בלאט 40 פון 110
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
лпم iοوԴ האט געשריבן:כ'הער א שמועה רעה אז יואל בראך, סאקסעפאן שפילערייען, איז נעבעך אוועק. אבער אנדערע זאגן אז ס'איז נישט אמת.
נישט אמת. א בילד פון אפאר מינוט צוריק
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 5:25 pm
דורך מ גפני
זאל די שמועה זיין א ישועה פאר אים און ער זאל געזונט ווערן
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 5:35 pm
דורך פלעין יודיש
מ'זאגט אז ס'איז א סגילה פאר אריכות ימים
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 5:39 pm
דורך איך אויך
הוא גר במונסי?
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 7:38 pm
דורך ישמעאל הכהן
לא, ב'פלעטבוש/קענזינגטאן
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 9:54 pm
דורך דער שכן
лпم iοوԴ האט געשריבן:כ'הער א שמועה רעה אז יואל בראך, סאקסעפאן שפילערייען, איז נעבעך אוועק. אבער אנדערע זאגן אז ס'איז נישט אמת.
וואס מיינט דאס ״סאקסעפאן
שפילערייען״ ?
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:13 am
דורך [NAMELESS]
ס'דארף שטיין "שפילער". מיין גוגל קיבארד האט אליין צוגעענדיגט די ווארט.
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:01 pm
דורך מ גפני
היינט איז נפטר געווארן אין קרית יואל הרה"ח ר' ארון לייב ב"ר שלמה סטראלאוויטש ע"ה נאכ'ן דורכגיין שווערע חדשים זיך פלאגן מיט די ביטערע מחלה ת.נ.צ.ב.ה.
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:04 pm
דורך מ גפני
ר' ארון לייב מיט זיין מחותן ר' יצחק שווארץ ע"ה
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:20 pm
דורך גאנצל
א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:50 pm
דורך פלעין יודיש
גאנצל האט געשריבן:א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט
זאג מיר [tag]גאנצל[/tag]
די האסט אינגאנצן פארלוירן דיינע מענטשליכע געפילן???
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 3:44 pm
דורך משולם שטיינפעלד
פלעין יודיש האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט
זאג מיר [tag]גאנצל[/tag]
די האסט אינגאנצן פארלוירן דיינע מענטשליכע געפילן???
פלעינע בחור, ווען מעג מען יא רעדן וואו מען לייגט א מענטש און ווען טאר מען נישט? קענסט מיר ביטע ערקלערן וויאזוי דיינע געפילן לויפן?
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 4:04 pm
דורך דעמאקראטיע
גאנצל האט געשריבן:א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט
דעקעלע טייערע
א נחת צו קוקן ווי דע טעראר איז ב"ה אונטערגעגאנגען, א איד וואס האט אלע יארן געדאווענט ביי די רביצין אין ביי לייבוש ענגל ווערט געלייגט אין ביה"ח ווי א שיינער איד בחנם אין כסף
פאר 4 יאר צוריק וואלט ער געדארפט באצאלן פאר דעם עטליעסט א פופציג אלפים
די בני יואל אין די זאליס בארומען שענערע חלקהס אין די ארוינישע ביה"ח ווי די ארונים
ווויזוי פירט די בלאט אויס??
