בעל אחריות האט געשריבן: ↑
תרמב, איך קען אביסל פארשטיין דיין בר פלוגתא, פונקט אזוי ווי דיר באדערט נישט ווען א טעראריסט אדער אן אראבער וואס איז סימפאטיש צו טעראריזם שטארבט, ווייל דו שפירסט אז ער איז שלעכט און ער פארלירט זיין זכות פאר רחמנות אין א געוויסע זין, אזוי אויך קוקט ער אן די ציונים א דאנק די מח וואשונג וואס ער איז אריבער,
וועסט מיר מוחל זיין אבער איך בין נייגעריג ווי שטארק עס וואלט מיר געבאדערט אויב א נטורי קרתא'ניק וואלט געהרג'ט געווארן... פאר די זעלבע סיבה...
בעל אחריות: ווען א נטורי קרתא'ניק וועט גע'הרג'עט ווערן (דורך זייערע גוטע פריינט, די גויים) וועט עס מיר וויי טוהן, ווייל דער זעלבער גוי, שונא ישראל און רוצח וויל מיך אויך הרג'נען. זיי די בהמות פון נטורי קרתא זענען נעבעך פארנארט (מכח איזה סיבה שהיא) אבער זיי זענען נאכאלץ אונזערע ברידער.

האמת אגיד, דאס האב איך געשריבן בשעתו צו געבן פאר אפאר קנאים צו שפירן וויאזוי איך פיל ווען זיי ווייזן ארויס זייער indifference צו די לעבנס פון אונזערע ברודער אין ארץ ישראל די ציונים...
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 10:02 am
דורך קליינע צדיק
איינער מתושבי א"י האט מיר געזאגט ביים אנהייב פון די יעצטיגע מצב הצלחמה אין עזה, אז למשעה בשעת אן אינדעפאדע ח"ו איז די מצב הפחד אין א"י אסאך מער ווי יעצט לפי ערך, ווייל מ'שטעכט און שיסט ה"י איבעראל און קיינער פילט נישט אזוי פארזיכערט ווי מ'איז נאר און מ'קען עס נישט אויסרעכענען ממילא איז די פחד אסאך מער, יעצט ביים הערן וועגן די שיסעריי טעראר אטאקע אין ירושלים איז עס ליידער זייער מובן, ס'כאפט א פחד אז עס קענען שטיין אומשולדיגע אידן ביי א באס סטאנציע, און אן קיין שום ווארענונג געשעהט וואס איז געשען השם ירחם,
דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל בלייבן ביי דעם און נישט גיין ווייטער
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:51 am
דורך קליינע צדיק
למעשה איז די מצב המלחמה פולשטענדיג צוריק אין קראפט
ה' ישמרנו
איך האף דאס וועט נישט קאסטן נאך אידישע קרבנות, און אויך נישט שאטן פאר די איבריגע האסטעדשעס
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 1:14 pm
דורך תורה ודעת
לאמיר קלארשטעלן 1 נקודה.
"א מלחמה האט אייביג און וועט אייביג קאסטען בלוט".
ווי לאנג די עולם אין לאנד גייט זיין פארנומען אז סאלדאטען אין האסטעדזשעס קענען שטארבען גייט חאמאס האבען די אויבעהאנט.
ווייסט פארוואס?
ווייל צו געוואנען דארף מען זיין רוטלעסס.
מקען נישט וויינען א גאנצען טאג אויף פדיון שבויים און נפש אחת בישראל. זום ארויס, און באטראכט די גאנצע בילד.
זייט יהושע ווען מהאט באקומען א לאנד ביז היינט איז דאס די פאקט.
איך האלט חאמאס גייט געוואנען יעצט ווייל זיי פארשטייען די פשוטע כלל.
און ווילאנג די חברה און לאנד גייען זיין ביזי מיט 2 קינדער וואס זענען פארכאפט 'איז נישט מעגליך צו געוואונען'.
