בלאט 31 פון 55
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:05 pm
דורך ישראל קאפקע
דעי קראנקע אונגארישע נאצי פרוי האלט זיך אונטער דורך אונטערשטעלן פיסלעך פאר א סירישע פליט וואס אנטלויפן פון די פאליציי מיט א קינד אין די הענט.
Camerawoman #PetraLazlo for N1TV, trips a #refugee carrying a small child as he runs from police
http://t.co/OetlJpacHh
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:12 pm
דורך [NAMELESS]
ימחה שמה מתחת שמי השם במהרה, אמן.
וויפיל רשעות קען א 'אייראפע'אישער אינטעליגענטער גוי' האבן?!
פחד פחדים!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 1:10 am
דורך יודישע שרייבער
זייער שרעקעדיג צו טראכטן אז די רעפארטערס באבע האט מן הסתם געטון די זעלבע צו אונזערע זיידעס און באבעס פאר 70 יאר צוריק

!!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 12:58 pm
דורך ליפא
מ'האט איר אפגעזאגט פון איר דזשאב. עפעס א טרייסט
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז א מינדערוויכטיגע זאך, אבער עס גייט מיר שוין אויף די נערוון. די לוח המודעות, קול ברמה, קול הציבור, און די אלע אנדערע טעגליכע אויסגאבעס, וואס זענען געמאכט געווארן צו אדווערטייזן די היימישע ביזנעסער, מפרסם זיין די שמחות, כולל תהלים און חצות געבעקסן, און זעלבסטפארשטענדליך
א פלאטפארמע פאר אלע ראדיקאלע מחאות א.א.וו. איז פיין און וואויל; אבער צו וואס דארף מען אריינלייגן תורה'לעך, מיט מעשיות פון צדיקים מיט זייערע יארצייטן? עס מאכט סתם נערוועז. איך ווייס איך קען עס אויסלאזן און איך דארף עס נישט ליינען, אבער וואס טראכטן די ארויסגעבער? עס פעלט דען עפעס סיפורי צדיקים? ווי קומט עס אריין דא? וועט עס פארגרעסערן דיין ליינער באזע צו וואס?
ביי מיר איז עס פונקט ווי א שיך סטאר זאל אנהויבן פארקויפן מילך. פעלט דען עפעס גראסערי'ס אויף יעדן בלאק צו קויפן מילך? וועלן מער מענטשן קויפן שיך ווייל דו האסט מילך?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:32 pm
דורך הקטן
.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 9:04 am
דורך שמעון וואלף
אפשר טאר מען זיך נישט רעגן ערב ראש השנה אבער פארפאלן, דאס איז וואס איז געשען.
ביי התרת נדרים מאכט זיך אפט א חכם וואס מוז למען השם צולייגן דעם לאנגן מסירת מודעה אז אלע זיינע מעשים זענען נאר ליחד קוב"ה ושכינתי וכו', און פאר א נויט זאגט מען אויך די ארומגערינגעלטע "על דעת ר' ישראל בעל שם טוב ותלמידיו (היינט האט איינער צוגעלייגט" ותלמידי תלמידיו"). אלץ בחור האב איך עס קיינמאל נישט געהערט אבער אין די היינטיגע אכשר דרא עפאכע ווערט עס מער און מער אויפגעכאפט.
היינט האב איך אבער געהערט עפעס גענצליך ניי. איינער פון מיין חבורה האט געזאגט עפעס א יהי רצון וואס רעדט וועגן התרת קללות און ער האט נאכדעם געגעבן זיין סליחות ווי ס'איז געשטאנען א ספעציעלע "הכל מותרים לך" און געוויזן אז יעדער זאל דאס זאגן. איך האב געפילט אז ס'איז נישט אין פלאץ אים עפעס צו זאגן אבער איך האב מיך געמוזט ערגעץ אויסגעבן מיין רעגעניש.
שכוח פאר אויסהערן, האטס מיר א זיס לעכטיג יאר
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 9:09 am
דורך [NAMELESS]
פאריאר האב איך געזאגט התרת נדרים מיט א געוויסע מנהל המוסדות, איז מיר געווען פארשטענדליך ער זאל זאגן התרת קללות,
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
אויף די מנהלים גייט ארויף די ווערטער "ואין אני מבקש התרה מאותן שאין להתיר אותם"....
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:40 pm
דורך שמעקעדיג
די c/p כתיבה וחתימה טובה וואונטשן וואס אלע מיינע וואטסעפפ קאנטאקטס שיקן אריין יעדע צוויי מינוט.
הערטס אויף!!

(
אוי בין איך אסאך מאל מקנא [tag]פליקער[/tag])
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
מאכט זיך אפט, איך שטיי אויף אין א פארכמורעטע מוהט אלטץ גייט אזוי מער אויפ'ן לינקע שניט. ווי יעדן טאג, נאכן דאווענען מאך איך אויף מיין פאון טשעקן וואס אלטץ עס האט זיך אפגעשפילט אן מיין פערזענליכע אויפזיכט במשך די נאכט שעות. די אימיילס און מעסידזשעס הייבן אן אריינפליסען, און יא, איך לייכט אויף פאר פרייד, דריי פרישע לייקס פון קאווע שטיבעל. טאקע שוין נישט געווען אקטיוו דארט די לעצטע טאג צוויי, און דא דריי פרישע לייקס, און נישט סתם לייקס, נאר פון די עליטע חברה ווי [tag]ראשעקאל[/tag] [tag]גראדעמעכעלע[/tag] [tag]שמערל[/tag] צו גאר [tag]פלאוויוס[/tag]. איך קליק אויפ'ן לינק, און ער פירט מיר גאר צום 'אינטערסטעיט 404'. גיי ווייס אויף וואס איך האב באקומען די לייקס, "אין עצבות כאסירת הספיקות" אין פולען זין פון ווארט! איך רוף צוזאם פאר א באלדיגע רעזעלוציע מיט שטייפע דירעקציעס:
די טעפטאלק דארף מען שורש מן העוקר זיין, זאפארט! מאכן א 'כאפצעם' און באבויקערען כאשר זמם, מען דארף אים שניידן לעבעדיגע גלידער מיט התאחדות פסח זאלץ, אנשטאפן זיינע נאז לעכער מיט די מאיענעז פון חדר, און דערנאך דערטרינקען אין צעלימער מקוה זומפ.
ולא ישמע עוד שבר...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז א לייק לבטלה ר"ל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:10 pm
דורך שמעון וואלף
מיר באדערט עס אויכעט אבער נאכמער רעגט מיר ווען איך זעה אז כ'האב צוויי נייע הודעות אין ביים אריינקליקן טרעף איך אז כ'האב באקומען א לייק און צוויי מינוט שפעטער איז עס פארמעקט געווארן
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מאכט זיך אפט, איך שטיי אויף אין א פארכמורעטע מוהט אלטץ גייט אזוי מער אויפ'ן לינקע שניט. ווי יעדן טאג, נאכן דאווענען מאך איך אויף מיין פאון טשעקן וואס אלטץ עס האט זיך אפגעשפילט אן מיין פערזענליכע אויפזיכט במשך די נאכט שעות. די אימיילס און מעסידזשעס הייבן אן אריינפליסען, און יא, איך לייכט אויף פאר פרייד, דריי פרישע לייקס פון קאווע שטיבעל. טאקע שוין נישט געווען אקטיוו דארט די לעצטע טאג צוויי, און דא דריי פרישע לייקס, און נישט סתם לייקס, נאר פון די עליטע חברה ווי [tag]ראשעקאל[/tag] [tag]גראדעמעכעלע[/tag] [tag]שמערל[/tag] צו גאר [tag]פלאוויוס[/tag]. איך קליק אויפ'ן לינק, און ער פירט מיר גאר צום 'אינטערסטעיט 404'. גיי ווייס אויף וואס איך האב באקומען די לייקס, "אין עצבות כאסירת הספיקות" אין פולען זין פון ווארט! איך רוף צוזאם פאר א באלדיגע רעזעלוציע מיט שטייפע דירעקציעס:
די טעפטאלק דארף מען שורש מן העוקר זיין, זאפארט! מאכן א 'כאפצעם' און באבויקערען כאשר זמם, מען דארף אים שניידן לעבעדיגע גלידער מיט התאחדות פסח זאלץ, אנשטאפן זיינע נאז לעכער מיט די מאיענעז פון חדר, און דערנאך דערטרינקען אין צעלימער מקוה זומפ.
ולא ישמע עוד שבר...
די עצה דערויף איז צו גיין צום באנוצערס פראפייל און דריקן ביי זיינע געגעבענע לייקס, אדער ביי די אייגענע פראפייל און דריקן ביי די באקומענע לייקס, עס פירט דיר צום מקום א מחיה.
איך פיהר מיר אזוי שוין פאר איבער פערציג טעג און איך בין עס יעצט מפרסם בשער בת רבים, ונושעתי.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:33 pm
דורך קאצקע ציקער
ונושעתי - אז וואס- אז דו האסט באקימען נאך א לייק יעצט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:14 am
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:די עצה דערויף איז צו גיין צום באנוצערס פראפייל און דריקן ביי זיינע געגעבענע לייקס, אדער ביי די אייגענע פראפייל און דריקן ביי די באקומענע לייקס, עס פירט דיר צום מקום א מחיה.
איך פיהר מיר אזוי שוין פאר איבער פערציג טעג און איך בין עס יעצט מפרסם בשער בת רבים, ונושעתי.
פריעד באטשי: אולי לא הכרתי אותך אלא בשביל זה, דיינו.
על אחת וכו.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:28 pm
דורך petergrifin
ביז װיפיל אזײגער איז נארמאל צו קלינגען די בעלל און האקן אויף די טיהר װי א מעיניעק און ענטפערען
״צדקה״? אה ער האט נאכנישט גע׳עפנט?! האק און זעץ אויפ׳ן טיהר נאך שטערקער.
שוין יעצט פיל איך שלעכט װער װײסט אפשר איז ער געװעהן אליהו הנביא..

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
נעכטען צוויי אויפדערנאכט, דער שכן מיינע וואס איז דער קעניג פון פארשלעפטקייט, דער לקיטי בתר לקיטי דלקיטי. א מומחה און די בין השמשות ראיאן ,דעמאלדס שטיפט ער אריין מקוה'ס גראסערי, מנחה'ס, ענדיגן שלאק, אהיים ברענגן טלית ותפילין, קויפן חותך חיי מעסערל.
ער האט וויכטיג געדארפט בויען די סוכה טאקע יעצט באישון ליל, און איך קורטשע מיר (ווי א חסיד) פון רעכטס אויף לינקס וחוזר חלילה, שוין געפליפט די קישן לכל הצדדים אבער א מכה. לחשבונו איז ער לכאורה הייליג גערעכט, ווייל אויב ווען ביי אונז איז שוין שבת איז נאך ביי אים גרויס טאג, דאן ווען ביי אונז איז נאכט, איז לכאורה דריי נאמיטאג, איי עס איז טינקל? מסתמא א ליקויי החמה.
די חכם עתיק-יונה תטיק, די גלייבסט נישט אז דאס איז א מצווה הבאה בעבירה, א סוכה גזולה, געבויט אויף שינה גזולה.
איך וואלט שוין מסכים געווען ווען די האקסט אויפן טאקט, די טראפעלעך וואס קראכט אויפן ערקאנדישן איז נאך אויף צו שלינגן, עס קלאפט אויפן טאקט ווי א שווייצער זייגער. דו אבער, האקסט ווי א בום-באקס ד'אנשי חם, אבי אין קאפ אריין!!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:15 pm
דורך אהרן
די איינציגסטע נחמה וואס דו קענסט האבן איז, אז ווי אנגעדררייט דו ביסט יעצט איז ער א גאנצען טאג, ער קען זיך דאס אטעם נישט כאפן ווי לאנג די יאר זאל נאר זיין.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:25 pm
דורך [NAMELESS]
די סוכה'יסטישע ספעקטאקל וואס שפיעלט זיך אפ בשעת די סעודות אין א מערהייט פון די סוכות דאנ"ש קרענקט מיר ווי פארסמטע טשיק-פיעס. ווער עס איז שולדיג אינטערעסירט מיך נישט, אבער א שטיקל גורם איז זיכער דער אופן ווי אזוי מיר פירן אונזער לעבן; אלטץ ביזי מיט "איך-יענער-יענער-איך".
און יעדע סוכה'לע שפיעלט זיך א דיפרענט סצענע, ווען דער ערשטער איז ביזי שושקענען "זייטס שטיל, ס'בושות, די שכן הערט יעדע ווארט!" איז מען ביי דער צווייטער פארנומען "זייטס שטיל, קום צוהערן וואס זיי רעדן", און ווען ביים דריטן איז מען ביזי זיך אינטער שמייכלען באגלייט מיט וויציגע גרימאסן איבער דעם שכנ'ס דורכגעפאלענע 'פיעטש', שטרענגט זיך דער פערטדער אן ברמ"ח ושס"ה אראפ צו לייגן א לענגערע דזשיקובע מערכה, "זאל נאר דער שכן הערן וואס עס מיינט א סעודה מיט א באמבערדיגע ניגון", ווען דער פיפטער פרובירט צו דערציילען א ערענסטע תורה אז דער שכן זאל הערן, איז דער זעקסטער אין א כמעט תורה/מעשה שווייגעניש ווייל ס'אמעראצישע בושות פונעם שכן.
דוגמאות זענען פארהאן מער ווי גענוג, אבער בכל אופן, דעי קרענק שלעפט מיר אויס די קושקעס ווי א גאטשע בענדל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:00 pm
דורך געוואלדיג
נע, פלעין אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:15 am
דורך שמעקעדיג
גאטשע בענדל? פאר'סמ'טע טשיק פיעס? ס'ארא אויסדרוקן....
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:40 am
דורך [NAMELESS]
זיץ איך טאקע דא אין די סוכה איך הער מיר אזוי אונטער וואס די שכנים רעדן, נאך אלעם ברויך איך דאך וויסן צו דער אונטערשטער שכן גייט טאקע טון דער שידוך און צו דער אונטערשטער שכן ווארט שוין, הער איך ווי דער אונטערשטער שכן שרייט אויפן ווייב: שרי׳קה שוין ווייטער איז די טשיק פיעס פאר׳סמ׳ט....