בלאט 4 פון 4
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 8:30 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 8:20 pm
ודברת בם: איך וואלט דיר געוואלט געבן א לייק. ס'זעהט אויס אז דו זאגסט דברים של טעם. נאר וואס זאל איך טון. לא זכיתי להבין דבריך.
שטרענג דיך נישט אן. ס'איז נישט א תוס' אדער מהרש"א וואס מ'דארף זיך אנשטרענגען צו פארשטיין.
ר' בערל: "איי טאטאלי אגרי".
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:56 pm
דורך א גיטען
היינט געווען און אייכלערס האב איך געזען אז מען האט געלייגט א נייע טיר.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 2:07 pm
דורך בן נח
געלייגט א נייע טיר אדער נייע שלאס??
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:20 pm
דורך א גיטען
א שיינע נייע טיר
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:40 pm
דורך איך אויך
ווען 2 שפאגל נייע ניקס הייבן אן ארומצוטראלן מיט פעגערישע הודעות איבער א נייע טיר אדער שלאס ביי אייכלערס....קוקט עס נישט גוט אויס. כ'זאג נאר.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 1:41 pm
דורך היימלינד
כדאי נישט צו פורים מאכן פון דעם עולם קום איך צוריק מיט אן אפדעיט - שוין אינזינען געהאט דאס צו טון פאר עטליכע וואכן צוריק ולא אסתייעא מילתא, והוא רחום יכפר.
די נייע [פאטענציעלע] קונה האט ארויסגעבעקט/ צוריקגעצויגן און עס איז אויס מקח. לעת עתה איז צוריק אזוי ווי די פארגאנגענע פאר יאר, "א גוסס בעט", קיינער פון די אינוועסטירער וויל נישט אריינלייגן נאך א פעני, time will tell ווי לאנג נאך עס וועט זיך אזוי ציען ביזן פארמאכן אדער טרעפן אן אנדערע קונה.
דערווייל האט עס שוין איבערגעלעבט אלע predictions וואס מענטשן האבן געגעבן...
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2024 9:32 am
דורך yesiknow
איך אויך האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 9:40 pm
ווען 2 שפאגל נייע ניקס הייבן אן ארומצוטראלן מיט פעגערישע הודעות איבער א נייע טיר אדער שלאס ביי אייכלערס....קוקט עס נישט גוט אויס. כ'זאג נאר.
אייביג בעסער צורעדען פון טירען אין שלעסער ווי פון לעבעדיגע (טויטע) מענטשען.
א בן נח איז מצווה אויף אבר מן החי סוי עסט ער נישט קיין מענטשען לעבעדיגערהייט...
מי האיש החפץ חיים וכו'