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:02 pm
דורך זה חלקי
מען רייסט פלאקאטן אין בארא פארק
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:33 pm
דורך קליינע צדיק
פחד פחדים
א הארץ פון שטיין קען צוגיין
גאר אסאך הארצרייסענדע חידושים פון עסקן נמרץ ר' יוסי לאנדא פון זק"א
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:46 am
דורך צפת
תורה ודעת האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 1:14 pm
לאמיר קלארשטעלן 1 נקודה.
"א מלחמה האט אייביג און וועט אייביג קאסטען בלוט".
ווי לאנג די עולם אין לאנד גייט זיין פארנומען אז סאלדאטען אין האסטעדזשעס קענען שטארבען גייט חאמאס האבען די אויבעהאנט.
ווייסט פארוואס?
ווייל צו געוואנען דארף מען זיין רוטלעסס.
מקען נישט וויינען א גאנצען טאג אויף פדיון שבויים און נפש אחת בישראל. זום ארויס, און באטראכט די גאנצע בילד.
זייט יהושע ווען מהאט באקומען א לאנד ביז היינט איז דאס די פאקט.
איך האלט חאמאס גייט געוואנען יעצט ווייל זיי פארשטייען די פשוטע כלל.
און ווילאנג די חברה און לאנד גייען זיין ביזי מיט 2 קינדער וואס זענען פארכאפט 'איז נישט מעגליך צו געוואונען'.
דו ביסט גערעכט, אבער...
ווען ס'איז דיין זוהן, שטייסטו און דו שרייסט אנדערש.
ווען ס'איז דיין ברודער, שרייסטו אנדערש.
ווען ס'איז דיין נאנטע קאזין, שרייסטו אנדערש.
וכו'.
יעצט, יעדער משכון, האט משפחה, קרובים, ידידים, חברים, וועלכע קענען נישט קוקן גראד און קענען נישט זען די גאנצע בילד, זיי ווילן פאר יעדן פרייז אז זייער נאנטע זאל צוריקקומען און ווי שנעלער. טייל פון די משכונות האבן קינדער, ווייבער אדער מענער, און זיי לאזן הפקר דארט, מיינט אז די משפחה וועט זיין א גאנצע קעיס און ס'וועט אפקאסטן פיזיש און גייסטיש פאר זייערע ארומיגע.
יעדע משכון פארמאגט עטליכע הונדערט נאנטע, משפחה און חברים וכו', אדער חברים פון די נאנטע וכו'. מעגליך אפילו אז יעדער משכון פארמאגט טויזנטע חברים, כלי שני ושלישי וכו'. די אלע חברים און נאנטע מאכן נאויז, דרייען איבער א וועלט און מאכן א גערודער. די מדינה קען נישט שטיין קעגן זיי, ווייל אויב מען וועט זיי פלעין איגנארירן, וועט ווערן א סקאנדאל אין די מדינה, מען מוז ארויסווייזן געפיל.
און דאס איז א פראבלעם.
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:40 am
דורך קליינע צדיק
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:33 pm
פחד פחדים
א הארץ פון שטיין קען צוגיין
גאר אסאך הארצרייסענדע חידושים פון עסקן נמרץ ר' יוסי לאנדא פון זק"א
איינער פון די חידושים וואס ער ברענגט ארויס אז ער אליינס האט געזען מאפעס פון אידישע היימישע צילן ביי די גע'הרג'טע טעראריסטען אנצוקומען ביז אשדוד ועד בכלל, און ער ברענגט ארויס אז די פעסטיוואל האט טעכניש במציאות געראטעוועט אסאך אסאך אנדערע היימישע אידן ווייל דאס האט זיי אויפגעהאלטן אומגעראכטן, ממילא אויסער דעם וואס זיי זענען גע'רצח'ט געווארן למעשה ווייל זיי זענען אידן האבן זיי אויך ליידער געצאלט דער פרייז פאר אנדערע
די חעוורע יובלירן דאס אז די וויסטען אנטעסימט דזשעקסאן הינקל איז עקסיידעט מיט כא כסלו..
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:33 pm
דורך שאלתיאל
איך בעט יעדער זאל נעמען די צייט און דורכליינען די שוידערליכע ארטיקל פון די ניו יארק טיימס איבער די סעקשועל הארארס וואס כאמאס טעראריסטן האבן אדורכגעפירט אויף מיידלעך און פרויען אין October 7. אזעלכע ברוטאליטי האב איך נאכנישט געליינט אין מיין לעבן.
שאלתיאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:58 pm
א PDF פון די ארטיקל (כ'האב געקאפיעט נאר די טעקסט)
New York Times .pdf
ווארענונג!! זייער זייער גראפיש!! איך האב עס געליינט פרייטאג, גאנץ שבת בין איך געווען צושוידערט פון דעם, איך האב געהאט שעווערעקייטן איינצושלאפן, און אנדערע פראבלעמען!!
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:42 pm
דורך פעדרא
קענסט אפשר שרייבן בקיצור וואס דארט שטייט אן די גראפישע חלקים?
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:57 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
קראנקע ליבעראלע אגענדע אז עס איז מער ווייטאגליך צו ווערן געשענדעט ווי צו ווערן פיינפול געהרגעט.
הרג'ן מיט יסורים איז א געפערליכע זאך, איך זעה נישט קיין חילוק צו דאס איז דארך אראפשניידן פינגער נאך פינגער, און אויסשטעכן א אויג און אפשניידן א אויער - ביי א מאן, צו פייניגן אנדערע איברים פון א פרוי.
רציחה איז רציחה.
עס איז נישט פאראן שלעכטע רציחה און נישט אזא שלעכטע רציחה.
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 9:03 pm
דורך קליינע צדיק
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:57 pm
קראנקע ליבעראלע אגענדע אז עס איז מער ווייטאגליך צו ווערן געשענדעט ווי צו ווערן פיינפול געהרגעט.
הרג'ן מיט יסורים איז א געפערליכע זאך, איך זעה נישט קיין חילוק צו דאס איז דארך אראפשניידן פינגער נאך פינגער, און אויסשטעכן א אויג און אפשניידן א אויער - ביי א מאן, צו פייניגן אנדערע איברים פון א פרוי.
רציחה איז רציחה.
עס איז נישט פאראן שלעכטע רציחה און נישט אזא שלעכטע רציחה.
פון די באשרייבונג זעט אויס אז זיי זענען דורך ביידע
זיי קודם אויסגענוצט אויך אויף ברוטאלע און אבנארמאלע אופנים
און דערנאך אדער בשעת מעשה גע'רצח'ט און גע'הרג'ט אויף די ערגסטע און ברוטאלסטע וועגן
תסמר שערות ראש - הי"ד
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 9:14 pm
דורך מתתיהו
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:57 pm
קראנקע ליבעראלע אגענדע אז עס איז מער ווייטאגליך צו ווערן געשענדעט ווי צו ווערן פיינפול געהרגעט.
הרג'ן מיט יסורים איז א געפערליכע זאך, איך זעה נישט קיין חילוק צו דאס איז דארך אראפשניידן פינגער נאך פינגער, און אויסשטעכן א אויג און אפשניידן א אויער - ביי א מאן, צו פייניגן אנדערע איברים פון א פרוי.
רציחה איז רציחה.
עס איז נישט פאראן שלעכטע רציחה און נישט אזא שלעכטע רציחה.
דו זעהסט עס אפילו אין איכה ווען מ'קלאגט אויפן חורבן הבית מיט אלע הרוגות והשמדות דערמאנט מען ספעציעל די אביוז פון פרויען "נשים בציון ענו בתולות בערי יהודה" וכדומה, ווייל דאס פאר זיך איז פון די ערגסטע זאכן מ'קען טוהן צו מענטשן.
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 9:17 pm
דורך מתתיהו
איך ווייס נישט אויב איך בין גערעכט אבער נאכן ליינען די אלע שוידערליכע זאכן האב איך נישט קיין שום מיטגעפיהל מיט די אלע צווילע אין עזה.
עכ"פ די אלע וואס האבן זיך געפרייט און געשטיצט די רציחות זאל זיי וואויל באקומען.
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