בלאט 5 פון 8

נשלח: מוצ"ש מאי 01, 2021 11:09 pm
דורך יתרו
תהו ובהו, שטארקע ווערטער!!

נשלח: מוצ"ש מאי 01, 2021 11:33 pm
דורך אישתישבי
בארואיגט אייך.

עולם כמנהגו נוהג, יעדער האט זיך זיין סיבה פארוואס עפעס געשעהט.

איך וואלט געזאגט אז דער אויבערשטער וויל ווייזן מען זאל אויפהערן די געצענדינעריי פין מירון ר' שמעון וכו'.

מען מעג גיין אויף קברי צדיקים, אבער עס איז דא א שיעור פין פארגט'רען.

ר' שמעון איז נישט קיין גאט, און מען טאר נישט מתפלל זיין צו אים, והדברים עתיקין.

איך שיהיה, צו דאס האט דער אויבערשטער געוואלט ווייזן ווייס איך נישט, אבער דער ענין איז גערעכט.

עבודה זרה איז דער איינציגסטער זאך וואס דער פסוק שרייבט אז דער אויבערשטער ווערט אויפגערעגט כביכול.

אלע מעשיות פין תחיית המתים ביי ר' שמעון ווערען אנגעפרעגט ווען 45 מענטשן שטארבן דארט.

און מען ווערט נישט קיין אפיקורס, ווען מען לייקענט די אלע נארישע באבע מעשיות.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 12:07 am
דורך נאך א מיינונג
עפעס ליגט מיר אין קאפ א גרויסע מערכה אין חוץ לארץ אז דער אתרא קדישא מירון זאל נישט אריין פאלן רח"ל אין די הענט פון די פארשאלטענע ציונים (פוי פוי, שעים אן יו), און ממילא מוזן מיר געבן געלט צו וואס. איך געדענק נישט קיין פרטים, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ וועגן די הקדש וואס פירט שוין די פלאטץ א פאר הונדרעט יאר, און א מחלוקת איבער די בעלות דארט, און איין צד האט גענוצט קנאות ארויס צו ווארפן די אנדערע צד. טאמער איינרע געדענקט, ביטע אפיר ברענגן.

ווייל אסאך פון די נאכלעסיגקייט דארט איז געבויט אויף דעם אז די אנשטאלטן זענען נישט געהעריג אחראי אויף די פלאטץ. עס איז א האדזש פאדזש פון פארשידענע ארגאניזאציעס און אפאראטן, יעדער שינד געלט פון די צווייטע, ח"י רוטל גניבות לרחצה, און פאליטיק איבערן קאפ. שטעל זיך פאר ווען א נארמאלן סדר וואלט דארט געהערשט, מיט מדינה אחראיים. איך ווייס אז זיי זענען אויך גאנץ היימיש, אבער פארט.

נקודה למחשבה

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 12:41 am
דורך אונטער חכם
ארי נוהם האט געשריבן:במחילה, יא יא, ווייטער די רבנים!

איך בין אויך זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען קיין טוויטס און קיין דו"ח, און הא גופא קשיא: פארוואס טאקע נישט?
נאר א דו"ח איבער אן אינדיאנער שייטל אדער אנאנדער פירצה, איז גענוג וויכטיג פאר זיי?
פארוואס זעען זיי נישט קיין טוויטס? זיי האבן נישט קיין אינטערנעט [גע'כשר'טע כמובן]? פארוואס טאקע נישט? ביסט א מנהיג אדער דו זיצט אין א בונקער על התורה ועל העבודה?
אויב זיצטו אין א בונקער - ריר דיך נישט ארויס פון דארט צו רעדן פון אינדיאנער שייטלעך, און אויב ביסטו גענוג מעורב בין הבריות צו קומען זאגן דיין וויכטיגע דעת תורה איבער דעם ערשטן פון די שלש חמורות (חשש ע"ז), דאן זיי'זשע מוחל און לערן דיך אויס צו קענען זאגן א דעת תורה איבערן דריטן פון די שלש חמורות (חשש שפיכות דמים)!

