוים און נאך און שבת און אויפהייבן א יונגל זאל יעדן זעהן ארום זיך און נאך זיין דער וואס זאל עס פירן פאר אפאר מינוט, עס איז א גרויסע חילול השם.
נ. ב. די ווידעא פון דעם איז דא אויף סיטיזען... ביטע אבאכט געבן אויב איר קוקט עס, עס איז בתערובות.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p4660697