בלאט 4 פון 5
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:10 am
דורך לית דין בר נש
מיין בלוט איז אויך רויט!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:25 am
דורך קורקלענד
קע''ה, מ'דארף עס שוין צוטיילן פאר איבער פופציג ניקס..... איך מיין אז מ'זאל צולייגן נאך אפאר טיקעט'ס אזוי אז ס'זאל זיין גענוג פאר יעדן......
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:39 am
דורך היסטאריקער
גם אני בחלומי
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:46 am
דורך סמבטיון
Im in
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 3:42 pm
דורך גראף
אריין אין דערינען. אי''ה נאך א געווינס העט מען טיילן וועקער'ס בחינם.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 3:43 pm
דורך גראף
פארוואס וויל שמעקעדיג נישט מעלאנעס?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 3:58 pm
דורך ונבנתה העיר
און ער קען דיר ניטאמאל ענטפערן...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 4:35 pm
דורך כוכב
שויער געדאנקען ארום דעם אשכול:
1. זיך איינשרייבן אין דעם אשכול און אנטיילנעמען אין ראשעקאלס לאטא איז די זעלבע פערדישקייט ווי קויפן א לאטערי טיקעט זעלבסט -- מיליאנען מענטשן טוען עס.
2. שוין לאנג נישט געווען אן אשכול וואס זאל זשענערעיטן 41 לייקס און אלץ פאר א דמיון שבדמיון שבדמיון וואס האט נישט קיין שום אחיזה אין עולם הרעאליטעט -- ראשעקאל איז א חברה מאן געמאכט א גוט געשעפט פאר מינימאלע אינוועסטמענט פון ממש אפאר סינגלס.
3. אסאך ניקים שרייבן זיך איין מיט זייער צווייטע ניק וואס זיי נוצן אלס בעזעם ניק -- אפילו אלס מיליאנער האט מען נאך גילוי פאראנויע און וואס וועט זאגן די "סיסטעם".
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:05 pm
דורך זר זהב
סמבטיון האט געשריבן:Im in
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:10 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מי ראה זר זהב יוצא ממחבואו ואינו יוצא
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:23 pm
דורך יין שרף
זר זהב האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:Im in
א גאנץ יאר איז ער א זר, ביז עס קומט צום זהב..
Re: קאווע שטיבל ביליאן $ אומזינסטע לאטערי - דריי טשענסעס!!!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 7:49 pm
דורך קל וחומר
42 לייקס איז אויך א געווינס.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 8:17 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז געווען א אינוועסמענט פאר די נייע לאטערי פון מער פון 1.6 ביליאן! כ'וועל עס אי''ה אויך ברענגען פארן עולם
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 8:18 pm
דורך יין שרף
כוכב האט געשריבן:שויער געדאנקען ארום דעם אשכול:
1. זיך איינשרייבן אין דעם אשכול און אנטיילנעמען אין ראשעקאלס לאטא איז די זעלבע פערדישקייט ווי קויפן א לאטערי טיקעט זעלבסט -- מיליאנען מענטשן טוען עס
.
נישט ממש, דא קאסט עס נישט קיין געלט
2. שוין לאנג נישט געווען אן אשכול וואס זאל זשענערעיטן 41 לייקס און אלץ פאר א דמיון שבדמיון שבדמיון וואס האט נישט קיין שום אחיזה אין עולם הרעאליטעט -- ראשעקאל איז א חברה מאן געמאכט א גוט געשעפט פאר מינימאלע אינוועסטמענט פון ממש אפאר סינגלס.
קודם כל די לייקס איז נישט פארן טיילן די געלט דא צווישן די עולם... פאר די איידיע שבו, און אזוי אויך די גוטהארציקייט דערפון.
און באמת מיט אביסל שכל איז דאס אויך מיר א גוטע אינוועסטמענט. מיט די איבריגע 6 דאללער אין טאש וואלט ער געהאט אסאך מער בגשמיות און פיזיש (גייסטיש נישט ודו"ק), און געקענט אויפטוהן מער ברוחניות.
3. אסאך ניקים שרייבן זיך איין מיט זייער צווייטע ניק וואס זיי נוצן אלס בעזעם ניק -- אפילו אלס מיליאנער האט מען נאך גילוי פאראנויע און וואס וועט זאגן די "סיסטעם"
מהיכי תיתי? עכ"פ וועלכע איז דיין צווייטע ניק..?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 8:19 pm
דורך יין שרף
ראשעקאל האט געשריבן:דאס איז געווען א אינוועסמענט פאר די נייע לאטערי פון מער פון 1.6 ביליאן! כ'וועל עס אי''ה אויך ברענגען פארן עולם
די אלטע טיקעטס גייען נישט נאכאמאל אריין אין גורל ביז עס איז דא א געווינער?
Re: קאווע שטיבל ביליאן $ אומזינסטע לאטערי - דריי טשענסעס!!!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 8:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ב"ה אז איך בין קלוגער פון יעדעם, און איך האב נישט מצטרף געווען.
