בלאט 5 פון 8

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:29 am
דורך ר' שלמה אבן גבירול
אנגעהויבן צו ליינען היינט, איין ארטיקל שענער פונעם צווייטן, טיפע רעיונות, קלוגע געדאנקען

אומגלויבליך! ממש אומגלויבליך!

:like פאר גאנץ קאווע שטיבל, און בפרטיות פאר אונזער הויפט מחותן

איך הייב אן בלאשן מיט מיין ארטיקל וואס איז אריינגעפאלן צווישן אזעלכע מייסטערווערק. ווען איך וואלט ווען געוואסט וואס קאווע שטיבל קען... שוין זאל זיין כפרות עוונות...

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:31 am
דורך פליקער
אינטערעסאנט אז אפילו די צייטינגען ניצן ניקלעך מיט דיים'ס, א שטייגער ווי ואיה ואנה, בן זומא ימש סופר ועוד

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:43 am
דורך לעיקוואד
עס איז נישט די שאלה צו וועם מען אפילירט אדער מארקעט. מ'מעג אמאל טראכטען סתם נארמאל אויך אן אזוינע חשבונות. יעדער איינער דא (עכ"פ רוב..) לעבט אין א מציאות אין א סביבה אין א משפחה אין א בית מדרש אין א חברה וכו', מיר לעבן נישט אויף קאווע שטיבל ווירטואליע. אז איך דרוק א מאגאזין צו ליינען אויף יום טוב איז נאטורליך עס וועט ליגן עס וועלן עס זעהן אנדערע איך וועל עס וועלן משתף זיין פאר משפחה פאר חברים וכו', איך וויל עס קענען דיסקוסירען בין גברא לגברא, וכו', און אזוי האט דאס נישט קיין טעם פשט אדער חן.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:05 am
דורך געפילטע פיש
נו, זיי משתף, רעד ביים ליינען, ווער לאזט דיר נישט. אבער איך פערזענליך, אפילו ווען איך שרייב ווען מעשיות פונעם ישמח משה, אדער שיינע ווערטלעך פון חתם סופר, וואלט איך אויך נישט געוואלט שרייבן מיין נאמען, כ'בין נישט אינטערעסירט צו הייסן א שרייבער, אדער אז יעדע יוקל פייבוש זאל מיר קומען זאגן הערות בין גברא לגברא. קען זיין ס'איז א מחלה, אבער ס'האט גארנישט מיט קאווע שטיבל איינגעלייגט.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 7:23 am
דורך שטילע אינגערמאן
גלייב נישט וואס כזעה, כ׳ראב זיך די אויגן [tag]משה געציל[/tag] ז״ל האט געלייקט, ממש תחית המתים, וואס פה-סח האט אלץ באוויזען....

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 7:56 am
דורך לעיקוואד
האמיר דאך געשמועסט, איך קען איבערזאגען פון ג. פיש בשם דער ישמח משה, נישט פון געפילטע פיש..

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 7:59 am
דורך כוכב
לעיקוואד האט א שטארקע נקודה. איך האב געוויזן פאר מיין פאטער ברסלבערס ארטיקל, גראדע דער נאמען ברסלבער מאכט סענס, ספעציעל פאר אזא ארטיקל, אבער נישט די אלע כוכב און געפילטע נעמען.
דאס איז די מעלה פון עקספיריענס. מ'לערנט זיך.

אגב, מיין טאטע האט מיר געפרעגט וואס דיינאוסאורס איז...

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 9:08 am
דורך לעיקוואד
יא, ביי מיר אויך האט [tag]ברסלבער[/tag] געראטעוועט די זאך, אה דאס האט מיט מהרא"ש, שוין, ער פארשטייט שוין..

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 9:22 am
דורך פלאוויוס
אז מ'רעדט פון חן, איז עס גראדע יא זייער בא'חנט אויף דעם אופן פון שרייבן ניקס. נאר פראקטיש איז מסתמא לעיקוואד גערעכט.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 9:57 am
דורך לעיקוואד
נו מיט אזא פענסי נאמן ווי פלאוויוס וואלט איך מיך אויך נישט געשעמט..

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב [tag]לעיקוואוד[/tag], אנטשולדיגט אבער קוק אריין אין א צייטונג פון הונדרעט יאר צוריק, אלע פרומע צייטונגען זענען פול מיט ניק'ס. נישט אז ראובן כ''ץ. אדער שמעון לוי, נאר אחד המדברים, צו תלמיד קטן, אא''וו. ווייז דיין טאטע ווי דער חזו''א האט געשריבען וכדו' און אלע טענות וועלען צופאלען ווערען.

איך וויל מציע זיין נאך אן עצה. מ'זאל ארויף לייגען דער פה-סח אויף createspace.com מ'זאל קענען דרוקען אויף א קונטרס אופן פאר ביליג, און נאך אפשר פארדינען אפאר דאללאר

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:04 pm
דורך לעיקוואד
איך כאפ נישט דאס איז עפעס א פשעטל וואס מברענגט ראיות מיט דימויים מילתא למילתא? פאקט איז ווי עס איז יעצט האט נישט קיין פשט.
רוב ניק-נעמען ווי אמאל איז נישט געווען קיין סוד ווער דאס איז, אויך נישט דער חזון איש. עס איז געווען א שיינע פען נאמען, נישט א מאדנע מיטל פון זיך באהאלטען. אזויווי לעיקוואד :)

