בלאט 5 פון 7

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:50 pm
דורך חקרן
וואס האט עטס געטאן? - איך שטיי דא און איך קען קוים אטעמען פאר געלעכטער, איך רייס זיך און היס זיך מיט יעדן תגובה, שוין עטליכע מאל אראפגעפאלן פון די בענקל... ס'איז דא פורים און תשעה-באב צוזאמען... דער עולם איז דא ג-ו-ט אנגעצויגן...

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
און אנדערע נייעס האט פרעזידענט פוטין געמאלדן אז נאכן צוריקקומען פון זיין מיסטריעזע אפרו מיט פרישע כוחות האט ער געשטעלט פאר א ציל זיך צו דערנעטערען צו די ברייטע וועלט און וועט אויפהערן צו הרגנ'ן פון די אפאזיציע און טאקע זיך גראד גענימען למעשה און ארעסטירט עפעס א שעיר לעזעזל, און גאנץ רוסלאנד רוישט און קאכט,

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:59 pm
דורך מנחם
דאס ליצנות איז גרויס, נישט דא ווער זאל לאכן.
אגב, וואס האט נאסעדער רב געהאלטן, אין א עיבור יאר האלט מען ר' אלימלכ'ס יארצייט אדר א' אדער ב'?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:02 am
דורך קאווע טרינקער
מנחם האט געשריבן:דאס ליצנות איז גרויס, נישט דא ווער זאל לאכן.
אגב, וואס האט נאסעדער רב געהאלטן, אין א עיבור יאר האלט מען ר' אלימלכ'ס יארצייט אדר א' אדער ב'?

אין נאסאד 43 וואשט מען זעך צום סעודת הילולא אדר א' און מציעט אריין ביז אדר ב'. לקיים כל השטויות.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:06 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
יתרו האט געשריבן:איך אויך איך האב באמת מיטלייד מיט דיר, עס טוט מיר באמת וויי ווי אזוי מען האט דיר דא געטריט, און איך האלט עס איז באמת נישט מענטשליך.
בכלליות האלט איך אז די גיבסט א געוואלד צו צי קאווע שטיבל.

גם אני מצטרף לדברי יתרו בן חותן משה
החותם בכאב
בנימין פרענקל
פה וואשינגטאן הבירה

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:09 am
דורך חקרן
יא מא מיי, יא מא מיי, יאיי מאיי מאיי מאיי...

לעבעדיג...

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:10 am
דורך קאווע טרינקער
איך צייל ביז 3, אז גנדי'ס ארטיקל איז נישט צוריק, עפען איך א נייע פארום (נאך 8 תגובות קען מען שוין אריין מאחורי! Discount expires in 10 days)

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:13 am
דורך שמעקעדיג
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מיר דארפן נישט קיין ברייטע ציבור מיט שמאלע מוחות, מיר דארפן א שמאלע ציבור מיט ברייטע מוחות.

קוק שוין ווער עס רעדט דא! ווער איז נעקסט, קופערניקוס?
אז דו ביזט נישט צום געפינען דא פאר א מלוגמא ווי גרויס דער יאר איז, נאך א גאנצע פראסטיגע ווינטער אן קיין חמין במוצ"ש, וואס ווילסטו? צו קריטיקירן איז ער פלוצים דא.....

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:59 am
דורך חקרן
אסף המזכיר האט געשריבן:ווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס.


דוכט זיך אז אזא ייטב לב איז נישטא, אבער ס'איז גוט...

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:21 am
דורך יאיר
איך בין ערשט יעצט אנגעקומען און באמערקט די גאנצע סומאכטוכע. ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז איינער האט דא אינזין עפעס זייטיגע חשבונות. צו מען וויל דא זען די רעאקציע פון דעם עולם, אדער סתם מאכן אביסל לעבעדיג אין א פארשלאפענע תקופה. איך ווייס נאר נישט פונקטליך ווער שטייט הינטער דעם און וואס. און דא קומען מיר צוריק צו די ווייען פון ווירטואלע רעאליטעט, וואו יעדער קען פירן יעדן ביי די נאז.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:24 am
דורך קאצקע ציקער
פארפאלן ס' גיט געלונגען. די עולם גייט באנאנעס די הנהלה האט געוואלט מאכן א עפריל פולס וויץ אז אפילו די זקנים פונעם שטיבל זאל כאפן דאס קדחת חחח
Wow!!

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:28 am
דורך [NAMELESS]
טאמס אפ פאר אספ'ן געוואלט ווייזן וואס ער קען בראשית פון זיין קאריער, און אהערגעשטעלט 10 נייע אשכולות אין 2 שעה

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:29 am
דורך משבק
איך וועל נישט זיין שאקירט צו הערן אז דאס האט גנדי אליין אונטערגעשטעלט מיטן דירעקטן ציל צו ציען מער אויפמערקזאמקייט צו די נושא #טיפיקעל

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:39 am
דורך מאטי
איך וויל גראטולירן @איך אויך פארן זיך האלטן צום פראטאקאל פין דעם שפיל ביז צום לעצטן מינוט.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:43 am
דורך איך אויך
העי די לעצטע מינוט איז נאך ווייט אוועק.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:07 am
דורך געוואלדיג
איך אויך האט געשריבן:העי די לעצטע מינוט איז נאך ווייט אוועק.


איך האף עכט אז נישט נאר מען וועט שנעל עכט קלארשטעלן וואס דא גייט פאר

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:14 am
דורך איך אויך
מיינסט טאקע אז ביי נאו ווייסט נאך איינער וואט די העל איז גאוינג אן? זעהסט נישט ווי אלע גארדס זענען אנטלאפן פונעם וואכטורעם? עולם זייטס אייך מחזק די בריטישע קומען שוין אט אן.

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:16 am
דורך petergrifin
The Wall Street Journal reports there are talks of a merger between Ivelt.com and Kaveshtiebel.com.
חחח איך נעם מיר א גרינע

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:33 am
דורך יואליש
זייער גיט האט דער מזכיר געטוהן, ווי דער ייטב פנים טייטשט הוא אשר דיבר, דער קען זיין א מנהיג, שמר לקדשו מבואו ועד צאתו אז מ'מאכט וויצן צו פירן דעם עולם קטן'ען. שרייבט ער אויף א פלאץ היום יצאתי והיום באתי, אז א מנהיג איז דער וואס איז מכניס ואינו מוציא, תנא הוצאה נמי הכנסה קרי ליה, און ווי ס'שטייט קלאר אין רב טוב אילו הוציאנו און אילו הכניסנו, מ'דארף וויסן ווען צו מאכן א וויץ און ווען צו אפשטעלן.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:36 am
דורך פלאוויוס
איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 3:09 am
דורך שלמה המלך
פלאוויוס האט געשריבן:
איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.


דער גבאי זאגט נישט עס שמעקט! דאס איז פאר די עמך אידען, די גבאי זאל זאגען קראנט וואס דאס גייט פאר דא אזאנס!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:40 am
דורך שמעקעדיג
ווער רעדט פון שמעק דא. כ'קעניש שלאפן.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:11 am
דורך פלעין יודיש
איינער איז הינגעריג?