בלאט 4 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:27 pm
דורך שבת אחים
ראש הישיבה האט געשריבן:אזויווי איך ארבעט לעבן מאנסי, בין לכבודו פון די וויזניצער רבי שליט"א געגאנגען צו די לויה. הער ווי צוויי אינגעלייט שמועסן (זעהט אויס אז איינער פון זיי וואונען אין ב"פ). איינער פרעגט די צווייטע פארוואס ביסטו אזוי צוטראגן? ענטפערט ער אז ער האט מורא אז די עולם וועט זיך נאך בענקן נאך ר' פיניע. פרעגט ער פארוואס? פארציילט ער אז ער (דער אינגערמאן) איז געווען אין שפיטאל פאר אינדערט האלבן וואך. יעדן טאג האט ער באקומען א טעלעפון קאול פון זיין רב ר' פיניע צו טשעקן וואס ער מאכט. עד כאן תוכן השמועס.


קען זיין אבער שווער צו גלייבן, ער איז נישט געוועהן אזא טיפּ בכלל, מענטשען האבן געדאווענט אין זיין ביהמ״ד יאהרן און אים געשטיצט און ווען זיי האבן געמאכט א שמחה האט ער געפרעגט וויאזוי זיי הייסן ? ער האט כמעט גארנישט געהאט מיט רוב פון זיינע מתפללים איינגעלייגט ספעציעל די יונגעלייט, ער איז געוועהן זייער א פארמאכטע מענטש און איז נישט געוועהן אזוי סאושעל

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:29 pm
דורך ראש הישיבה
עס איז מיר אויך געווען א פלא!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:35 pm
דורך שבת אחים
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:41 pm
דורך חקרן
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:52 pm
דורך שבת אחים
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:59 pm
דורך חקרן
אקעי גערעכט, לאמיר נישט פארפירן דעם נושא פונעם אשכול. מען רעדט אצינד פון הגה"צ ר' פנחס שלום האגער זצ"ל, א צדיק וואס דער וועלט האט נישט זוכה געווען נהנה צו זיין מאורו און איז פריצייטיג פארשניטן געווארן ללא עת. זאל ער זיין א גוטער בעטער פאר די משפחה און פון הימל בעטן אויף זיין משפחה, זיינע קינדער ובנו ממשיך דרכו ברבנות בבארא-פארק, ובפרט לאביו הגדול וואס דארף נעבעך אויף די עלטער באגלייטן א זוהן למנוחות. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 1:10 am
דורך א גוט מארגן
געהערט אמאל א גוט ווארט איך ווייס אבער נישט צו די מעשה האט טאקע פאסירט אבער א גוטס איז עס נאכאלץ

נאכדעם וואס די נפטר זצ"ל האט חתונה געהאט האט זיין שווער הרה"צ מספינקא זצ"ל געזאגט פאר אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איר האט מיר אפגענארט וועגן די קרענק וואס ער האט געהאט האט אים וויזניצער רבי צוריק געזאגט אז ער האט אים אויך אפגענערט וועגן די ייחס (פונקטלעך וואס די פראבלעם איז געווען ווייס איך נישט אבער עפעס משפחה פראבלעמן אויב איינער ווייסט קען מען צושרייבן)

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 3:42 am
דורך שבת אחים
בילד

נייע געקרוינטע וויזניצער רב הרה״צ ר׳ יעקב יוסף האגער שליט״א מיט זיין ברודער לינקס (הנגיד) ר׳ ישראל האגער שליט״א ביי זייער טאטעס לוי׳ אין מאנסי

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 3:52 am
דורך שבת אחים
בילד

וויזניצער רבי פון בני ברק הרה״צ ר׳ ישראל שליט״א מיט זיין זוהן ר׳ חיים מאיר ביי די לוי׳

ווייסט איינער

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 11:43 am
דורך גאנצל
פארוואס איז ר' פנחס שלום נישט געווארן רב אין מאנסי אונטער זיין טאטן ?

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:פארוואס איז ר' פנחס שלום נישט געווארן רב אין מאנסי אונטער זיין טאטן ?

לויט וויאזוי מען שמועסט האט וויזניץ׳ע רבי צוטיילט זיינע מוסדות (אויך אין זיין צוואה אויף לאחר מאה ועשרים שנה) לויט די שטעט ווי זיי וואוינען, דהיינו:
הרב פנחס שלום זצ״ל בבארא פארק
הרב ישראל במאנסי
הרב מענדל בגיבערס
הרב דוד בלונדון
הרב אליעזר בירושלים (אויב ער וועט מאפען)
הרב ברוך שמשון בבית שמש
הרב ? במאנטריאל
הרב ? בוויליאמסבורג
כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 2:04 pm
דורך פאפיטעס
פריעד באטשי האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:פארוואס איז ר' פנחס שלום נישט געווארן רב אין מאנסי אונטער זיין טאטן ?

