בלאט 4 פון 6
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 2:14 pm
דורך קל וחומר
כ'ווייס נישט וואס מיינט ביי דיר אויפטוהן, אבער פון צדיקים זאגט מען נאך אז ס'יז כדאי דורכצושוויצן זיבעציג יאר אויף דיזען וועלט כדי צו קענען איינמאל לייגן תפילין! פאר מער פון דעם זעה מסילת ישרים בהקדמתו ובספרו דרך השם.
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 3:33 pm
דורך טמיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואסי פשט אז גאט האלט אין איין אראפשיקען מענטשן נאכאנאד, על אף וואס ס'נישט געלונגען זינט אדם הראשון אז דער מענטש זאל עפעס אויפטון דא?
אהא, כ'הער. ווילסט טרינקען קאווע און פארשטיין גאט. גא עהעד
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין אינגעל פון ניין יאר האט מיר געפרעגט א קשיא דער שבת.
דער בעש"ט איז דאך געווען א באהעלפער אלס יונגערמאן. וואס מיינט עס? ער האט געברענגט די קינדער צו און פון חדר, און זיי פארציילט מעשה'ס וכדו'. ט'פון וועמען האט ער פארציילט?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:49 pm
דורך געוואלדיג
וואס איז אזוי שווער די שאלה, ער האט פארציילט פונעם ווילנער גאון און הרב שך.
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 2:39 am
דורך קל וחומר
הרב ליטוואק, די גמרא איז אויך פול מיט מופתים מעשיות א שטייגער ווי מסכת ברכות, תענית וכו' לאז דיין זוהן וויסן אז חוץ פון לומדעס איז אויך פאראן אסאך אינטערעסאנטע מופתים אין די גמרא. (אז נישט וועט ער חלילה איין טאג טראכטן אז ס'געווען חסידישע תנאים ואמוראים).
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 5:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארגעס נישט, אונז זע'מיר אין שמייכל נישט אין חינוך
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 3:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארוואס דארף מען מכבד זיין אלטע לייט? איז ער א וואוילער דארף מען אים שוין מכבד זיין יונגערהייט, איז ער א שלעכטער, האט ער דאך מער שלעכטס אנגזאמעלט אלץ זקן?
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 4:28 pm
דורך קל וחומר
איז כבוד א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך?
איז עס גוט, טא, פארוואס זאל מען אנטלויפן דערפון, איז עס שלעכט, פארוואס קומט דעם בורח דעם עונש אז ס'יז רודף אחריו?
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 4:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פארוואס דארף מען מכבד זיין אלטע לייט? איז ער א וואוילער דארף מען אים שוין מכבד זיין יונגערהייט, איז ער א שלעכטער, האט ער דאך מער שלעכטס אנגזאמעלט אלץ זקן?
כמה הרפתקאי דעדי עלה
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 4:59 pm
דורך [NAMELESS]
מ'דארף זיך אויפשטעלן פאר א:
זקן - ס'זאל עם זיין גרינגער אנצוקומען צו זיין פלאץ
ת"ח - טאמער ער'ז פארחלומ'ט און וועט דיר נישט באמערקן
רבי - וייל אז נישט וועט ער דיר איבער טרעטען
רב - ער וועט נאך האבן א חשבון מיט דיר
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:02 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער אסאך מאל דרשות פון רבנים, כ'מיין גאר גרויסע כ"ק רבנים, רעדן צו זייער עולם, די פשוטי עם, וואס ווילן וויסן און מקבל זיין את הדרך אשר ילכון, בלא בלא.... און יעדע צוויי מינוט זאגט דער רבי צום עולם "מורי ורבותי", וואט דע העק? האט דען דער רבי געלערנט אפילו איין אות פון זיי? ווען זענען זיי געווארן זיינע רבי'ס און מורי'ס?
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:04 pm
דורך ירח בן יומו
מורי-מלשון ממרים או י"ל מורים את מוריו
רבותי- מלשון ריב. בני מרובה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:05 pm
דורך געוואלדיג
און וואס טראכסטו ווען דו זאגסט רבותי מיר ווילן בענטשן?