עד מתי זה לנו למוקש, אז זיי זאלן כלומרשט זיין אונזערע דעה זאגערס נאר אין ענינים שבין אדם למקום, און זיך גענצליך אפ'פטר'ן פון ענינים שבין אדם לחבירו? אויב זיי קענען זיך ארומרינגלען מיט מיניסטארן און ראטגעבער וואס זאלן זיי דערציילן איבער אינדיאנער שייטלעך, זאלן זיי געוויס האבן ראטגעבער וואס זאלן זיי דערציילן איבער די סכנה אין מירון (צי קאראנע, צי וואטעווער)!

בנוסף לזה: מ'דארף ממש נישט זיין קיין חכימאה דיהודאה צו זען אז טויזנטער אידן האבן א קליינעם לעכל וואו אדורכצוגיין, און מילא פשוט'ע אידן טראכטן נישט אז ס'איז א חשש פיקו"נ, אבער א רב, א מנהיג, א רבי?! דו ביסט דאך דער וואס מעסט די לענג פונעם שייטל, דאס אויסזען פונעם שייטל, די מקור פונעם שייטל, אלס נאר צוליב א 'חשש' רחוק פון וואטעווער, אבער ווען עס קומט צו א 'חשש' פיקו"נ טשיקנסטו אפ "ווייל דער רבי האט נישט געזען די טוויט/דו"ח"?!

הה"ד לא טהרת כלים הוא דחמירי, אלא שפיכות דמים הוא דזל.

זאלן שוין די רבנים לאזן דאס מענטשהייט לעבן!

במחילת כבודך, רבנים זענען דא פאר רוחניות, זיי דארפן נישט זיין קיין סעיפטי עקספערטן, יא, אפי' פיקו''נ איז אויך אן עבירה, איז אן אומזין צו זאגן אז רבנים זענען מחויב צו שטיין על המשמר אויפצוזוכן סעיפטי אדער געזונט פראבלעמען.

ביי קאראנע האב איך מסכים געווען אויף די טענות, ווייל נאכן הערן פון די געזונט עקספערטן דארפן זיי מעורר זיין דעם ציבור אויף פיקו''נ, אבער זאגן אז זיי דארפן גאר ווערן סעיפטי עקספערטן האט נישט קיין פשט.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:04 am
דורך כרם זית
איך ווייס נישט ווי ווייט מקען באשולדיגן די חרדישע מנהיגים, ווען די משטרה איז געווען אזוי זיכער מיט זייער סדר. זיי האבן אפילו איינגעלאדנט פארשטייער פון אומאן אוקריינע זיי צו אויסלערנען ווי אזוי ממאכט סדר, כדי זיי זאלן עס קענען נאכמאכן אויף ראש השנה.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:31 am
דורך סמבטיון
אישתישבי, כפארשטיי אז אין סאטמער האבן געארבעט ארויסצורייסן יעדע שפיר פון אמונת צדיקים, אבער דו טרייבסט איבער ווען שרייבסט אזעכע שטותים אז מעדינט עבודה זרה ביי ר' שמעון, רח"ל אזוי צו רעדן.

בנוגע די גאנצע דעבאטע דא, הערטס אויף צו טייטלן די פינגער, אונז זעמער יודען און אונז גלייב מיר אז אלעס איז געשעהן מיט השגחה פרטית,קיינער פון די 45 געהארגעטע זענען נישט געווען דארט ביי מיסטעיק, וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד , נישט קיין חילוק ווי שווער עס איז אראפ צושלינגען, און אויב האלטסטו אנדערש ביזטו נישט קיין מאמין. אוואדאי דארף מען זען צו פארעכטן און פארבעסערן עס זאל נישט חלילה קענען געשען נאכאמאל אזא אומגליק ר"ל, אבער באשילדוגען איז נישט אין פלאץ.
זאל דער איישטער אונז געבן די כוחות אדורך צוטראגן די שרעקליכע הרגשים וואס וועלן בלייבן אין אינזער הארץ פאר א לאנגע צייט.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:50 am
דורך איזה נשמה
its true that its a dangrous situation every year , but its clear from so much videos of the scene that the police blocked this way for long minutes and that is what caused the tragedy

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 2:04 am
דורך שמעון וואלף
אלע צוזאמען האט געשריבן:פלוצלינג וויל מען פאלגן די רבנים! א גאנץ יאר רעגט מען זיך אויף און ווען זיי גיבן ארויס א קול קורא קעגן שייטלעך זענען זיי סתם אונטערדריקערס און מענטשן וואס זוכן צו געוועלטיגן אויף כלל ישראל, אבער יעצט זוכט מען זיי מיט לעכט, פרוביר זיך נאר צו פארשטעלן וואסערע קולות און קללות ס'וואלט געגאנגען אויף די 'תולדות אהרן'ע רבי' טאקע דא אויף 'קאווע שטיבל' ווען ער זאל ווען האבן ארויסגעקומען מיט א פסק נישט צו פארן אויף מירון, אפילו דאס ביסל פאן לאזט ער נישט.
לאז אפ די רבנים, די פאלגסט די זיי במילא קיינמאל נישט, די טוסט סייווי וואס די ווילסט, זיי זענען נישט דיין שעיר לעזאזל.

די וואס פרעגן "ווי זענען די רבנים" מיינען נישט די שאלה נאר ווילן ארויסברענגן די מסקנה אז מ'טאר זיך נישט פארמאכן די מוח און זאגן איך פאלאו מיין רב/רבי און ס'אינטערעסירט מיר נישט וואס אנדערע זאגן. ווען דיין רבי/רב זאגט א מיינונג וואס איז דברים של טעם דארף מען פאלגן אפילו מ'איז נישט אינגאנצן מסכים און טאמער זאגט ער נישט קיין מיינונג דארף מען זיך אינטערעסירן וואס אנדערע זאגן און מחליט זיין וואס צו טון.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 2:35 am
דורך או אינו
סמבטיון האט געשריבן:אישתישבי, כפארשטיי אז אין סאטמער האבן געארבעט ארויסצורייסן יעדע שפיר פון אמונת צדיקים, אבער דו טרייבסט איבער ווען שרייבסט אזעכע שטותים אז מעדינט עבודה זרה ביי ר' שמעון, רח"ל אזוי צו רעדן.

בנוגע די גאנצע דעבאטע דא, הערטס אויף צו טייטלן די פינגער, אונז זעמער יודען און אונז גלייב מיר אז אלעס איז געשעהן מיט השגחה פרטית,קיינער פון די 45 גע'הרג'עטע זענען נישט געווען דארט ביי מיסטעיק, וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד, נישט קיין חילוק ווי שווער עס איז אראפ צושלינגען, און אויב האלטסטו אנדערש ביזטו נישט קיין מאמין. אוואדאי דארף מען זען צו פארעכטן און פארבעסערן עס זאל נישט חלילה קענען געשען נאכאמאל אזא אומגליק ר"ל, אבער באשילדוגען איז נישט אין פלאץ.
זאל דער איישטער אונז געבן די כוחות אדורך צוטראגן די שרעקליכע הרגשים וואס וועלן בלייבן אין אינזער הארץ פאר א לאנגע צייט.

אישתישבי, אין ערגסטן פאל אין עס א פעסטעוויל וואס מענטשן האבן געגועים מיטצוהאלטן (ווי להבדיל וואדסטאק). א מין צינישער געדאנק אז דער עולם איז עובד זרות.
זאג נאר, מיט וואס ברויכסטו קאופן אויפצוקומען מיט אזא געדאנק?

