בלאט 41 פון 114

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 10:15 am
דורך wassup
chulentup.blogspot.com/2013/04/blog-post.html?spref=tw … u must read this

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 10:32 am
דורך קרעקער
טאמבי
דו האסט ליב די עקלדיגע סטאף? דו זאלסט דעך שוין גיין אונטערזוכען
פוי
וואס ברענגסטו עס ארויף דא? מקען ברעכן
דו מאכסט דייריע און קאפ וייטאג פאר אסאך מעמבערס דא

מנהלים נעמטס עס אראפ אזעלעכע קליפס מאכען אינז פאר מערדער און סייקאס

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:30 am
דורך זר זהב
לכ' לג בוימער פייערס ברענען. היסטאריש, אין קר"י

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YDXwrStN2FE[/youtube]

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:58 am
דורך אביגדור
לכבוד ל"ג בעומר.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:03 pm
דורך משה רוקח
ווער איז דער פארדראגטער חברה'מאן?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:36 am
דורך ונבנתה העיר
אבאמא פראוועט ליצנות ביי די יערליכע קארעספאדענט'ס דינער.

באלד אנפאנג ווען ער שטעלט זיך אויף הייבט די מוזיק אהן שפילן העיל טו דע טשיף, אינדערמיט הייבן זיי אהן שפילן די ניגון וואס י.ל. רבי האט אפגעקויפט פון א שווארצע פאסטוך... און דער פרעזידענט הייבט אהן מיטשאקלן צום טאקט, דערנאך טענה'עט ער אז לימבאו האט שוין געווארנט פון פאראויס וואס א צווייטע טערמין באדייט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SVtQ6i1jbsk[/youtube]

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:39 am
דורך ונבנתה העיר
און אז מען רעדט שוין פון קארעספאנדענט'ס דינער'ס קען אודאי נישט אויסלאזן דעם דינער פון 2006, וואו סטיוו ברידשעס ז"ל האט געטריבן ביטערע ליצנות צוזאמען מיט בוש, בוש האט גערעדט און ברידשעס האט זיך אנגערופען וואס בוש טראכט בשעת מעשה, קוקט און האט הנאה.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=u5DpKjlgoP4[/youtube]

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:א לייב מל'ט א ווילדע ביסט.
http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... v-vjKkhI1U

איך האף אז דער אקס האט אונטערגשריבן דעם מציצה בפה קאנסענט פורם...

איר מיינט צו זאגן איידער ר'איז געשטארבן. איז ער כאטש אנגעקומען לחיי העולם הבא געמל''ט ערהייט.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:34 pm
דורך זר זהב
דער האטאך אן אייזענעם קאפ!

נאר אין רוסלאנד געשעהן די פאני זאכן. אן אלטער רוסקי שמייסט אראפ א פארענדע טראק שפיגל מיט זיין קאפ

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9Rp6bOX31Yk[/youtube]

