בלאט 5 פון 6
נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 12:19 pm
דורך שמעקעדיג
גר ותושב האט געשריבן:ומתלמידי יותר מכולם קומט דאך אויס אז די תלמידים זענען גאר די רבי'ס
דאס איז טאקע מיין שאלה, ותלמידי יותר מכולם מיינט מען אז א רבי לערנט תורה מיט די תלמידים, און די תלמידים פרעגן אריין און פרובירן זיך מתווכח זיין בהלכה, קומט אויס אז מען לערנט זיך דאס מערסטע פון תלמידים, אבער די היינטיגע רבי'ס? וואס ס"ה זאגן זיי אפשר שאלעשידעס תורה און די חסידים טאנצן ביי די שמחות, וואס איז שייך מורי ורבותי?
נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 12:22 pm
דורך קל וחומר
מ'קען לערנען פשט אז היינטיגע רבי'ס וואלטן נישט געלערנט דעי ביסל שאלעשידעס טורעס ווען נישט די חסידים, ממילא איז עס ווידער מתלמידי יותר מכולם.
נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 12:41 pm
דורך שמעקעדיג
וואס קען איך זאגן אויף אזא נארישע גאונ'ישע תשובה?
ניצחתני בני, נצחתני!

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:30 pm
דורך שמעקעדיג
מעג מען געבן פאר א גוי א המן טאש? אדער מאך איך חוזק אז איך גיב עס אים, ווייל דאס איז דאך מרמז אויף די מפלה פון די גויים?

Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
א אמעריקאנע גוי איז נאך אפילו ווייטער פון המן ווי די ביסט
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:41 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב געמיינט די פרעגסט צו מען מעג געבן פאר א בני ברק'ע א המן טאש
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 3:00 pm
דורך [NAMELESS]
אויב איז ער פון די חסידי אומות העולם איז מעג מען עם געבן, ווייל ער איז דאך משלנו (און מסתם איז ער א איד) אבער פאר אן אנדערע גוי איז טאקע א שאלה.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
מיין אינטערשטע שכן'טע קאמפלעינט היינט אז זי האט א פלאד דורך מיין ביה"כ, בין איך מחויב איר צו פארציילן אז באמת'ן גיס איך דארט אויס דאס נעגל וואסער יעדן טאג (אלס חשש מזיקים וכדו') ?
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 3:04 pm
דורך קל וחומר
א חבר מיינער זאגט מיר אז ער האט זיך היינט ביים שיר של יום געכאפט אז נעכטן האט ער בטעות געזאגט די אומריכטיגע יום, זיין שאלה: דארף ער יעצט זאגן אתמול היה יום כו'?
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 3:34 pm
דורך גאלד
איז מען יוצא משלוח מנות אויב מ'שיקט מיט א דראון
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 4:21 pm
דורך קל וחומר
וואס איז עס בעסער פון א קוף?
נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 8:10 pm
דורך וואלווי
קל וחומר האט געשריבן:א חבר מיינער זאגט מיר אז ער האט זיך היינט ביים שיר של יום געכאפט אז נעכטן האט ער בטעות געזאגט די אומריכטיגע יום, זיין שאלה: דארף ער יעצט זאגן אתמול היה יום כו'?
יא. אזוי שטייט אין הייליגער פסוק: שירו לה' שיר חדש וגו' בשרו מיום ליום וגו'.
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 8:20 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'גייט שבת'דיג היינט, ווייל דער רבי זכרוינעלברוכע איז געווען רב אין ירושלים. ווען ער וואלט געווען רב אין שושן (צו פראג, עכ"פ דארט איז געווען א ספק, כמבואר בפוסקים), וואלט מען אויך געגאנגען שבת'דיג היינט?
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 10:34 am
דורך petergrifin
אין באבוב גייט מען אויך שבת'דיג היינט.
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 11:50 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 2:07 pm
דורך דעת זקנים
יעדן דריטן טאג שיסט מען דעם צווייטער הויפט אייסיס פירער, וויפל צווייטע הויפטן איז דא?
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 3:21 pm
דורך שלום על ישראל
דעת זקנים האט געשריבן:יעדן דריטן טאג שיסט מען דעם צווייטער הויפט אייסיס פירער, וויפל צווייטע הויפטן איז דא?
כשנופל זה, קם אחר
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2016 3:56 pm
דורך קאווע טרינקער
אז מ'האט פארגעסן צו טוישען די וואצעפפ אייקון אין פורים, קען מען עס משלים זיין אין שושן פורים?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:54 pm
דורך שמעקעדיג
אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:01 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
די וועלט זאגט וואס שטייט לאז שטיין וואס ליגט פאק אריין...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:04 pm
דורך וואלווי
די אמת איז אז ס'דא א שטיקל טעות ווייל נאך חצות מעג מען שלאפן אזוי ווערט געברענגט אז די אריה"ק האט זיך געלייגט נאך חצות, ענדערש דארף מען אויף שטיין בהשכמה, סיי אלס די ה' השכמות ס"ת אברה"ם און סיי אלס יום הדין, זעט אויס ס'גרינגער פאר די עולם צו אפשטיפן די צווי דריי שעה נאכמיטאג ווי צו אויפשטיין פאר'ן עלות.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:34 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
ביום שני שזה דיני רפיא, זהו בכלל יותר קל. ובערב שבת זהו גם צניף להקל, אפי' להמחמירים שלא לישן בכלל ביום ר"ה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:34 pm
דורך diff
וואלווי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
די וועלט זאגט וואס שטייט לאז שטיין וואס ליגט פאק אריין...