"פארשטינקענע פיש געגעסן אין פון שטאט ארויסגעווארפן"
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 4:14 pm
דורך גאלד
"בחנם אין כסף" איז לכתחלה נישט אויסגעהאלטן, ס'שטייט אין זוהר אז לטובת נשמתו זאל א מענטש ליגן דוקא אין א באצאלטע חלקה,
מ'זעהט עס ביי אברהם אבינו אז ער האט באצאלט ארבע מאות כסף עובר לסוחר, ער האט נישט געוואלט קיין טובות פון עפרון החתי,
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 4:49 pm
דורך גאנצל
סארי כ'האב קיינעם נישט געמיינט וויי צו טון איך האב בלויז געשריבן די נייעס
[tag]דעמאקרטיע[/tag] שוין לאנג נישט אזא הנאה געהאט פון אזא טרויעריגע נצחון נגון פאר מער גיי צו צימעס
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 4:55 pm
דורך שרייבער
דעמאקראטיע האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט
דעקעלע טייערע
א נחת צו קוקן ווי דע טעראר איז ב"ה אונטערגעגאנגען, א איד וואס האט אלע יארן געדאווענט ביי די רביצין אין ביי לייבוש ענגל ווערט געלייגט אין ביה"ח ווי א שיינער איד בחנם אין כסף
פאר 4 יאר צוריק וואלט ער געדארפט באצאלן פאר דעם עטליעסט א פופציג אלפים
די בני יואל אין די זאליס בארומען שענערע חלקהס אין די ארוינישע ביה"ח ווי די ארונים
ווויזוי פירט די בלאט אויס??
"פארשטינקענע פיש געגעסן אין פון שטאט ארויסגעווארפן"
דו קענסט שרייבן בחנם אין כסף, פאקט איז אז "מען" האט באצאלט דערפאר כסף מלא, ער האט קינדער וואס באלאנגען צו צד מהר"א און זיי האבן געוואלט ער זאל ליגן דא
כ'מיין פאר דעם געלט קענסטו דיך שרייבן אז ר' בנציון געלבמאן איז אויך בחנם אין כסף (נישט בייגעפאלן הא?)
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 4:56 pm
דורך שרייבער
למעשה זענען די זאליס אלעמאל געווינער, איי מען לייגט ביי די ארונים אפילו מעסיגע, אה, איז דא צוויי תירוצים, אדער האט מען ארויסגעכאפט, אדער האט מען אים געלייגט בחנם
נייס טריי
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 5:23 pm
דורך דעמאקראטיע
שרייבער האט געשריבן:למעשה זענען די זאליס אלעמאל געווינער, איי מען לייגט ביי די ארונים אפילו מעסיגע, אה, איז דא צוויי תירוצים, אדער האט מען ארויסגעכאפט, אדער האט מען אים געלייגט בחנם
נייס טריי
דעקעל קיינער טרייט נישט גארנישט
האט סטראלאוויטש באצאלט 50 טויזענט דאלער אדער נישט?
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 5:30 pm
דורך פלעין יודיש
חברה
ס'איז א שאד אז אינזערע תגובות זאלן באלד פארמעקט ווערן דורך די אחראים, לאמיר זיך טענה'ן אין צימעס
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 6:45 pm
דורך signout
דעמאקראטיע האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:למעשה זענען די זאליס אלעמאל געווינער, איי מען לייגט ביי די ארונים אפילו מעסיגע, אה, איז דא צוויי תירוצים, אדער האט מען ארויסגעכאפט, אדער האט מען אים געלייגט בחנם
נייס טריי
דעקעל קיינער טרייט נישט גארנישט
האט סטראלאוויטש באצאלט 50 טויזענט דאלער אדער נישט?
קודם מען האט קיינמאל נישט געבעטן אין די היסטארי 50 אלפים פאר א פשוטע חלקה, אז די קויפסט אלעס פין דער איד אין שאול פערלשטיין לייג דיך נישט צו נער ברבים, דאס וואס מען בעט יא האט איינגעפריט נישט קיין צווייטער ווי דער דעמאלטסטיגער יו''ר חברה קדישא (אפשר וועגן דעם האט ער נישט זוכה געווען צו ליגן אין דעם ביה''ח), אין דאס צאלט יעדער וואס וויל ליגן אין דעם ביה''ח,
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 6:56 pm
דורך כוכב
מקען אפשר אויפהערן צימעסן אין א יהא זכרו ברוך אשכול?
א באנדע משוגעים.
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:57 pm
דורך berlbalaguleh