ענטפער צו טאמבל סאס

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 2:11 pm
דורך berlbalaguleh
דער קליפ וואס דו האסט געברענגט פונ'ם אינטערוויו מיט דעם מאסן מערדער קוקלינסקי איז זייער שטארק עמאציאנעל און געט חומר למחשבה וואספארא ברואים ס'דרייען זיך אויף דער וועלט. לאמיר האפן אז צווישן אידן איז נישט דא אזעלכע באשעפענישן. כ'האב אבער מורא אז יא.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 2:25 pm
דורך טאמבל סאס
ס'געט א מושג וואספארא 'עלטערן' עס געפינען זיך צווישן אונז. און ווי שטארק דאס קען שאטן צום געזונט.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:07 pm
דורך chosen people
נאך סאך מער, די מערדער האט אליינס געהארגעט און ער איז אליינס שולדיג אויף די מארד וואס ער האט געטוהן, אבער ווער האט איהם געמאכט א מערדער, די עלטערן.
לויט ווי אזוי די דר. דארט לייגט עס אראפ, קימט אויס אז א יעדע קינד וואס האט א דיסארדער, ווענד זיך עס אויף די עלטערן ווי אזוי עס וועט עפקטן די קינד.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 5:19 pm
דורך למדן
אוודאי דארף מען גוט מחנך זיין די קינדער, אבער דאס מיינט נישט אז יעדער קען יעצט בלעימען די עלטערן פאר אלעס.
יעדער איז אליין אחריות אויף זיינע אקטן, אפילו ער וואס ער ווייסט נישט וואס עס מיינט א גילטי פיהלינג האט זיך שוין געמאכט א חשבון הנפש כאטש ער ווייזט נישט קיין חרטה און איז אביסל שפעט.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:40 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך האב אנגעהויבן קוקן די קליפ פונעם מאסן מערדער. איך האב אויפגעהערט נאך אפאר מינוט. איך האב נישט געקענט סובל זיין צו הערן זיין בארבאריזם.

סאמטינג ראנג וויט מי?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:41 pm
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:סאמטינג ראנג וויט מי?

ביג טיים!

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:54 pm
דורך טאמבל סאס
אפשר דארפסטו קודם הרג'נען עמיצן.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:28 pm
דורך [NAMELESS]
טאבל, מאך ביטע קלאר אז די וויצלסט.
טייערער ר' משולם, גארנישט איז ראנג מיט אייך, איר האט א ריינע נפש און אזוי דארף זיין.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:44 pm
דורך זר זהב
אגב, איך האב עס נישט געקוקט. איך האב קאמענטירט "ביג טיים" אין גוד דזשעסטער

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:44 pm
דורך טאמבל סאס
ריכטיג. איך האב מיך געוויצלט. ס'איז מיין שולד. כ'האב פארגעסן צוצולייגן אפאר פינטלעך צום סוף. זר האט מיך שוין געווארנט דערוועגן.
ס'איז פשוט ר' משולם. ס'איז דא פארשידענע סארטן תכונות הנפש, דו קענסט אמאל זען מענטשן וואס גיסן טרערן ביי א קול נדרי דרשה, אדער א לויה, און אנדערע וואס וועלן בלייבן גאנץ קיהל. אוודאי ס'קען האבן צוטוהן מיט וויפיהל מ'האט שוין געזען אדער מיטגעמאכט. אבער צבש' א סקיי דייווער, אדער שטריק שפאצירער וועט לייכטער קענען פארדייען א בשורה פון א טראגישע עקסידענט. אפ' ער האט קיינמאל נישט מוציא געווען... און א איד ווי ר' זלמן לייב פילאפ וואלט נישט אראפגעשלינגען שילוח הקן, ווען נישט די תורה זאגט. איך האב עס בעיקר געברענגט דא צוליב די לערע וואס ס'ברענגט שטארק ארויס. ס'האט מיר בארירט אין א אנדערען זין.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:48 pm
דורך זר זהב
טאמבעל אז דו רעדסט שוין, כ'האב איינמאל מיטגעהאלטן בטעות א דעמאנסטראציע פון א שוחט וואס איז געקומען אויסלערנען הלכות. אוי האב איך חרטה געהאט, און כאמיר דארט געשוואוירען אז איך ווער א וועדזשעטעריען. במחילת כבודם דעי שוחטים האבן נישט קיין הארץ

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:55 pm
דורך טאמבל סאס
כ'האב אמאל געזען עמיצן שטיין ביי א הארצרייסנדע לויה, הארט ווי א שטיין. אַן אייז פארפרוירענעם פנים.
פרעג איך אים "שעמסט זיך נישט? ווי קומט צו דיר אזא קאלטבלוטיגקייט?"
ווייסט נישט? פרעגט ער מיר. "איך בין א שוחט!"

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:56 pm
דורך זר זהב
:lol:

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 4:15 pm
דורך קאווע טרינקער