פיינעלי האבן די כלה טיטשער'ס אפדעיטעד די קוריקולעם, אז ס'זאל אויך ארייננעמען אינטענסיווע טרענירונג פאר די כלות וויאזוי צו פארמיידן פון ווערן פארוויקלט אינעם גארטל, אזוי ווי מ'זעהט דא האבן זיך די דאזיגע כלות גוט צוגעהערט צו די שיעורים, אויסמיידנדיג פון פארוויקלט ווערן אין ערנסטע גארטלען...
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 9:35 pm
דורך צוויי
איך וויל הערן די עכטע מוזיק פון די צווייטע...
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 11:24 am
דורך היימלינד
צוויי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 9:35 pm
איך וויל הערן די עכטע מוזיק פון די צווייטע...
זעלבע ווי די ערשטע
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2024 1:23 pm
דורך אפטימיסטיש
אט איז א קלאסישע ביישפיל פון "חרד'ישע הומאר"
דער א. ג. נישט היימישער רעדנער האט זיך פאררעדט ביים סאטמאר'ן סיום און רח"ל דערמאנט דעם טרייפענעם ווארט "דף היומי"...
קוק ווי דער גאנצער עולם - רבנן ותלמידיהון קאטשקען זיך פאר געלעכטער - אינדערצייט וואס איך מוטשע זיך צו פארשטיין וואס איז דא צו לאכן?
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 5:36 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב אמאל געלערנט מיט א ספרד'ישן איד, וואס האט שוואך געקענט רעדן אידיש, א בלאט גמרא (נישט דף היומי) אין איינס פון די סאטמאר'ע בתי מדרשים אין בארא פארק. איך האב איהם מסביר געווען די פשט אין די גמ' אויף עברית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער האט זיך זייער שטארק געשעמט אז ער לערנט אויף די שפה הטמאה. האב איך איהם געזאגט אז ער שפירט זיך ווי די אנוסים אין שפאניע.