בלאט 30 פון 30

נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 1:05 am
דורך בן תורה
אין א פרעסע קאנפרענץ יעצט מוצ"ש, זונטאג אינדערפרי אויפן ארטיגע זייגער האט די גאווערנער פונעם ראיאן געמאלדן די ברעכענדע נייעס אז די רעטונג אקציע האט זיך שוין ענדליך אנגעפאנגען.
13 אויסלענדישע דייווערס אינאיינעם מיט 5 טיילאנדישע דייווערס זענען אריין אינעם cave זונטאג ארום 10 אינדערפרי לאקאלע צייט.
"מיר זענען יעצט אנגעקומען צו 100% רעדינעס" האט די גאווערנער פראקלאמירט.
רוב פון די וועג וועלן די קינדער קענען גיין צופיס, נאכדעם וואס מען ארויסגעפאמפט מיליאנען גאלאנען פון וואסער, די אויטאריטיס האבן אבער נישט געוואלט קאנפירמן אויב די קינדער וועלן נישט דארפן דייווען בכלל.
די פריסטע וואס עני קינד קען זיין אינדרויסן איז 9 ביינאכט לאקאלע צייט וואס איז ארום 11 צופרי נ.י. צייט.
צענדליגער אמבולאנסען ווי אויך עטליכע העליקאפטערס זענען אנגעגרייט על כל צרה שלא תבוא.
ווי אויך האבן זיי פארשיקט אלע מידיא לייט און לאזן בלויז צוטריט פאר זייער באצאלטע פאטאגראפירער.
די רעטונגס אקציע קען געדויערן אפאר טעג.

די וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג און האפענונג אז די קינדער זאלן באפרייט ווערן בשלום, און א קאפיטל תהילים איז יעצט פאסיג צו זאגן, און אינזין האבן די רחמנותדיגע געשטראנדעטע קינדער.
האף מיר צו קענען באריכטען בקרוב גוטע נייעס.

נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 8:51 am
דורך בן תורה
ברעיקינג!
כאטשיג צוויי קינדער זענען שוין באפרייט פונעם הייל, און זענען אויפן וועג צום שפיטאל פאר אינטערזיכונג און באהאנדלונגען.

נאך פיר קינדער גייען בקרוב 'ארויסוואקען' לויט די ארטיגע גאווערנער וואס איבערזיכט די אקציע!

נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 10:09 am
דורך בן תורה
אין א פרעסע קאנפרענץ זאגט די ארטיגע גאווערנער אז פיר קינדער זענען שוין באפרייט, און זיי דארפן נאך ארום 10 שעה ביז זיי זענען גרייט פאר די קומענדיגע הילף אקציע.
דאס קומט צוליב דער וואס מען דארף צוריק אנפילן די אקסידזשען סופליי אינעם הייל, וואס האט זיך כמעט אויסגענוצט.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 2:37 pm
דורך סמבטיון
איך וויל פארשטיין, וויאזוי די 12 קינדער האבן עס איבערגעלעבט אן עסן פאר 10 טעג? איך האב אלעמאל געוויסט, אז א מענטש קען גיין 2 מאקסימום 3 טעג אן עסן, וויאזוי האבן עס די קליינע קינדער דארט איבערגעלעבט?

Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 2:48 pm
דורך טרויבן88
סמבטיון האט געשריבן:איך וויל פארשטיין, וויאזוי די 12 קינדער האבן עס איבערגעלעבט אן עסן פאר 10 טעג? איך האב אלעמאל געוויסט, אז א מענטש קען גיין 2 מאקסימום 3 טעג אן עסן, וויאזוי האבן עס די קליינע קינדער דארט איבערגעלעבט?
א וואס? 2-3 טעג??? א מענטש קען גיין א סאך מער, ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן מענטשן אריבער געגאנגען וואכן אן עסן, און מענטשן וואס זענען פארלוירן געווארן אין וועלדער גייען וואכן אן עסן, הונגער סטרייקס גייט אויכעט אן פאר וואכן אפילו חדשים, סא איז זיכער אז נישט

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 3:00 pm
דורך סמבטיון
איי געס איך ווייס נישט וואס איך רעד, אבער פארגעס נישט אז סע איז אויך נישט געווען דא קיין הארט שטיקעל ברויט אדער וואסער, מען רעד הינגערן כפשוטו ממש.

Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 3:03 pm
דורך אונטער חכם
וואסער איז יא געווען, גענוג און נאך, און עסן איז געווען באריכטעט אז זיי האבן יא געהאט עפעס עסן דארט וואס זיי האבן מיטגענומען ביים אריינגיין.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 5:05 pm
דורך שמעקעדיג
א מענטש קען נישט לעבן 3 טאג אן וואסער, אבער מיט וואסער קען מען ציען פאר ארום 3 וואכן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 12:52 am
דורך רביה''ק זי''ע
!!!breaking news

פאר ווער ס'גלייבט אין די זאכן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:27 am
דורך סקרן
ניקי העילי האט זיך אפגעזאגט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 3:38 am
דורך טאמבל סאס
Hilarious interview with Ann Coulter. Dumbfounded!!
https://www.thetimes.co.uk/article/the- ... -jsr5prtt9

Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:15 am
דורך גראף
אין סאן פראנסיסקא האט איינער איין געווארפן א הויז אן רשות כדי צו בויען גרעסער און דער שטאט הייסט יענעם איבער גענוי דער זעלבער בנין.

www.foxnews.com%2Freal-estate%2Fman-ord ... g-building



Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 6:25 am
דורך החוקר
אונגארן האט א מענטשן פראבלעם. @berlbalaguleh דו וועסט זיך פאסמאקעווען מיט דעם ארטיקל.
https://news.vice.com/en_us/article/gya ... rian-women?

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 8:34 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
אדער קען מען אהין שיקען אלע בעיביס וואס די ליבעראלן ווילן הרגענען ביים געבוירן, והכל יבוא על מקומו בשלום

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 10:48 am
דורך berlbalaguleh
החוקר האט געשריבן:אונגארן האט א מענטשן פראבלעם. @berlbalaguleh דו וועסט זיך פאסמאקעווען מיט דעם ארטיקל.
https://news.vice.com/en_us/article/gya ... rian-women?

החוקר: ייש"כ. איך מיין אז ער איז נאך פון די קלוגסטע רעגירונגס פיהרערס אין יוראפ. ער האט א סאך שכל הישר. נאר כ'האב מורא אז ער איז א ביסל אנגעשטעקט מיט אנטיסעמיטיזם...!

מ'דארף געדענקען אז אין רוב פון די מזרח אייראפעאישע לענדער, אויב זיי טאלערירן אידן אין זייער לאנד, איז שוין גוט. ווייל די באפעלקערונג, סיי אין פוילן און סיי אין אונגארן איז אנגעשטעקט מיט אנטיסעמיטיזם. שוין פון דורות...אין אונגארן, למשל, ווירבלט נאך דער אור אלטער בלוט בילבול פון ..."טיסא-עסלאר"...וואו די גויים האבן געמאכט א בלוט בילבול אויף אידן איבער א שיקסע מיט'ן נאמען עסטער שאלימאשי, וועלכע האט געארבעט ביי אידן, בערך 150 יאר צוריק). און קורץ פאר פסח איז זי פארשוואונדן געווארן. און די גויים די אנטיסעמיטן האבן געמאכט א בלוט בילבול אז די אידן האבן זי געהרג'עט און גענימען איהר בלוט פאר די מצות. און כאטש ס'איז געווען א משפט. און די אידן זענען קלאר ריינגעוואשן געווארן פון א יעדן שולד. טענה'ן די (היינטיגע) אנטיסעמיטן אז די אידן האבן אונטערגעקויפט דעם דזשאדזש אז ער זאלל ציען דעם משפט לטובת זיי...!

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 11:58 am
דורך שפילער
בן תורה האט געשריבן:א דראמאטישע פאסירונג האט זיך היינט אפגעשפילט אין טיילאנד ווען מען האט אפגעפונען 12 יונגע קינדער פון א סאקער טיעם וואס זענען געגאנגען שפאצירן אין א cave מיט זייער סאקער קאוטש, נאכן זיין פארלוירן פאר גאנצע 9 טעג.

די געשיכטע האט זיך אנגעפאנגען פאריגע וואך שבת, יוני 23, ווען זיי זענען געגאנגען שפאצירן אין די cave פארקירענדיג זייערע ביציקלעך אינדרויסן און זענען ווארשיינליך געווארן סטאק נאכדעם וואס עס האט דארט שטארק גערעגנט פאראורזאכנדיג פארפלייצונגען דארט אין די cave.
א פארק באאמטע האט באמערקט די פארקירטע ביציקלעך און אלאמירט די אינסטאנצן וואס האבן מיט הילף פון באאמטע פון די גאנצע וועלט אריינגערעכנט אמעריקע, אוסטראליע, טשיינע און נאך, דורכגעפירט א מאסיווע זוכעריי אבער מען האט זיך נישט געקענט אפגעפונען, דערביי געבענדיג שוואכע שאנסן זיי צו טרעפן לעבעדיג.
היינט, נאך איבער 9 טאג זיי זוכן האט מען אפגעפונען אלע דרייצן מענטשן אין א גוטן צושטאנד, אבער זיי זענען נאך דערווייל סטאק דארט אין cave צוליב וואס עס איז זייער שווער זיי ארויסצונעמען פון דארט צוליב די שווערע פארפלייצונגען דארט.
און יא פון דעי פאסירונג איז אויך דא א מאווי גאר גאר א גיטע מאווי . סאיז ווערט צו זעהן