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:09 pm
דורך שמעקעדיג
ביסט גערעכט, אבער כ'מוז דאך זאגן וואס ס'שטייט אין סידור, מסתמא האט עס גימטריאות און סודות וכו', אבער רופן תלמידים מורי ורבותי מדעת עצמו?
(און לו יהא דו ווענדסט מיך אפ, איז עס דאך אין "נארישע" גאונישע שאלות אשכול..)
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:16 pm
דורך געוואלדיג
דאס מיין איך טאקע, פונקט אזוי ווי רבותי פון בענטשן איז אזא נוסח וואס די ערשטע האבן געזאגט מיט כוונה און היינט זאגסטו ווייל עס שטייט אין סידור, די זעלבע דא, דער ערשטער וואס האט געזאגט מורי ורבותי האט אינזינען געהאט די משנה פון ומתלמידי יותר מכולם, דער תלמיד האט דאס געזאגט אלס ענוה, און שפעטער אלס חדש אסור מן התורה און אזוי דארף מען זאגן ומינא לא תזוע ח"ו.
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:56 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:איך הער אסאך מאל דרשות פון רבנים, כ'מיין גאר גרויסע כ"ק רבנים, רעדן צו זייער עולם, די פשוטי עם, וואס ווילן וויסן און מקבל זיין את הדרך אשר ילכון, בלא בלא.... און יעדע צוויי מינוט זאגט דער רבי צום עולם "מורי ורבותי", וואט דע העק? האט דען דער רבי געלערנט אפילו איין אות פון זיי? ווען זענען זיי געווארן זיינע רבי'ס און מורי'ס?
זאג, און ווען די זאגסט ביי יעדער דרשה: ברשות דעם רעבי'ן שליט"א בלא בלא, האסטו דען יא עפעס מקבל געווען פון זיי?
א פייג!נאר וואס, אונז זאג מיר און זיי זאגן אויך. גארנישט מער.
#ס'קאסט נישט קיין געלט
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 4:39 pm
דורך לית דין בר נש
נישט קיין צושטעל ביי די רבי זאגט מען עס משום מוראה של מלכות
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 5:00 pm
דורך שמעקעדיג
ברשות דעם רבי'ן מיינט נישט "מיין" רבי, נאר עפעס א רבי בן בלי שם, און בכלל זענען זיי דאך די "מנהיגים" איז שייך צו נעמען רשות ביי זיי; אבער פאר א גדול בישראל צו זאגן "מורי ורבותי" פאר זיינע תלמידים (בפרט נאכאנאנד) איז א פאלשע אויסדרוק און אן ענוה פסולה.
ווי לענגער די דעבאטע פארציעט זיך, האב איך מורא אז מיין שאלה איז מער גאונ'יש ווי נאריש

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 5:02 pm
דורך געוואלדיג
די לייק איז פאר די לעצטע שורה.
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 6:58 pm
דורך HotCoffee
מורי ורבותי מיינט בעיסיקלי "Ladies and Gentlemen"
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 6:59 pm
דורך HotCoffee
HotCoffee האט געשריבן:מורי ורבותי מיינט בעיסיקלי "Ladies and Gentlemen"
אדער גאר "Gentlemen and Gentlemen"...
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:52 pm
דורך גר ותושב
שמעקעדיג האט געשריבן:איך הער אסאך מאל דרשות פון רבנים, כ'מיין גאר גרויסע כ"ק רבנים, רעדן צו זייער עולם, די פשוטי עם, וואס ווילן וויסן און מקבל זיין את הדרך אשר ילכון, בלא בלא.... און יעדע צוויי מינוט זאגט דער רבי צום עולם "מורי ורבותי", וואט דע העק? האט דען דער רבי געלערנט אפילו איין אות פון זיי? ווען זענען זיי געווארן זיינע רבי'ס און מורי'ס?
ומתלמידי יותר מכולם קומט דאך אויס אז די תלמידים זענען גאר די רבי'ס
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 12:05 pm
דורך קל וחומר
פארוואס ווען מ'זעהט א שורה פון שטייעדיגע ביה"כ'ס וועט מען שטענדיג גיין צום צווייטן ביה"כ?
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk