בלאט 1 פון 1

דער ציצית ליד [emoji444]

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 10:16 pm
דורך טשילער
מיך געקויפט פאר געלט טייער,
הערליך שיין אן קיין פלעק;
די גודל המצווה אין לשער,
פאר מיין בעל הבית, שכר אן קיין עק;

כ'הענג פון אלע 4 זייטן,
נאר מיך קושט א יוד;
מיט קאטאן קיינמאל מיך נישט בייטן,
זאל שוויצן, ער ווערט נישט מיד;

מהודר געפלאכטן זיך נישט שפארן,
ווייסע שטריק און בלויע חלזון;
שווארצע ליינס נישט אפגעפארן,
ערב פסח אנגעטוהן 'לזכרון';

'געב אכטונג' שרייעט די קאנשעס,
די ארבע כוסות מיט מיך נישט יוצא זיין;
כ'קום דאך נישט אין באנטשעס,
קאליר רויט, אינגאנצן נישט מיין טעם;

אופס! דעים ערשטן פלעק,
די קדושה אפגעקילט;
אינגאנצן פארשמירט פוי ס'שמעקט,
אין וואש מאשין, אדורך גענעצט.

דער ציצית ליד [emoji444]

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 10:52 pm
דורך מי אני
טשילער האט געשריבן:'געב אכטונג' שרייעט די קאנשעס,
די ארבע כוסות מיט מיך נישט יוצא זיין;
מיינענדיג אז מ׳זעהט בנוגע די שכר פון ציצית (שבת לב:) אז אין יעדע פון די כנפות איז דא אן ענין פון דעם אז (10 פון יעדע פון) די 70 פעלקער וועלן זיך אין דעם אנכאפן און משמש זיין דעם מענטש לע״ל. און ביי יין טרעפט מען אויך אז ס׳איז ניתן [גימטריא] מיט מספר 70 [אותיות] (עירובין סה.). דאך אבער זאל מען נישט מישן די צוויי.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 11:12 pm
דורך כוכב
לאוו איט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:33 am
דורך חלזון
הערליכע פאעזיע אויף אזא באליבטער מצוה.