בלאט 4 פון 6
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:26 pm
דורך George
סתם פאר אינטערעסאנקייט, אז חבדניק האט שוין אויפגעברענגט דעי קאנטסעפט.
ווי אזוי האבן סאטמערע אידן רעגירט ווען מדינת ישראל האט געכאפט אייכמאן? בפרט די וואס זענען געווען אין די לאגערן.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 10:06 pm
דורך שמעקעדיג
קיינער לייקענט נישט אז זיי טויגן.
פארשטייצעך ווען ס'איז באשערט פון אויבן.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 11:18 pm
דורך ריינער
חבדניק האט געשריבן:די שאלה איז בלויז פאר איינער וואס שעמט זיך נישט מיטן טיטל "סאטמעריסט".
עצץ האלטס אז די "מדינת ישראל" איז עצם הסטרא אחרא, כל פרצות הדור וכו' וכו', נו, וי אזוי זענט עטץ מסביר אז די זעלבע מדינת ישראל איז די ערשטע צו פארבאטן קהילת לב טהור, צו אפהאלטן משפחות פון קומען דארט. מיילא, א חבדניק, קען דאך זאגן "יכין רשע וצדיק ילבש", און דורך די תינוקות שנשבו וועט קומען די גאולה במילא אויך א 'גאולה פרטית' פון לב טהור, אבער עצץ אלץ סאטמארע אידן (אדער ענליכע קרייזן) מוזט דאך מודה זיין אדער די ציונים זענען "מושיעים של ישראל" אדער אז אפשר לב טהור איז גראדע 'טהור'?
ווי ס'הערט זיך, האט טאקע לב טהור שטיצע, בשם בעל הברך משה זיע"א, און א שטילע שטיצע פון אנדערע סאטמערע משפיעים. אבער ס'איז דאך א גוטע טעמע פאר "קאווע שטיבל".
ווער ס'האלט זיך נישט פאר א סאטמעריסט, זאל זיך ביטע נישט אריינמישן. ווייל די ענטפער איז דאך פארשענדליך פון זיך אליינס, אז די מדינה איז כשר וישר, און די "משטרה היהודית" דארף דאך "נעמען קעיר" פון די אלע "שונאי ישראל" "טאליבאן" כדוגמת לב טהור וכדומה. דאס איז דאך פשוט. אבער פון די אזוי גערופענע קנאים כדוגמת "וואלדמאן" פאדערט זיך א ענטפער. איז ציונות סטרא אחרא אדער נישט? טאמער יא, איז מהם תבוא תשועת ישראל, פארוואס האבן זיי אזא זכות צו אפהאלטן אידן פון צו פאלן אין די הענט פון די "סטרא אחרא..."?
און ווען א מדינת ישראל סאלדאט האלט אפ אן אראבער פון זיך אויפרייסן האסטו אויך די זעלבע קשי'??? מהם תבוא תשועת ישראל???? פארוואס האבן זיי א זכות????
אז שמעון איז מיין שונא און לוי איז מיין שונא און בצפל קריגן זיך שמעון און לוי ארום צווישן זיך, האסט א פראבלעם דערמיט???? וועסט נישט פארשטיין וויאזוי ס'קען זיין???
דאס אז מדינת ישראל פרובירט אפצוהאלטן די משוגעים מאכט נאכנישט מדיענת ישראל גערעכט אין די אנדערע זאכן וואס זיי טוען. אבער מיט די פרט גיב איך זיי קרעדיט.
און פאר איך פארגעס....איך בין א סאטמאר'ער און איך שעם מיך נישט דערמיט.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 10:35 am
דורך איך אויך
ברעיקינג! בחדרי ברענגט א
שמועס מיט דעם מנובל'ס רעבעצין אליינס! וואס איז אנטלאפן בעור שיניה.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:25 am
דורך איחוד פעלד
יישר כח, פאר דער לינק.
אין די אלטע נייעס ווי דער זוהן פין העלבראנץ איז אנטלאפען, און דער שמועס פין אים מיט וואלדמאן איז געוועהן אויף יוטוב, רעדט ער דארט פין זיין מאמע ווי מען רודף'ט איר, און אים האט מען אויך גערודף'ט וועגען ער האט זיך אנגענומען פאר זיין מאמע.
בדרך אגב, אין דער לינק וואס די ברענגסט שטייט אזוי
במהלך השיחה, שחלקה צונזרה מסיבות משפטיות, מספרת הלברנץ כי פנתה לאחד מבני הכת שיעיד בפני בעלה על האלימות שהפנו נגדה הבחורים: "אמרתי לו: 'תלך להעיד לרבה'. אז הוא אמר לי: 'לא. הייתי רק 10 דקות'. אמרתי לו: 'אתה נבל זקן, נבל זקן'".
קען מיר איינער מסביר זיין אויף אידיש וואס דא שטייט?
וואס האט זי געזאגט און וואס האט ער געזאגט?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:30 am
דורך איך אויך
זי האט געבעטן איינער פון די כת זאל גיין צו איר מאן די רבי און מעיד זיין אז די בחורים האבן איר געשלאגן האט יענער געזאגט ניין ,איך בין נאר דארט געווען צעהן מינוט ,האט זי געשריגן אויף עם דו אלטער מנובל.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:34 am
דורך איחוד פעלד
הייסט עס אז ער וויל נישט מעיד זיין ווייל ער האט נאר געזעהן פאר צעהן מינוט ווי מען פייניגט איר?
און אז ער וויל נישט ווערט ער א אלטע מנוול.
זעהט אויס זי אליין איז נישט גענוג קליג צו פארשטיין אז איר מאן איז גאר דער וואס שטייט אינטער די אלע אלימות. און ער גלייבט פשוט נישט, ער ווארט נאר אויף עדות.
דערמאנט מיר פין עפעס אנדרעש וואס מען פארלאנגט אייביג עדות.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:55 am
דורך מאן דאמר
מאן דאמר האט געשריבן:די רעגירונג האט שוין אפאר מאל אים אפיר גענומען, אבער דערווייל האבן זיי נאך נישט גענוג א שטארקע קעיס, אבער עס וועט אויף דעם אויך נאך אנקומען די צייט.
בחדרי האט עפעס צוריק געצויגן
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:50 pm
דורך מיין שווער לעבן
ביי דעם לינק, זעט אויס ווי זיי האבן עפעס צוריק געצויגן:
הכתבה החדשהזיי שרייבן דארט אזוי:
בתגובת הרבנית ל'בחדרי חרדים', היא מחתה על פרסום הדברים, לטענתה הפרסום מהווה לשון הרע ופגיעה בצנעת הפרט. הרבנית גם ציינה בפנייתה כי היא שוהה בארץ על רקע בעיה רפואית הקשורה עם משפחתה ולא נמלטה מהקהילה.
אז זי זאגט אז אלעס איז שקר, און זי רעגט זיך, איז אדער איז זי געווען אונטער ספעציעלע אומשטענדן, אדער יש דברים בגו.
על כל פנים, ס'זעט אויס ווי מ'נעמט פרייוואטע זאכן און ממאכט פון דעם א וועלט מעשה פאר פארשידענע סיבות.
טאמער איז זי געווען אונטער ספעציעלע אומשטענדן איז די פרסום הדברים אסור אויך על פי חוקי המדינה פון בחדרי.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 1:18 pm
דורך קאווע טרינקער
שלום עליכם,
לאמיר נישט פארקריכען, זאג בקיצור, איר האט איידימער וואס מאכן דעם שווער לעבעדיג, אדער איר האט א שווערע לעבן, איר ליידט פון אנדערע?
עפן אן אשכול, שרייב וואס באדערט אייך, לאמיר זעהן וויאזוי מ'קען דיר גרינגער מאכן. אונז האמיר א גאנצע סטעף פון חברה, אן אייגענע בדחן, וכו'.
מיין שווער לעבן איז זייער קאמפליצירט
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 2:50 pm
דורך מיין שווער לעבן
ס' מיינט אסאך זאכן:
ס' מיינט כפשוטו מיין שווער לעבן. (לאורך ימים ושנים טובות).
ס'מיינט מיין שוויגער אויך, ווייל אשת חבר כחבר.
ס'מיינט אויך אז איך האב א שווערע לעבן.
ס'מיינט אבער נישט אז איך האב איידימער, וואס מאכן מיר שווער, ווייל החכם עיניו בראשו ומתפלל שיהיו בניו זכרים, אז נישט איז זייער שווער....
עכ"פ, לו יצוייר וואלט איך געהאט איידימער וואלטן אלע געווען בדחנים, אזוי ווי מיין שווער לעבן נעמט נאר בדחנים אלס איידימער.
האסט געזאגט נישט צו פארקריכן, אלזא:
מיין שווער לעבן זאגט, אז א פרייוואטע זאך טאר מען נישט מאכן קיין פובליק אישו. מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
און מיט דעם איז מיין שווער גערעכט!
איך זאג נישט חלילה אז מיט אנדערע זאכן נישט,
ווען איך וועל דאס זאגן, וועט דאס אויך אריין לייגן אין ספק די עצם עובדא אז ער האט מיך אויסגעוועלט פאר זיין תכשיט'לע.
עכ"פ, נחזור לעניננו אז מיט דעם איז מיין שווער גערעכט.
און בכלליות מיין שווער לעבן זאגט אז א שווער איז אייביג גירעכט
און מיט דעם איז ער נישט גערעכט!
ווייל אויב יא, מיינט דאס אויך אז איך בין נישט גירעכט ווען איך בין חולק אויף מיין שווער.
אבער לאמיר נישט פארקריכן, ווייל דאס איז אויך א פרייוואטע זאך, און על פי חוקי המדינה, פרייוואט איז פרייוואט.
בברכה, מיין שווער לעבן
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:55 pm
דורך מאראנצןזאפט
לכל מבקש האמת.
718-557-7777
קרעדיט: לוח הציבור
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:16 am
דורך בשבילי!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:36 am
דורך שלום על ישראל
עקשאן אין גוואטעמאלע: די רעגירונג האט אוועקגענומען אלע קינדער פון די לב טהור קולט.
ק\פ
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:48 am
דורך שלום על ישראל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:39 am
דורך שלום על ישראל
Re: א בליק אריין אין "לב טהור" - הרב העלבראנץ
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:47 am
דורך mevakesh
Re: א בליק אריין אין "לב טהור" - הרב העלבראנץ
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
דורך טרויבן88
אוי לנו לאותו בושה אז קאנאדע האט נישט געקענט טון די ריכטיגע זאך אבער גוואטעמאלע... (איר הערט...) קען יא....
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:56 pm
דורך שלום על ישראל
טרויבן88 האט געשריבן:אוי לנו לאותו בושה אז קאנאדע האט נישט געקענט טון די ריכטיגע זאך אבער גוואטעמאלע... (איר הערט...) קען יא....
הה"ד
ווער זענען אונזער עסקנים?
Re: א בליק אריין אין "לב טהור" - הרב העלבראנץ
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:10 pm
דורך טרויבן88
שלום על ישראל האט געשריבן:טרויבן88 האט געשריבן:אוי לנו לאותו בושה אז קאנאדע האט נישט געקענט טון די ריכטיגע זאך אבער גוואטעמאלע... (איר הערט...) קען יא....
הה"ד
ווער זענען אונזער עסקנים?
וואס איז די ראשי תיבות?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:13 pm
דורך געוואלדיג
הדא היא דכתיב
Re: א בליק אריין אין "לב טהור" - הרב העלבראנץ
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:32 pm
דורך mevakesh
עס איז מעגליך אז עס איז א גוטע זאך וואס די אינסטאנצן דארט טוען אבער איך מיין אז עס איז נאאיוו צו זאגן אז זיי טוען דאס צוליעב הומאניטארישע מאטיווען עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז דאס איז פאר פאליטישע סיבות אדער צוליעב שוחד און דרוק פון ישראלישע קרובים
Re: א בליק אריין אין "לב טהור" - הרב העלבראנץ
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:49 pm
דורך טרויבן88
mevakesh האט געשריבן:עס איז מעגליך אז עס איז א גוטע זאך וואס די אינסטאנצן דארט טוען אבער איך מיין אז עס איז נאאיוו צו זאגן אז זיי טוען דאס צוליעב הומאניטארישע מאטיווען עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז דאס איז פאר פאליטישע סיבות אדער צוליעב שוחד און דרוק פון ישראלישע קרובים
איך פריי מיך נישט קיין חילוק פארוואס...