בלאט 5 פון 9

Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:54 pm
דורך איחוד פעלד
אסתכל באורייתא וברא עלמא

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:55 pm
דורך איחוד פעלד
גריבובער רבי שלאפט

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:56 pm
דורך איחוד פעלד
א אינגערמאן א תח האט פין די רינטערנעט איבער גכלאזט זיין משפחה רחל

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:57 pm
דורך איחוד פעלד
איינער וואס גייט אויף אינטערנעט איז א רוצח.


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:57 pm
דורך אךשמח
נאך גוט אז מען קען ליינען די ווערטער, פארשטייט מען עפעס פון אים.

פעלט כאריזמע.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:13 pm
דורך הדד בן בדד
איך פארליר שוין אויך דאס געדולד, קיינער אפדעיט נישט דא, נישט קיין אינפא און נישט קיין בילדער, איך מיין איך גיימער

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:14 pm
דורך John Doe
די נו יארק טיימס באריכט איבער׳ן אסיפה.

http://www.nytimes.com/2012/05/21/nyreg ... field.html

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:17 pm
דורך אךשמח
הדד בן בדד האט געשריבן:איך פארליר שוין אויך דאס געדולד, קיינער אפדעיט נישט דא, נישט קיין אינפא און נישט קיין בילדער, איך מיין איך גיימער

איין מינוט.

ער ענדיגט עפעס נישט. זייער מאנאטאניש.

ביסט נישט דער איינציגער וואס פארלירט דאס געדולד. נאך טויזנטער זענען מיט דיר.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:21 pm
דורך צוויבל מיט איי
יאנקל האט געשריבן:די פרעסע באריכטן קומען אין אנדערן אשכול.


וועליכע?

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:22 pm
דורך אךשמח
רב סאלאמאן קומט יעצט ארויף.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:22 pm
דורך אךשמח
געוויסע זינגען ימים על ימי מלך.

Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:25 pm
דורך איחוד פעלד
געהאט א הכתרה. נישט סקולענער

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:29 pm
דורך איחוד פעלד
דערווייל רעדט ער גארנישט פין אינטערנעט. נאר פין חשיבות התורה ומצוות און די אסיפה

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:31 pm
דורך איחוד פעלד
ער רעדט פין גיוס בני תורה

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:32 pm
דורך איחוד פעלד
ער בעהט מען זאל דאווענען פאר דעם

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:41 pm
דורך אךשמח
הרב וואקסמאן צוריק.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:51 pm
דורך צוויבל מיט איי
נוסח אשכנז פוי!



:lol:

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:02 pm
דורך [NAMELESS]
שמע ישראל.....!!!!
ה׳ הוא האלוקים!!!!

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:14 pm
דורך [NAMELESS]
א ריזיגע עולם גייט ארויס פון סטעידיאם.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:49 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי!! די לעצטע האפענונג פון אונזער דור איז געוועהן די אסיפה. די איינמאליגע געשעעניש וואס גייט נישט געשעהן נאכאמאל אזוי שנעל איז געענדיגט!!! פיניש!!!
פילט עטץ אז דא אין סיטיפילד איז פאגעקומען היסטאריע??? פילט עטץ אז עפעס האט זיך געטוישט??? האט עטץ געזעהן אז אפילו איין רב זאל זאגן א האלבע ווארט אז עס ליגט א אחריות אויף רבנים אריינצולייגן א חיות אין אידישקייט??
א מכה בדופן!!
מיר האבן נאר געהערט די זעלבע אלטע דורכגעפאלענע נוסח ווי ביז אהער. מ׳טאר נישט. מ׳מעג נישט. אסור. רשע. שייגעץ. חרם. נישט ארייננעמן אין מוסדות. זיך נישט חבר׳ן.
איך אב באמת געהאפט אז איין רב מיט קוראדזש וועט זיך פאררעדען, און וועט אוועקגיין פון די פארגעגרייטע ערלויבטע נוסח, און וועט שרייען גיוואלד!!! עס ברענט א פייער!!! ווי קען מען איגנארירן די פאקטן?! ווי קען מען ווייטער באגראבן די קאפ א אמה אין זאמד אריין?!
הרב סעגאל האט געזאגט אז די יצר הרע פון מחלוקת איז די זעלבע ווי די יצר הרע פון אינטערנעט. איז אדמו״ר מהרז״ל׳ס פנים רויט געווארען?? האט אדמו״ר מהרמ״ד ארויסגעשטארעמט פון זאל בבושת פנים??
איז איינעם בייגעפאלן צו רעדן אביסל ווייעכע רייד, זאגן אז די רבנים זענען גרייט צו ארבעטן צוזאמען מיט יעדעם. אז די רבנים וועלן אויך צולייגען א פלייצע אז אידישקייט זאל נישט טעיסטן ווי פארפוילטע טאמעיטעס.
ס׳קומט מיר טרערן אין די אויגן. און איך זאג נישט קיין גוזמא. אנשטאט איך זאל ארויסקומען פון די סטעידיום שטאלץ צו זיין א איד פיל איך אנידערגעשלאגען. צעקלאפט. צעשאסען.
אן קיין צווייפעל הרב וואקסמאן האט גערעדט די בעסטע. ער האט שטארק מעורר געוועהן. אבער אז מ׳קוקט יעצט אויף די סאב טאטעל פון די אסיפה זעהט מען אז מ׳בלייבט מיט גארנישט אין די האנט. די זעלבע נוסח. זי זעלבע גארביטש.
עד מתי??!!

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:51 pm
דורך יידל
ווען אלע אונזערע רבנים זעען ווען אויס ווי רב וואקסמאן וואלט מיר גוט געשטאנען.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:50 am
דורך זר זהב
ראשעקאל האט געשריבן:רבותי!! די לעצטע האפענונג פון אונזער דור איז געוועהן די אסיפה. די איינמאליגע געשעעניש וואס גייט נישט געשעהן נאכאמאל אזוי שנעל איז געענדיגט!!! פיניש!!!
פילט עטץ אז דא אין סיטיפילד איז פאגעקומען היסטאריע??? פילט עטץ אז עפעס האט זיך געטוישט??? האט עטץ געזעהן אז אפילו איין רב זאל זאגן א האלבע ווארט אז עס ליגט א אחריות אויף רבנים אריינצולייגן א חיות אין אידישקייט??
א מכה בדופן!!
מיר האבן נאר געהערט די זעלבע אלטע דורכגעפאלענע נוסח ווי ביז אהער. מ׳טאר נישט. מ׳מעג נישט. אסור. רשע. שייגעץ. חרם. נישט ארייננעמן אין מוסדות. זיך נישט חבר׳ן.
איך אב באמת געהאפט אז איין רב מיט קוראדזש וועט זיך פאררעדען, און וועט אוועקגיין פון די פארגעגרייטע ערלויבטע נוסח, און וועט שרייען גיוואלד!!! עס ברענט א פייער!!! ווי קען מען איגנארירן די פאקטן?! ווי קען מען ווייטער באגראבן די קאפ א אמה אין זאמד אריין?!
הרב סעגאל האט געזאגט אז די יצר הרע פון מחלוקת איז די זעלבע ווי די יצר הרע פון אינטערנעט. איז אדמו״ר מהרז״ל׳ס פנים רויט געווארען?? האט אדמו״ר מהרמ״ד ארויסגעשטארעמט פון זאל בבושת פנים??
איז איינעם בייגעפאלן צו רעדן אביסל ווייעכע רייד, זאגן אז די רבנים זענען גרייט צו ארבעטן צוזאמען מיט יעדעם. אז די רבנים וועלן אויך צולייגען א פלייצע אז אידישקייט זאל נישט טעיסטן ווי פארפוילטע טאמעיטעס.
ס׳קומט מיר טרערן אין די אויגן. און איך זאג נישט קיין גוזמא. אנשטאט איך זאל ארויסקומען פון די סטעידיום שטאלץ צו זיין א איד פיל איך אנידערגעשלאגען. צעקלאפט. צעשאסען.
אן קיין צווייפעל הרב וואקסמאן האט גערעדט די בעסטע. ער האט שטארק מעורר געוועהן. אבער אז מ׳קוקט יעצט אויף די סאב טאטעל פון די אסיפה זעהט מען אז מ׳בלייבט מיט גארנישט אין די האנט. די זעלבע נוסח. זי זעלבע גארביטש.
עד מתי??!!

איט העפפענס טו בי אז ביידע בעלי מחלוקות זענען נישט געקומען צו די אסיפה, סוי שריי נישט אזוי.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 4:40 am
דורך געצל
ווער זענען די "ביידע בעלי מחלוקת" ביי דיר?...

דער פון די אנדערע צד?...