"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:18 pm
דורך קאוועניק
לעקוואד וואס איז דיין/טאטעס פראבלעם די פאני פען נאמען אדער אז מאיז זיך נישט מגלה ? איך פיל עפעס אז דיך באדערט מער אז מאיז זיך נישט מגלה אין מיט דיין געשליפען צינגעל מאכסטו חוזק פון אונז מיט וואס די קענסט
#שלוםבערגער

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:21 pm
דורך קאוועניק
סקומט פסח אלעס לויפט צום טאטען זיך אויפווייזען, אז איך ווייז דאס פאר מיין טאטע דארף איך מיך איינלאדענען ביי ברוך מאשקעוויטש צום סדר

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 5:00 pm
דורך נולד מאוחר
סדא ליין מאטריאל וואס איז רעקאמאנדעד פאר עלטער פון 18 אדיר 21. שרייב פה-סח דעקעל געמאכט פאר אינגער ווי 40 און פטור מיט אלע טאטעס פראבלעמען.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
דער [tag]געפילטע פיש[/tag] איז אייזן, דאס דארף מען קענען צו נעמען אזא טרוקענע נושא ווי טאררענטס און מאכן א העכסט געשמאקע הומאר פולע ארטיקל,
די אויספיר האט מיר כמעט אראפגעווארפן פון בענקל פאר געלעכטער,

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 9:30 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
האב איך שוין מסיים געווען דעם פה-סח
יעצט קען מען אנהייבן מיט'ן טיילן לייקס און הערות

מוהרא"ש - ברסלבער

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 9:35 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]ברסלבער[/tag], ברזל! איך בין אנגעקומען צו לייענען בלויז דיין מהרא"ש ארטיק'ל. אויסערגעווענדליך גוט און הארציג געשריבן. דו ברענגסט גוט ארויס וויאזוי ברסלב האט געקוקט אויף איהם לעומת וויאזוי ער אליינס האט געקוקט אויף זיך, און דו צייכנסט אן דעם גורם פאר זיין זעלבסשטענדיגע מהלך. אגב, אין איינער פון די פסח'דיגע פיקטשער רבנים מאגאזינען האב איך געזעהן א בילד פון מהרא"ש אלץ בחור, נאך וואס דו שרייבט איבער זיינע יונגע יארן זעהט זיך דער בילד אנדערש.

יישר כוח!

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 12:09 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]געפילטע פיש[/tag]/
ביסט מכובד צו עפענען א אשכול פאר דיין טאררענטס ארטיקעל.
כ'האב דיר עפעס צו זאגען

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:53 pm
דורך יואב
כוכב, א ריזיג יישר כח פאר דיין געוואלדיגער ארבעט, א פראיעקט שאדם אוכל פירותיו בעולם הזה. נישט נארמאל וואס דארט טוט זיך. כה לחי, שכח נאכאמאל.

כ'האב למעשה געלייענט בערך האלב. כ'זע נישט זיין ארטיקל דא אין שטיבל, כ'האב אבער געוואלט גיבן א קאמפלימענט פאר דעם ניק "געוואלדיג". שמך נאה לך ואתה נאה לשמך. כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל "די טעכניק פונעם שלאנג". שוין לאנג נישט געהערט א משל וואס זאל עקשעלי גיבן צו פארשטיין דעם נמשל. שכח פלאוויוס פאר'ן רעדאגירן, די ריכטיגע גראמאטיק האט צוגעגעבן צו דער פליסיגקייט פון לייענען.

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 4:09 pm
דורך אויסגערוט
פערזענליכער review אויף פה-סח תשע"ה חלק א'

קודם כל פארשטייציך א גרויסן ייש"כ פאר "כוכב" און "מה הוא" פאר די אבסאלוט אויסטערלישע און פראפעשינאל דזשאב. ימים על ימי כוכב/מה הוא תוסיף.....

איך וועל שרייבן לויט מיינע פערזענליכע געפילן און האף נישט צו פוגע זיין אין קיינעם.

למען תספר
1) די צושטערטע שבת הגדול דרשה
מייסטערפול געשריבען מיט אן אמת וואס וואלט געמעגט ארויסגעברענגט ווערן סאך אפטער.
2) דער טעם הכמוס פון צאנזער רב אויף "מאשין מצות"
נאר אנגעכאפט אפס קצהו. אפשר מחמת חוסר מקום אבער וואלט געקענט געדעקט ווערן רייכער
3)מנהג געבראקטס
זייער באלערנד. האט בארייכערט מיינע ידיעות אין דעם ענין
4) פסח על שום מה?
I got the point.
אבער דער ארטיקל פליט אין די הויכע ספערן און פארלאנגט צופיל פאר רואיגע ליין מאטריאל
5)כל המרבה לספר
געוואלדיג!!! ברענגט ארויס דער מצוה במלא הדרה. אילו זכיתי וואלט איך דעס געליינט ערב פסח. ס'וואלט געטוישט דער גאנצער סדר.
6)והגדת לבנך
ברענגט ארויס דער אמונה פשוטה פאר יעדער אין סיי וועלכע מדרגה צו רילעיטן
7)איינדרוקן פון פסח
Great point

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 6:26 pm
דורך טאמבל סאס
כ'האף אז מ'גייט קענען שטימען פאר די ארטיקלען

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:28 pm
דורך איך אויך
סתם פאר די רעקארד ,איינער האט בכלל געליינט וואס איך האב אפגעקלאפט?