בלאט 4 פון 4

הער האט געקנט איוכט איטליען

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:48 pm
דורך הטוב והמטיב
berlbalaguleh האט געשריבן:
בני מר ומתוק האט געשריבן:דער רבי האט זיך עטליכע מאל אויסגערעדט קעגן אידענטיפיצירן זיך אלס משיח, איינמאל אין תשמ"ה און א צווייטע מאל אין תשמ"ב.

אפשר וועל איך שפעטער לייגן סקרעענשאטס פון וואס ער האט געזאגט.

דער רבי האט טאקע דערמאנט אז דער מענטש גייט נישט לויט זיינע אנווייזונגען, אבער איבעריג צו זאגן אז דער טייל וועגן 10 שפראכן איז קיינמאל נישט פאסירט.

Sent from my moto z4 using Tapatalk
דער ליובאוויטשער רבי, רמ"מ האט, כידוע גערעדט 5 שפראכן. לשה"ק (ניין. נישט עברית. ער האט גערעדט צו די פיהרערס פון מדינת ישראל אין לשה"ק מיט די חב"ד'סקער הברה.), ענגליש, פראנצויזיש, אידיש און רוסיש...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:17 am
דורך וואלווי
פרנס החודש האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:פארגעס נישט אראמיש, ווייל ער האט דאך מעביר סדרה געוועהן. און דייטש, ווייל ער האט דאך געקענט אידיש.
פראנצויזיש און דויטש האט ער געלערנט אין די אוניווערזיטעטן אין בערלין און פאריז, וואס מאיזה סיבה שהיא האט ער געהאלטן אז ער האט בעסערס שאנסן זיינע חסידים זאלן קומען אויף יחידות און פארברענגענס אויב ער וועט זיי שיקן אויף שליחות אנשטאט אוניווערזיטעט.
גוט צוגעטראפן. ער האט זיי געוואלט ביי שליחות און פארברענג. ער האט גע'ירשנט א פאזישאן, א דזשאב וואס ער האט גענומען זייער ערענסט, וואס דאס איז ממשיך זיין הפצת חסידות. ווען ער טוט דאס נישט איז ער בועט אין די חסידות וואס האלט שוין אן 200 יאר.

נישט א יעדע זאך וואס א מנהיג אדער סיי וועלעכע פירער טוט, איז שכל'דיג צו מעסטן מיט זיין פערזענליכע לעבנס היסטאריע, וואס דארט האט ער געטוהן ווי אזוי ער פארשטאנען צו טוהן אין יענע צייט אלס אינדיווידואל. איי וועסטו פרעגען וואס וועט זיין מיט סעקולארע עדיוקאציע און בילדונג? תיקו, דאס זענען די חרדים. אבער ק'מאן, ער ווערט נישט קיין היפאקריט וועגען דעם. אדרבה, ער איבער געלאזט די חסידות אין א שטערקערע וועג ווי ער האט עס באקריגן. דאס איז שיטת חב"ד, און ער האט געטריי געטוהן וואס ס'האט זיך פארלאנגט פון עם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 1:02 am
דורך cictim
https://youtu.be/4tfXqS5w0Yc

עדות פון לייבל גרונר ביי מינוט 6:30 אז די רבי האט געזאגט ״איך ווייס נישט וואס איר ווילט פון מיר״ אז ער איז משיח, און ס׳נישט קיין סתירה מיט די ענין פון מפרסם זיין אין די וועלט בנושא משיח וגאולה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 3:15 pm
דורך cictim
https://www.bhol.co.il/forums/topic.asp ... id=3187654

די ניק Safra ברענגט שיינע מעשיות פון די רבי׳ס התנגדות צו משיחזים.