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 2:53 am
דורך איזה נשמה
just heard from a Bucher that was there (he lost his hat and Kappel) that they were begging the police to open but police said "until you don't learn how to behave we are not opening

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 3:02 am
דורך מפיל קינד
שרעקעדיג!!

טייל פון זיי זענען שוין נישט דא.

https://twitter.com/iairLevy/status/138 ... 76960?s=19

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 10:21 am
דורך אמת וצדק
אוואדע לאחר המעשה קען מען זאגן ״די באשעפער פירט די וועלט״ און ״אז אלעס האט א חשבון״ אבער מען דארף אויך זען ווי אזוי דאס האט פאסירט, סיי אז דאס זאל נישט נאכאמאל געשען, און סיי ווייל דאס איז די נארמאלע צוגאנג צו האלטען פאראנטווארטליך דער וואס איז שילדיג (אויב איינער איז טאקע קלאר שולדיג)

איז אלע יארן ביז אהער האט נישט אזאנס פאסירט, דאס איז זיכער חומר למחשבה צו היי יאר איז עפעס געווען אנדערש, האבן די פאליציי פארשפארט א דורכגאנג? האט פונקט דאס יאר די ערד געווען גליטשיג?

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:47 pm
דורך או אינו
וועייסט איינער וועמענס טענט איז העכער די טונעל ?

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 2:00 pm
דורך פאליטיקאנט
לאמיר זיך אלע צוזאם נעמען און זיך מחזק ַזיין אין אונזער קלארע אמונה אז די פאליציי איז שולדיג, נישט ח"ו ווערן מושפע פון די ליצני הדור וועלכע פרובירן אראפמאלן כאילו עס קען זיין אז דאס איז פשוט געקומען מדרך הטבע ווייל סטעמפידס געשעען ווען עס איז דא א צושטיפעניש אן קיין קאנטראל, ווי מאנכע פרובירן מטשט זיין.

והא ראיה, די זעלבע מפקד פון רב וואזנערס לויה וואס האט שוין אויך דעמאלסט פרובירט זיך איינצושרייבן מיט אונזער חכמים צו מאכן די לויה אינדרויסן (כדי מ'זאל נישט דורכגיין שטיגן), כנראה האט ער שוין דעמאלט געפלאנט א ריזיגע סטעמפיד נוסח מירון, נאר לא עלתה בידו.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 3:22 pm
דורך אישתישבי
וואס איז די מעשה, איז עס יא געוועהן פארמאכט אדער נישט?

ווי איז געוועהן דער סטעמפיד, אויף די סטעפס אדער אינמיטען די לאנגע דורכגעגאנג פאר עס דרייט זיך איין צו די סטעפס?

יעצט הער איך אז מען זאגט פין די פרומע, אז די פאליציי האבן עס פארמאכט מען זאל נישט קענען אריין גיין מער, און זיי די פאליציי האבן נישט געכאפט אז אויב מען קען נישט אריין קען מען נישט ארויס.

איך שיהיה ווי עס זעהט אויס איז זיכער געוועהן צופיל מענטשן דארט אויף איינמאל.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 3:33 pm
דורך נ נח
פיינעלי א האלבע נארמאלע סטעיטמינט פין א מנהיג
המקובל הגר"י עדס שליט"א האט געזאגט ביי זיין הספד ביי די לויה פון די אלחדד ברידער ז"ל, אז "יש חשיבות גדולה לעורר בציבור החרדי על הנושא, לא להיכס למקום שיש בו צפיפות, אנשים צריכים להבין שגם אם הם רוצים להגיע למקומות חשובים - לא להידחף, צריך לנהוג במשנה זהירות".

פארוואס חרדישע יודן מוזן זיך שטיפן ביי יעדע גרויסע היימישע עווענט צו סזאל זיין א רעבישע חתונה אדער לויה א נעקסט לעוועל קראנקהייט וואס מיר האבן
די בעיסקס פין נארמאלקייט אין מענערס פעלט אינז, ווער סאיז אמאל גיווען ג תמוז ביי ליובאוויטש רבי קבר ווי סקומען טויזענטר מענטשן אין מדארף אדורך גיין א שמאלע וועג אין די בית החיים נארמאל מיט א סדר אהן קיין שטופן שרייען אהן קיין טויזענט עסקנים פשוט מינימום נארמאלקייט

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 3:47 pm
דורך לבי ובשרי
נ נח האט געשריבן:פיינעלי א האלבע נארמאלע סטעיטמינט פין א מנהיג
המקובל הגר"י עדס שליט"א האט געזאגט ביי זיין הספד ביי די לויה פון די אלחדד ברידער ז"ל, אז "יש חשיבות גדולה לעורר בציבור החרדי על הנושא, לא להיכס למקום שיש בו צפיפות, אנשים צריכים להבין שגם אם הם רוצים להגיע למקומות חשובים - לא להידחף, צריך לנהוג במשנה זהירות".

פארוואס חרדישע יודן מוזן זיך שטיפן ביי יעדע גרויסע היימישע עווענט צו סזאל זיין א רעבישע חתונה אדער לויה א נעקסט לעוועל קראנקהייט וואס מיר האבן
די בעיסקס פין נארמאלקייט אין מענערס פעלט אינז, ווער סאיז אמאל גיווען ג תמוז ביי ליובאוויטש רבי קבר ווי סקומען טויזענטר מענטשן אין מדארף אדורך גיין א שמאלע וועג אין די בית החיים נארמאל מיט א סדר אהן קיין שטופן שרייען אהן קיין טויזענט עסקנים פשוט מינימום נארמאלקייט


זייער שטארק.
צוויי יאר צוריק בין איך געווען אין מירון מיט א חבר. דער חבר האט געוואלט אריינגיין אין מערה ביז'ן ציון. כ'האב אים געזאגט ער זאל עס נישט טון. ס'איז סכנת נפשות און דמו בראשו. שפעטער ביינאכט האב איך געפינען א ברודער פון דעם חבר, ער פארציילט מיר: האסט געהערט וואס ס'איז געשען צו מיין ברודער? ער האט זיך אריינגעשטופט ביזן ציון, ער האט געשטופט מענטשן רעכטס און לינקס צו קענען צוקומען, אבער למעשה האט ער גע'חלש'ט און ב"ה אז מ'האט אים יעצט דערמינטערט און אלעס איז בסדר...

קען דער איינער חלילה יעצט זאגן אז משטרה איז שולדיג פאר'ן אריינלאזן מענטשן? רבי שמעון איז שולדיג אז ער ליגט דארט?

יעדער בר דעת איז אן אייגענער בעל אחריות, און אויב ווייסט מען אז ס'קען צוקומען צו א סכנה, דארף מען זיך צוריקהאלטן פון דארטן אהינגיין. און אז יענער גייט יא אהין און דאס זיין אחריות. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז מ'נעמט נישט דארט אריין קיין קליינע קינדער. איינער האט געזאגט אז מ'טאר נישט? ווער נעמט אחריות? פארוואס לייגט נישט משטרה קיין מודעות אז מ'זאל נישט אהינגיין?

ס'איז דיין אחריות, אויב זעסטו אז מ'שטופט זיך דארט, אויב זעסטו אז דער מצב איז נישט בסדר, דאן האלט דיר איין און גיי נישט אריין. דעטס איט.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 4:18 pm
דורך אישתישבי
צו דערמאנן ר' יחזקאל ראטה לוויה ווי די שומרים האבן זיך געדארפטַ שלאגן מיט מענטשן נישט אריין צו גיין אין דער בית המדרש. און זיי זענען פארדאמט געווארען. כלומר, ביי אונז איז אנווייזונגען פין אנדערע גארנישט, ווייל ווער איז קלוגער פין אונז?

