בלאט 1 פון 1
דער סוף
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער סוף קאלט
דער סוף באלד
דער סוף שווארץ
דער סוף נאס
דער סוף לעהר
דער סוף טרער
דער סוף בייז
דער סוף מת
דער סוף ערד
דער סוף ווער קערט
דער סוף טונקל
דער סוף אין ווינקל
דער סוף בלאסע געזיכט
דער סוף ליכט
דער סוף דא
דער סוף יעדע שעה
דער סוף בקרוב
דער סוף חרוב
דער סוף אין ארון
דער סוף פון יארן
דער סוף ס'איז נאנט
צום סוף מ'פארט
דער סוף פארלוירן
דער סוף פון געבוירן
דער סוף צאתכם לשלום
דער סוף ס'איז קיין חלום
דער סוף צום ווידערזען
דער סוף מ'וועט זעען וואס וועט געשען.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:29 pm
דורך [NAMELESS]
שטארק!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:שטארק!
שטארק אין דער שחורה כעת
נישט ווערן בייז
דער מרה איבערגערינען
גארנישט געבליבן
שוואך פארלוירן און צובראכן
די הארץ אזוי געטראפן
ווייל וואס גייט דא זיין
עס פארט אפ די באן
און וועם אינטערעסירט
וואו מיין גוף פארקירט
א מציבה א פראכט
ווער זעהט ביינאכט
די געים איז פארלוירן
א שאד די געבוירן
ווערטער אזוי קאלט
געפילן צו אלט
צו באשרייבן די שרעק
אז עס נעמט באלד אן עק
אלזא, חברה כ'דארף גיין
אין די ערד אריין...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:53 pm
דורך וואלווי
כ'האב נישט געוויסט אז לענערד כהן האט רויטע וואנצעס
און אז ער לעבט נאך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך שריי כ'האב מורא
ס'וועט אבער נישט העלפן
איך שריי געוואלד
די ווידערקול לאכט צוריק
די שאטענס קומען און גייען
ווי צו שעפן הנאה פון מיין פיין
די פענסטער פארהאקט
אירע נעגל ראסטיג
די דאך נידריג
זי וויל זיין מיין קבר
די ווענט שמוציג
זי ווינקט מיט טריץ
כ'שוועב אין א שווארצע וואלקן
אן קיין טיר
כ'גראב ערד מיט די הענט
כ'טרעף דארט ביינער
טריקן פון טרערן
טריקן פון געפיל
מיין פיין פארלוירן איר נאמען
ווייל די ווארט קען איר נישט ענהאלטן
זאמד איך עס
בלוט איך טרינק
דא איז די לאנד שווארץ
דא איז די לאנד פון טויטע
קיין תאוה צו גארנישט נאר צום סוף
קיין שאיפה צו גארנישט נאר צו די שטומע
די שטומע רופן מיט זייערע רוחות
זיי זוכן חברותא אין זייער מיתותא.
Re: דער סוף
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:39 pm
דורך טמיר
רויטע, דער עולם איז גענוג אנגעזעצט אזוי אויך. מדארף אביסל חיזוק
Re: דער סוף
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:40 pm
דורך מפוזרי
אינטרעסאנט, נארמאל דערציילן די וואס האבן א נאכן טויט איבערלעבעניש; אז ס'שיינט יא עפעס א שטארקע שיין.
זעט אויס אז דו לעבסט נאך...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:52 pm
דורך וואלווי
טמיר האט געשריבן:רויטע, דער עולם איז גענוג אנגעזעצט אזוי אויך. מדארף אביסל חיזוק
צרת רבים חצי נחמה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
קוק, דער עולם איז גאר גוט אויפגעלייגט... מיינע שורות האבן נישט איבערגעלאזט קיין שחורה פאר א צווייטן אויפן וועלט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
מפוזרי האט געשריבן:אינטרעסאנט, נארמאל דערציילן די וואס האבן א נאכן טויט איבערלעבעניש; אז ס'שיינט יא עפעס א שטארקע שיין.
זעט אויס אז דו לעבסט נאך...
גוט!!!!!
Re: דער סוף
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:01 pm
דורך מפוזרי
אין אמת'ן האסטו מיר מיט די גאנצע מעשה נישט אפגעשרעקט. נאר די נאסע ערד, דאס איז טאקע אומבא'טעמ'ט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:26 pm
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
און וועם אינטערעסירט
וואו מיין גוף פארקירט
א מציבה א פראכט
ווער זעהט ביינאכט
די געים איז פארלוירן
א שאד די געבוירן
אפגעזען וואו דיין גוף וועט זיין פארקירט, דיינע הערליכע ארטיקלען און פאעזיעס וועלן פארבלייבן דא לדורות הבאים, או עס וועט זיין שפתותיו דובבות בקבר מיט א געשמאק און א נחמה, וועסט דאן איינזעהן אז שוין גארנישט קיין שאד געווען דיין געבוירן, אלע אור-אייניקלעך וועלן געבן א רויטע נאמען נאך דיר און זיך וואונטשן צו זיין ווי דעם אלטן רויטן זיידן ע"ה....