זאג הרב כוכב, ווען איינער גיבט דיר א טיקעט, וואלטסטו עס ארויס געווארפען ווייל עס איז א פערדישקייט? האסט גענוג דרייסטקייט פאר דעם?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 9:10 pm
דורך כוכב
פרישע שויער געדאנקען לכבוד די שטייגונג צו 1.6 ביליאן דאלאר.
1. "איינער גייט דאך געווינען," -- די נארישסטע איינרעדעניש ווען עס קומט צו לאטעריס. רוב לאטעריס ענדיגן זיך אן קיין שום געווינערס, די יעצטיגע לאטערי יוכיח, טראץ די הונדערטער מיליאנען לאטעריס מ'האט פארקויפט האט מען דאך נישט פארקויפט אלע 302 מיליאן פראבעביליטיס.
2. איינס און 302 מיליאן שאנס, איז (כמעט) עקיוועלענט צו זערא שאנסן. -- ס'איז דא פונקט אזויפיל שאנסן אז איינער זאל דיר אפשיקן א טיקעט אויף די פאסט אפילו האסט נישט געקויפט אדער אז דער געווינער זאל דיך אוועקשענקען דאס געלט.
3. געווינען אזא גרויסע לאטערי פארלאנגט פון א מענטש צו טוישן יעדן איינציגן ריטועל פון זיין לעבן, עקאנאמיש ווי סאציאל. ביזט גרייט דערפאר? איך בין נישט זיכער.
4. קויפן א לאטערי איז ווי אריינדיילן זיבן רענדאם נומערן צו רופן דיין חבר וועמענס טעלעפאן נומער דו ווייסט נישט. -- וויפיל שאנסן דו האסט אנצוקומען צו דיין חבר אזויפיל שאנסן האסטו צו געווינען די לאטערי.
5. אפילו אויב 302 מיליאן מענטשן קויפן לאטעריס מוז נאך אלץ נישט זיין ס'איז דא א געווינער ווייל ס'איז אלעמאל דא דאבלס און טריפלס.
6. זר זהב איז אלעמאל אין די לוקאוט פאר א תירוץ צוריקצוקומען. -- מ'דארף עס פשוט צושטעלן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 9:13 pm
דורך מיימון
א שויער מוצאי שבת מיט כוכב איז א בחינה פון חמין במוצאי שבת מלוגמא
Re: קאווע שטיבל ביליאן $ אומזינסטע לאטערי - דריי טשענסעס!!!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 9:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כוכב, האסט זיך פיין אויסגעדרייט. איך וועל דיר פרעגען נאך אחינס. ווען דו דארפסט אפשרייבען א נומער און דו האסו נאר א לאטטערי טיקעט פאר 1.6בנ, שרייבסטו אויף דעם? אדער וועסטו פארט נישט ארויס ווארפען דיין טשאנס אויף אזא סכום?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 10:29 pm
דורך קורקלענד
[tag]כוכב[/tag]'ל קען פעסימיסטיוון וויפיל ער וויל, אבער מ'דארף נישט זיין אזוי טרעק מיינדעד אז די איינציגסטע סיבה פאר'ן קויפן איז צו געווינען. ס'דא נאך אסאך סיבות פארוואס א מענטש זאל קויפן אזא טיקעט אויסער ווייל ער וויל האפן צו געווינען. קוק נאר אויף אונזער טייערע [tag]ראשעקאל[/tag], ער האט פאר קארגע זעקס טאלער זיך איינגעהאנדעלט איבער פערציג לייקס! א זאך וואס קיינער דא געדענקט ניטאמאל ס'לעצטע מאל וואס ס'זאל האבן פאסירט דא. אויך האט ער פאר די זעלבע זעקס דאלער אויפגעשטעלט תחיות המתים אזויפיל טויטע ניקס! און גלייב מיר ווען ער זאל האבן שטארקע האפענונג אז יענע דריי טיקעטס זאלן געווינען וואלט ער אונז נישט גענומען אין זיין שותפות.....
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:20 pm
דורך יין שרף
How to read your losing Powerball ticket
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:28 pm
דורך קורקלענד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב"ה אז איך בין קלוגער פון יעדעם, און איך האב נישט מצטרף געווען.
זאג הרב כוכב, ווען איינער גיבט דיר א טיקעט, וואלטסטו עס ארויס געווארפען ווייל עס איז א פערדישקייט? האסט גענוג דרייסטקייט פאר דעם?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זאג נאר ליטוואק, נאך וואס די ראשעקאל וועט ארויפלייגן די דריי נייע נומערן, און נאך וואס ס'וועט זיך טאקע ארויסשטעלן אז ס'האט יא געווינען, וועסטו פארלאנגען דיין חלק מיטן טענה אז מ'דארף זיך רעכענען מיט דיין אנטי הודעה? אדער וועסטו איבער לאזן דיין פינף מיליאן פאר די אנדערע דא? ווי שטארק איז אייער דרייסט קייט?
Re: קאווע שטיבל ביליאן $ אומזינסטע לאטערי - דריי טשענסעס!!!
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וועל מוזען רעדען מיט מיין טוען.
נאר טאמער בין איך ראשעקל׳ס טוען, וואלט איך אים געראטען ער זאל עפענען א נייעם אשכול, און זיך איינקאסירען נייע לייקס און פטור ווערען פון מחלוקת.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk