בלאט 1 פון 2

וואס זאגן ערליכע אידן וועגן ציונות?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:05 am
דורך מושב לצים
ווי באקאנט איז דא א סך שיטות צווישן ערליכע יודן וועגן ציונית. סאטמארע יודן זענען מוראדיג מחמיר אז מטאר נישט גיין צו בחירות, וויזניצער אידן האלטן אז ממעג יא גיין. וכו.
איך וויל אבער פרעגן, איז דא איין ערליכע רב וואס האלט אז ממעג זיין א ציוני? כרעד נישט דא פון גיין צו כותל אדער בוחר זיין א פרומע קאנדידאט, כרעד געהעריג פון זיין א פעסטע ציוני.
יעדער וואס קען זיך אויס איז מכובד צו ברענגען כאטש איין ערליכע רב וואס איז א ציוני אדער האלט אז ממעג זיין א ציוני על פי תורה.
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
אוי ווי שטארק איך וואלט געוואלט ווערן א ציוני, איך ווייס אבער נישט וויאזוי מ'טוט דאס. קודם לערן אונז אויס וויאזוי מ'ווערט א ציוני, נאכדעם וועלן מיר זיך נאכפרעגן צו מ'מעג. :D

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:12 am
דורך בת קול
די שאלה איז וואס הייסט היינט זיין א ציוני?

עס זענען דא רבנים וואס זענען געווען קעגן די גרינדונג פונעם לאנד, אבער נעמען יעצט די שטעלונג אז עס עקסזיסטירט שוין, און מען דארף דיעלן מיטן מציאות.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:21 am
דורך מנחם ציון
כמדומה פאשקאן און בוהוש זענען געווען היבש "ציוני'סטיש" געשטימט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:23 am
דורך מושב לצים
ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:25 am
דורך רביה''ק זי''ע
בת קול האט געשריבן:עס זענען דא רבנים וואס זענען געווען קעגן די גרינדונג פונעם לאנד, אבער נעמען יעצט די שטעלונג אז עס עקסזיסטירט שוין, און מען דארף דיעלן מיטן מציאות.

די אגודיסטן האלטן אז ס'אינגאנצן נישט דא קיין מציאות מיט וואס מ'דארף האנדלען, כל מילתא דאמר רחמנא לא תעביד אי עביד לא מהני. אין די ניו יארקער רעגירונג זענען דא א 5 פראצענט אידישע איינגעשטעלטע (סתם געשאסן א נאמבער) פעצופאל אין די ישראלישע רעגירונג איז עס 80 פראצענט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:26 am
דורך מושב לצים
מנחם ציון האט געשריבן:כמדומה פאשקאן און בוהוש זענען געווען היבש "ציוני'סטיש" געשטימט

ברענג מיר נישט קיין זאכן פון פופציג יאר צוריק, וואס מקען אפילו נישט געהעריג מברר זיין, כרעד א לעבעדיגע ערליכע רב היינט 2020.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:27 am
דורך בת קול
די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:28 am
דורך בת קול
מושב לצים האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:כמדומה פאשקאן און בוהוש זענען געווען היבש "ציוני'סטיש" געשטימט

ברענג מיר נישט קיין זאכן פון פופציג יאר צוריק, וואס מקען אפילו נישט געהעריג מברר זיין, כרעד א לעבעדיגע ערליכע רב היינט 2020.


קודם זיי מברר וואס מיינט זיין א ציוני אין 2020

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:29 am
דורך רביה''ק זי''ע
מושב לצים האט געשריבן:ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.

דאס איז א טעארעטישע שאלה, וויפיל פרומע אידן האבן די מעגליכקייט דאס צו טוהן אפילו אויב זיי ווילן? אפילו אויב מ'זאל מעגן איז אוממעגליך צו טאקע ווערן א ציוני.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:33 am
דורך מי אני

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:35 am
דורך פארווע חסיד
הרב קוק?
:?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:35 am
דורך מושב לצים
בת קול האט געשריבן:די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.

אייער מיינונג איז שטארק געשעצט.
איך זוך א פרומע רב וואס שטימט מיט מיינע קריטעריע וואס האלט אז א אידיש קינד מעג גיין מלחמה האלטן מיט אראבער און אייננעמען שטחים. אז איר ווייסט זייט מודיע.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:36 am
דורך מנחם ציון
דערמאנט מיר, איך האב אמאל געכאפט א נשר פון נתב"ג קיין ירושלים, אין די בעק זענען געזעצן צוויי פרויען, איינער אן ארטיגער און די צווייטע אן אמעריקאנער סאטמארע פרוי
בקיצור מען פארט אריין אין ירושלים פארבייפארנדיג די גשר המיתרים, און די ירושלימ'ע פרוי איז אינגאנצן פארגאפט "וויי וויי וויי... אטי.. גיט א קוק אוי ווי שעין"
און די סאטמארע זידט ארויס פון צווישן די ציין "מ'טאר נישט נתפעל ווערן, ציונית" ,
די ירושלימית קען נישט פארשטיין, וואס ציונים, ווען ציונים, זיי זענען שוין לאנג געשטארבן ביי די שואה.......

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:37 am
דורך מושב לצים
פארווע חסיד האט געשריבן:הרב קוק?
:?

ער איז א לעבעדיגע רב?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:38 am
דורך מושב לצים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.

דאס איז א טעארעטישע שאלה, וויפיל פרומע אידן האבן די מעגליכקייט דאס צו טוהן אפילו אויב זיי ווילן? אפילו אויב מ'זאל מעגן איז אוממעגליך צו טאקע ווערן א ציוני.

זיך ארויס דרייען פון א שאלה הייסט נישט געענטפערט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:39 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך בין נישט אין די ליין פון פילאזאפירן איבער שאלות וואס זענען נישט נוגע צו גארנישט, בבקשה להבנה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:40 am
דורך מושב לצים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נישט אין די ליין פון פילאזאפירן איבער שאלות וואס זענען נישט נוגע צו גארנישט, בבקשה להבנה.

גראדע ביסטו יא. ושאר תגובותיך מעידות.
אז דו האסט נישט קיין תירוץ קענסטו זאגן קלאר, נישט ארומחושן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:40 am
דורך רביה''ק זי''ע
כנראה פארשטייסטו נישט מיינע תגובות.

ווען מ'האט ארויסגעווארפן רב ירמיה פון בית מדרש ווייל ער האט געפרעגט שאלות וואס זענען אירעלעוואנט האט מען אויך נישט געהאט קיין תשובה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:42 am
דורך דוראק
מושב לצים האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א סך שיטות צווישן ערליכע יודן וועגן ציונית. סאטמארע יודן זענען מוראדיג מחמיר אז מטאר נישט גיין צו בחירות, וויזניצער אידן האלטן אז ממעג יא גיין. וכו.
איך וויל אבער פרעגן, איז דא איין ערליכע רב וואס האלט אז ממעג זיין א ציוני? כרעד נישט דא פון גיין צו כותל אדער בוחר זיין א פרומע קאנדידאט, כרעד געהעריג פון זיין א פעסטע ציוני.
יעדער וואס קען זיך אויס איז מכובד צו ברענגען כאטש איין ערליכע רב וואס איז א ציוני אדער האלט אז ממעג זיין א ציוני על פי תורה.
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.

ס'איז אַ נאַרישע שאלה. קודם דערקלער אונז וואָס עס הייסט „אַן ערליכער רב”? דער ענטפער איז – „אַ רב וואָס האַלט ווי מײנע שיטות”. ממילא אויב ס'וועט זיך מאַכן אַ רב אַ ציוני, איז ער שוין ממילא ניט קיין ערליכער...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:43 am
דורך מושב לצים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כנראה פארשטייסטו נישט מיינע תגובות.

ווען מ'האט ארויסגעווארפן רב ירמיה פון בית מדרש ווייל ער האט געפרעגט שאלות וואס זענען אירעלעוואנט האט מען אויך נישט געהאט קיין תשובה.

איך האב נישט קיין אהנונג וואס איר ווילט. די גמרא איז פול מיט טיעראטעשיע שאלות וואס איז נישט נוגע למעשה. איר רעדט ווי א עם הארץ.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:44 am
דורך מושב לצים
דוראק האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א סך שיטות צווישן ערליכע יודן וועגן ציונית. סאטמארע יודן זענען מוראדיג מחמיר אז מטאר נישט גיין צו בחירות, וויזניצער אידן האלטן אז ממעג יא גיין. וכו.
איך וויל אבער פרעגן, איז דא איין ערליכע רב וואס האלט אז ממעג זיין א ציוני? כרעד נישט דא פון גיין צו כותל אדער בוחר זיין א פרומע קאנדידאט, כרעד געהעריג פון זיין א פעסטע ציוני.
יעדער וואס קען זיך אויס איז מכובד צו ברענגען כאטש איין ערליכע רב וואס איז א ציוני אדער האלט אז ממעג זיין א ציוני על פי תורה.
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.

ס'איז אַ נאַרישע שאלה. קודם דערקלער אונז וואָס עס הייסט „אַן ערליכער רב”? דער ענטפער איז – „אַ רב וואָס האַלט ווי מײנע שיטות”. ממילא אויב ס'וועט זיך מאַכן אַ רב אַ ציוני, איז ער שוין ממילא ניט קיין ערליכער...

גוט גוט...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 11:54 am
דורך לייבל שטילער
לעצם השאלה: פ"וו ווילסטו רבנים זאלן אריינרעדן אין פאליטיק?