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:57 pm
דורך שמעלקא'לע
צו דעם איך האף
אן קיין בלאף
אז ס'וועט נישט זיין קיין סוף
פונעם וואנצעס שטאף!
מיר באלעקן די פינגער
פון זיינע הערליכע געזינגער
כאטש מ'ווערט נישט יונגער
מאכט ער אונז דעם גוסטע פיל גרינגער.
כאשט אומגלויבליך דאך א פאקט
מיר זענען בכלל נישט גע'שאקט
אז אויב צום סוף זיך ער פאקט
וועט עס שוין נישט זיין א "שטיבל וואס ראקט"...
דערפאר איז אונזער בקשה קלאר
עס זאל ביזן סוף נעמען נאך עטליכע יאר
וייל דו גיסט אונז בענזין ווי מיט א לעוואר
און מיר דארפן דיר דא פאר שאר!!!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
א שמחה א מזל טוב
דער שמעלקא זיך צולאזט
געגעבן חיזוק לרוב
ווערטער גוטע שטאף
איך בעט און איך האף
און זאג אמן דערויף
די יאוש איז enough
צום הימל above
נאר שמחה און לאוו
פון די גוטע stuff
מער נישט זיין אזוי rough
דער סוף איז א בלאף
וועגן ס'איז דאך אין סוף.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:20 pm
דורך שמעלקא'לע
שטיבל געב א שמייכל
רויטע קומט צום שכל
עס ווערט גרויס ווי דער היכל
צושפרייט זיך א גוט ריח'ל
מיר אלע שטראלן ווי דער זון
פון שמחה וואו טוט מען זיך אהין
פון די דערפרעסיע מער מאכט זיך נישט צוטון
ער לעבט אויף, די שמחה גיט זיך א רין...
העלאו און וועלקאם צו א עתיד א נייע
עס קומען גוטע טעג, ס'וועט זיין א מחיה
לאמיר שמייכלען נישט קוואקען ווי דער צפרדע
ווייל נאר אזוי וועלמיר איבערלעבן די אפשייע!
Re: דער סוף
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 2:15 pm
דורך א איד
נישט געוויסט אז דו ביזט א פאעזיטאר אויך...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 12:08 pm
דורך שמעלקא'לע
דאס איז אמת ויציב ונכון וקיים
אז יעדער איז זיין לעבן אמאל מסיים
פון א גוף בלייבט נאר עטוואס שיריים
ווען מ'איז שוין נישט בין החיים.
והחי יתן אל לבו
נישט צו ווערן צובראכן אויב אזוי
ווילאנג מען עקזיסטירט אשרי לו
עס ווירבלט א לעבן במלוא
אבער איין זאך נעמען אין געדאנק
זיך נישט לאזן בייסן ווי פון א שלאנג
עס טאר בכלל נישט זיין באנג
נאר זיך מחזק זיין מיט איין געזאנג:
כל זמן מ'לעבט - זאל זיין געלעבט!!!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 12:25 pm
דורך שמעלקא'לע
א איד האט געשריבן:נישט געוויסט אז דו ביזט א פאעזיטאר אויך...
דער אמת שווימט ארויף...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:46 pm
דורך אייז קריעם
פאעזיע קען איך אזוי גוט ווי מיין גויטע
און א פארמעסט מיט שמעלקע און רויטע
איך האף קיינער וועט נישט האבן קיין פאראיבל
איר זענט די בעסט אינעם קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:57 pm
דורך שמעלקא'לע
דער זאפטיגער אייזקריעם
גיבט מיר דא א רום
כאטש כ'פארדין נישט קיין שום
נויגונג ווי ביים ווינטל דער בלום.
דיין גויטע קען גראמען לכאורה
אויב דו קומסט מיט אזעלכע סחורה
זאל אפהיטן דער בורא
כ'קום שוין מיט א קול קורא...
דאנקע שיין פאר די גוט ווארט
איך שפיר מיר זיס ווי א טארט
קריעמיג און זאפטיג ווי יעדן סארט
אז איך האב געווינען דעם קאורט!
שכ'ח שכ'ח שכ'ח!!!