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 5:55 pm
דורך יאסל ראקאווער
פארוואס זע איך איבעראל די ווערטער בקרובי אקדש? וויאזוי איז נתקדש געווארן שם שמים דורך די שרעקליכע אומגליק?

צו מיר איז נתחלל שם שמים, די שכינה איז פארשעמט מסוף עולם עס סופו. אזא טראגעדיע אינמיטען א יום טוב. אפשר פארשטיי מיר עס נישט אבער קיין קידוש השם לדעת בני אדם איז עס זיכער נישט.

בקרובי נתחלל

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 6:06 pm
דורך וואולקאן עראפציע
דער פסוק בקרובי אקדש שטייט גראדע ביי א ענליכע מעשה, ווען די אידן האבן זיך געפריידט מיט הקמת המשכן און נדב ואביהוא זענען פלוצלונג אוועק.

ווי זאגן די מפרשים דארט? "בקרובי אקדש. על ידי מיתת קרובין הללו אתקדש ואתגדל לעיני כל העם, שישאו ק"ו בעצמם מאלו וישמרו עצמן מלעשות כן וייראו ממני".

מ'רעדט נישט דארט פון מאכן א קידוש השם, נאר פשוט א כלל ישראל זאל מורא האבן.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 6:16 pm
דורך אלע צוזאמען
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז די מעשה, איז עס יא געוועהן פארמאכט אדער נישט?

ווי איז געוועהן דער סטעמפיד, אויף די סטעפס אדער אינמיטען די לאנגע דורכגעגאנג פאר עס דרייט זיך איין צו די סטעפס?

יעצט הער איך אז מען זאגט פין די פרומע, אז די פאליציי האבן עס פארמאכט מען זאל נישט קענען אריין גיין מער, און זיי די פאליציי האבן נישט געכאפט אז אויב מען קען נישט אריין קען מען נישט ארויס.

איך שיהיה ווי עס זעהט אויס איז זיכער געוועהן צופיל מענטשן דארט אויף איינמאל.

משטרה האט עס פארמאכט ווייל זיי האבן געהאלטן אז ס'איז צו סאך מענטשן ביים הדלקה, און די צוים איז געווען גלייַך פאר די טרעפ

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 6:36 pm
דורך יאסל ראקאווער
וואולקאן עראפציע האט געשריבן:דער פסוק בקרובי אקדש שטייט גראדע ביי א ענליכע מעשה, ווען די אידן האבן זיך געפריידט מיט הקמת המשכן און נדב ואביהוא זענען פלוצלונג אוועק.

ווי זאגן די מפרשים דארט? "בקרובי אקדש. על ידי מיתת קרובין הללו אתקדש ואתגדל לעיני כל העם, שישאו ק"ו בעצמם מאלו וישמרו עצמן מלעשות כן וייראו ממני".


די צוויי זענען אריין אין משכן אנגעשיקערט איז פאסיג אויף זיי צו זאגען אקדש. די עולם פון היינט און ווייטער וועט זיך אויפירן מער לייטיש.

ווידער די 45 אומגליקליכע אידן זענען געווען אינמיטען מאכן א קידוש השם און עבודה שבלב. איז זייער אומגליק א ביטערע חילול השם.

וואס מורא האבן ווען מורא האבן? אקדש איז אומפאסיג דא

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 7:01 pm
דורך סמבטיון
יעצט גענדיגט וואטשן די לוויה פון דאני מאזעס, איך האב שוין לאנג נישט אזוי געוויינט, דאס צוקיקן ווי א מאמע באערדיגט איר בכור, די הימל שפאלטענדע בכיות וואס דארט איז פארגעגאנגן, די הספד פון די טאטע איז געווען עפעס פאריקט צו ווערן, ער ענדיגט צו, לאמער גיין דעם לעצטן שפאציר צוזאמען... האר אויפשטעלענד....