בלאט 43 פון 110

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 8:10 pm
דורך BLOOMINGBURG NY

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 8:14 pm
דורך דער שכן
shem-tov האט געשריבן:א ביטערע טראגעדיע. נאך א יונגע מענטש און נאך א יונגע מענטש גייט נעבעך אזוי ברוטאל און מיר וועקן זיך נישט אויף. די קליינע צוואה וואס ר' יואל ע"ה האט איבערגעלאזט איז דאך ממש א שטיק קהלת מה יתרון לאדם בכל עמלו שיעמול תחת השמש. דער יוד האט זיך אויסגעלייטערט זיין נשמה. בדרך אגב מר. שכן סאיז זייער נישט שיין וואס די האסט געטאן ערשטענסט ווייל די ווייסט נישט די מעשה און צוויייטענס איז דא און יעצט נישט די פלאץ והשלישי ער ברענגט זייער גוט ארויס א וויכטיגע נקודה וואס אסאך א.ט.די שפירן ביז זייער חתונה אז זיי האבן נישט קיין פעמילי ואכמ"ל. ת.נ.צ.ב.ה.


דיער מיסטער שעם-טאוו. עס איז געווען אן ענין פון חסורי מיחסרא והכי קתני. אוודאי האט ער גוט געזאגט, גוט געשריבן און געמיינט גוט. כדי אנדערע זאלען עס נישט נעמן אזוי ווי עס איז האט מען געדארפט אביסעלע באוואראנען. כ׳בין עוועהר ״אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו״. אללע און איך ווייסן מיר גאנץ גוט ווי אפען און גראב מ׳רעדט דא ארום פון מענטשן און געשעהנישן. זעהט אויס אז נאר ביי געוויסע וועט מען רעדען זייער שיין און זייער אכטונג געבען אז ס׳זאל נישט זיין קיין שום טונקעלע שאטן..

ער איז געווען נעבעך אויסגעלייטערט מיט אזויפיל יסורים. אוודאי איז ער געווען א בעל מדריגה. א געוואלדיגע זכי׳ וואס ער האט געהאט צו לייענען קריאת-שמע מיט די בני בית בזיבולא בתרייתא. אבער כדי צו זאגען אז דא א שטיק קהלת (וואס שלמה המלך האט געשריבן) איז היבש איבער געטריבן. מקוצר רוח קען מען פארשטיין אז ער האט נישט געהאט די כוחות ארויסצושרייבן אביסעלע מעהר, אז די תורה און מצוות...וועלן באגלייטן און פארזיכערן דעם מענטש. א בחינה ווי חסורי מיחסרא והכי קתני..

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 8:16 pm
דורך אויס מענטש
סאיז שווער צו רעדן!
אבער די בילדער (פון די לווי' )זעהט מען ליידער די מלאכי חבלה בחוש !
די גרעסטע כבוד פארן נפטר איז זיך צו לערנען פון אים וד"ל !

וואס האט ער פון דעם אז אין עולם השקר טוהט מען רעדן בשבחו, אויב וויל ער דוקא מען זאל מעורר זיין דעם עולם לתשובה ומעשים טובים און דאס זאל זיין לעילוי נשמתו
ביטע היטן אויף כבוד הנפטר און נישט מאכן קיין פאלשע הנחות אויף זיין קאנטע!

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:42 pm
דורך [NAMELESS]
באשרייבינג אויף יואלי בראך אין ווי"ן
http://www.vosizneias.com/166460/2014/0 ... his-peers/

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:21 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Elb2xbiJfbg[/youtube]

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 4:08 am
דורך שבת אחים
יואלי ע״ה איז געוועהן א גאלדענע נשמה ,כהאב אים געקענט פאר לאנגע יאהרן, איך האב גארנישט געוואוסט אז ער איז געוועהן קראנק , חבל על דאבדין , תנצב״ה

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 4:31 am
דורך לאליפאפ
ברוך דיין אמת!

אויפן וועג אהיים פונעם בעלזער חתונה די נאכט איז געשען א שרעקליכן עקסידענט אויף כביש 1 נאנט צו טעלסטאן.

יהא זכרו ברוך.

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 4:35 am
דורך לאליפאפ
אויפן סצענע

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 4:42 am
דורך Starbucks
למען כבוד המת ולבחל״ח למען כבוד משפחתו, נעם אראפ די פיקטשערס פונעם ״צענע״.

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 5:19 am
דורך לאליפאפ
[tag]Starbucks[/tag] ווי געהער דא כבוד המת אדער כבוד המשפחה? טאמער דו פאלסט פון א ווינדאו איז עס אי כבוד אז איך לייג א בילד פונעם בנין?

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך דיין האמת! ר' בעריש לויפער ע"ה

א מורא'דיגע מעשה!

ר׳ בעריש האט אלס יונג קינד באקומען מענידזשיירעס. ער איז געווען אין א קריטישע מצב, איז זיין טאטע ר׳ שלום אריין געלאפן אל הקודש פנימה, צום סאקמער רב אים מזכיר זיין.
האט דער רבי געזאגט: "שלום, זיי נישט באזארגט. ער וועט נאך טאנצן אויף זיין יונגסטע קינד׳ס חתונה!"

פאריגע וואך, ביי די לעצטע שבע ברכות פון זיין יונגסטע קינד, האט ער ליידער געכאפט א עניריזעם, און מ'האט אים אריינגעפירט מיט א העליקאפטער אין שפיטאל וואו ער האט ליידער אויסגעהויכט היינט זיין נשמה.

זאל ער רוען לעכטיג און גן עדן
Cp

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:25 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ווי אלט איז ער געווען ?

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
63

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:46 pm
דורך שרייבער
בד"ה
אויך פון ענירזעם? ר"ל, ממש א מגיפה ה"י

אוי בד''ה.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:49 pm
דורך עפל סיידער
ער האט אסאך אריינגעלייגט אין די תשב''ר ווי מען קען זעהן זיינע קונטרסים דערויף.

בפרט בעניית אמן בקול רם ותפלה בקול און וואס זיין שיל האט זיך אויסגעצייכענט.

יהא זכרו ברוך.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 4:55 pm
דורך מודה אני
בעמח"ס מתי שאו
........... יהא זכרו

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 5:22 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ער פלעגט מאכן די דרך החיים קינטרסים ?

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 6:23 pm
דורך elter-zeide
מודה אני האט געשריבן:בעמח"ס מתי שאו
........... יהא זכרו

זיין ברידער אברהם לויפער איז דער בעל מחבר פון מתי שוא

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 7:17 pm
דורך מודה אני
elter-zeide האט געשריבן:
מודה אני האט געשריבן:בעמח"ס מתי שאו
........... יהא זכרו

זיין ברידער אברהם לויפער איז דער בעל מחבר פון מתי שוא


געווען א שותפות

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:59 pm
דורך גאנצל
ס'איז שטארק מסתבר צו זאגן אז ר' בעריש ע"ה האט עס געטון מחמת תמימות (נישט ווייל ער איז יעצט אוועק נאר ווייל אזא מענטש איז ער געווען ) אבער דער אברהם איז דאך סתם א ריש שין עיין

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 3:01 pm
דורך מ גפני
זיי האבן "פארלוירן" א ברידער צו די מכיל'יסטען, קען זיין דערפאר האט ער עס געטוהן

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 3:09 pm
דורך גאנצל
נישט קיין שום תי' צו פייניגן א משפחה און אפטון אזויפיל פעולות רשע רוצחים