לויט וויאזוי מען שמועסט האט וויזניץ׳ע רבי צוטיילט זיינע מוסדות (אויך אין זיין צוואה אויף לאחר מאה ועשרים שנה) לויט די שטעט ווי זיי וואוינען, דהיינו:
הרב פנחס שלום זצ״ל בבארא פארק
הרב ישראל במאנסי
הרב מענדל בגיבערס
הרב דוד בלונדון
הרב אליעזר בירושלים (אויב ער וועט מאפען)
הרב ברוך שמשון בבית שמש
הרב ? במאנטריאל
הרב ? בוויליאמסבורג
כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת



הרב יצחק יוחנן שליט"א בוויליאמסבורג
הרב אהרן שליט"א במאנטריאל

פארוואס דער רבי האט נישט געשטעלט ר' פנחס שלום אין מאנסי דער רבי האט געשטעלט אלע קינדער ווי ער האט פארשטאנען אז סוועט געפירט ווערן די בעסטע אינטער זייער אחריות
דער נפטר איז געווען אן איידעלע חאראקטער וואס איז נישט געווען פאסיג אנציפירן אזא מאסן מוסד און קהילה
משא"כ זיין ברודער שרוליק מיט אלע זיינע חסרונות האט ער די סיסטעם אין די האנט אין סווערט געפירט הערליך שיין אונטער זיינע הענט

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 2:07 pm
דורך [NAMELESS]
זיי וועלן נאך באוויינען וואס עס איז זיי פאלוירען געווארן , א מענטש וואס איז געווען וואס ער איז ..! אויטענטיש ! א איד תמים ריין פארן באשעפער . "גאלע תמים" א איד אן עניו. ס'האט איהם נישט בארירט זיין כבוד דורך שמיעסן מיט א ישיבה קטנה בחור'ל ..
אמת. ער האט נישט געהאט די "רבי מאטריאל" וואס עס פארלאנגט זיך היינט צו טאגס צו פירען ראביסטווע מוסדות וכו. בכלל נישט געווען געריבן (א גוט ווערטל געווען ווען ער האט אינטערגעשריבן זיין נאמען ביים חרם דנח"ש נאקעט : פנחס שלום.) אבער געשטאנען סך העכער ווי זיינע ברודער הרב הצעיר ... בשעת יענער איז ביזי מיט ראביסטווע (ווי ער גייט זיין דער פאקטישער יורש ..) און עפ"ר ראביסטווע איז כהיום כולל אין זיך פאלטשקייט פאליטישע מאניווערס זיך אפרעכענן אלטע און נייע חשבונות מיט שונאים אוהבים וכו.וכו. איז ער געווען מייילן מיילן ווייט אוועק דערפון ... וויפיל תלמוד חכם ער איז געווען ווייס איך נישט . אבער וואס ער האט פארמאגט דאס איז ווערט אויפן עולם האמת א ווארעמקייט צו חסידישקייט ...א קאלטקייט צו היינטיגע פראסטקייט ... א נאנטקייט צו אמת ... א ווייטקייט צו שקר... איינגעטון און גוטס ... אויסגעטון פון שלעכט'ס ...
זאל ער זוכה זיין צו א גרינגע דין און ריען אין לעכטיגן גן עדן ,

Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 2:09 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
פארוואס זאל הרב אליעזר נישט מאפען ? און ווי וועט ער וואוינען אויב מאפט ער נישט

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 2:15 pm
דורך פאפיטעס
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:פארוואס זאל הרב אליעזר נישט מאפען ? און ווי וועט ער וואוינען אויב מאפט ער נישט



ר' אליעזר פלעגט אמאל וואוינען אין ירושלים אין האט געמופט ציליב משפחה ענינים

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 2:29 pm
דורך שבת אחים
הרב אליעזר זאב האגער שליט"א איז זייער אקטיוו אין העלפן אידן מיט דאקטוירים, און ער איז דער רב פון מאונט סיני האספיטאל , ער העלפט מענטשען 24/7 בלי גוזמא, ער וואלט פארדינט א באזונדערע אשכול איבער זיין מסירת נפש פאר אנדערע אידן , ער האט שוין געהאלפן טויזענטער מענטשען טרעפן גוטע דאקטוירים וכו'.

ער האט געוואוינט מיט יאהרן צוריק אין ירושלים פאר בערך 8 יאהר און געדינט אלץ רב אין די מאנסי-וויזניצער קהילה אין ירושלים. מיט בערך 20 יאהר צוריק איז ער צוריקגעקומען וואוינען קיין ב"פּ לעבן זיין שווער די סקווירא ב"פּ רבי זצ"ל, אויף די עלטערע יאהרן פון זיין שווער האט ער מיט זיין שוואגער ר' איציק איבערגענומען די לייצעס צו העלפן אידן מיט דאקטוירים, א חסד וואס סקווערע רבי פון ב"פּ האט געטוהן העכער פופציג יאהר, ס'קוקט אויס ווי ר' אליעזר קען נישט איבערלאזן אמעריקא ווייל ער איז צו אריינגעטוהן אין די דאקטעריי און העלפן אנדערע אידן...