בלאט 29 פון 46
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:54 pm
דורך איך אויך
נו איך ווייס דאך אויך נישט אויף זיכער צו דו האסט געשאסן קענעדי.
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:32 pm
דורך געוואלדיג
דאן עפן אויף א וויקיפידיע פעידזש אויף דעם
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 5:33 pm
דורך קאווע טרינקער
אז בערל כ"ץ האט פיינט יצחק ראזענבערג
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 5:39 pm
דורך שלום על ישראל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז בערל כ"ץ האט פיינט יצחק ראזענבערג
כ'האב יעצט באקומען דעם קליפ. רחמנא לצלן! ווער איז דער כ"ץ? ווי נעמט א איד (איד? רחמנים?) די הארץ צו רעדן אויף א נפטר וואס זיינע קרובים זיצן קוים שבעה, און האבן נאך אפילו נישט געכאפט וואס ס'איז געשען. און פארוואס? ווייל ער האט ליעב גשמיות?! אויך מיר א חטא... ליבי אומר לי אז דער בערל האט דעם גשמיות נישט אזוי פיינט.
ווען גיימער מוחה זיין פארנט פון זיין הויז\שוהל, און אויסשרייען אין לנו חלק?
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 5:45 pm
דורך דעת תורה
וואס איז די מעשה? וואס האט ער געזאגט?
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 6:32 pm
דורך דעת זקנים
לכאורה (אויב סאיז טאקע רבי בערל) איז עס א אלטע כלליות׳דיגע דרשה וואס איינער שיקט יעצט ארום. רבי בערך איז קליגער פון דעם און געווען א חבר מיט יצחק.
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 6:32 pm
דורך שלום על ישראל
יעצט הערעך אז ער האט אים אפשר נישט געמיינט. איינער ווייסט פרטים?
די קליפ האביך געהערט אויף
טעלעגראם.
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 6:37 pm
דורך שלום על ישראל
ווער איז דער כ"ץ? אניוועי, גאנץ א נידריגע שפראך.
נשלח: מוצ"ש מאי 21, 2016 10:11 pm
דורך איך אויך
געוואלדיג האט געשריבן:דאן עפן אויף א וויקיפידיע פעידזש אויף דעם
איך האב עס געשריבן אויף וויקי אבער מאיזה סיבה האט מען עס גלייך געמעקט. וועסטו דיך מוזן באגענוגן מיט קיורא.
https://www.quora.com/unanswered/Was-Ge ... nt-Kennedy
נשלח: מוצ"ש מאי 21, 2016 10:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווער איז בערל כץ?
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 12:41 am
דורך שמעון וואלף
דעת זקנים האט געשריבן:לכאורה (אויב סאיז טאקע רבי בערל) איז עס א אלטע כלליות׳דיגע דרשה וואס איינער שיקט יעצט ארום. רבי בערך איז קליגער פון דעם און געווען א חבר מיט יצחק.
כ'געדענק ווען ס'איז געווען די הייסע צייטן מיט יצחק'ן און תוא"י איז געקומען קיין אמעריקא און איינגעשטאנען ביי יצחק. די זלונים האבן דעמאלטס פראבירט פון אלע זייטן אז ער זאל טוישן די אכסניא און געסטראשעט מיט וואס אימער מעגליך. ער האט נישט געקענט אריינגיין צום ברך, די ראב"ד האט אים נישט געוואלט אויפנעמען, שבת האט ער נישט געקענט זיין אין וומ"ס ווייל ער האט נישט געקענט באקומען קיין זאל פון סאטמאר וכו' וכו'.
זייענדיג די בעל אכסניא, האט יצחק אראנזשירט א טיי אווענט וואס האט אויך געדינט אלץ מעמד קבלת פנים פאר תוא"י רבי. געדענק איך אז קיין איין רב איז נישט געגאנגען חוץ ר' בערל כץ וואס האט דאן געהאלטן אינמיטן בויען א מקוה און יצחק האט אים געהאלפן.
זאל קיינער מיר נישט דרייען קיין קאפ אז ער האט געמיינט יצחק ווען ער האט גערעדט פון פלארידא
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 12:53 am
דורך א איד
ווען איך האב געהערט די שמועס פרייטאג די ערשטע מאל, איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ, און איך האב אריינגעשאלטן ר' בערל כ"ץ, שבת האב איך געהערט, אז די שמועס איז א אלטע דרשה וואס ער האט געהאקט אין דזשענעראל אויף די וואס פארן נאך פסח אויף פלארידא.
אין אפאר זלונים האבן עס יעצט ארומגעשיקט, עס איז א גוטער שטעך, פאר ר' בערל כ"ץ אלץ א נאנטער חבר צו ר' יצחק, און מענטשן מיינען אז ער האט עס יעצט געזאגט.
ר' בערל כ"ץ איז רב אין ק"ק דושינסקי אין וויליאמסבורג, ער איז א זון פון דזשיבוי רב, און א איידעם ביי רב דושינסקי ירושלימער רב (כמדומה לי).
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 12:02 am
דורך שמעון וואלף
די אוהב שלום שול אין וויליאמסבורג איז די עלטסטע ארטאדאקסישע קהילה אין ברוקלין
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Congregation_Beth_Jacob_Ohev_Sholom
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 12:09 pm
דורך טאמבל סאס
אז מ'קען אויף די סובוועי/אנדערגראונד אויסרעכענען זיך צו שטיין דארט ווי די טירן וועלן זיך עפענען..
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 12:22 pm
דורך טאמבל סאס
ונבנתה העיר האט געשריבן:כדי א שיף זאל זיך קענען האלטן אויפן וואסער און נישט זינקן מוז זי וועגן ווייניגער ווי די וואסער וואס איז געווען אויפן פלאץ וואו זי שטייט (דאס הייסט די וואג פון די מאס וואסער וואס מען וואלט געדארפט אנצופילן די לאך וואס די שיף שאפט אינעם ים).
עס רופט זיך
דיספלעיסמענט.
אבזערווירן דאס קען אפי' א קינד אין וואנע. נעם א טעפל, פיהל זי אן ביז אויבן מיט וואסער פון די באד , זי וועגט אצינד מער ווי די וואסער אליינס, וועט זי אראפיזנקען צום גרונט, ניין?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 12:25 pm
דורך קאמענטירער
ואס גייט טאקע פאר דארט אין יענע שול ווער זענען די מתפללים? חוץ אז דארטען דאווענט נח''ר וואונדער איך מירצו און ווימס''ב איז דא א דימענד פאר אזא שול? ווער פירט עס אן זענען זיי שומרי שבת ?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:21 pm
דורך ונבנתה העיר
טאמבל סאס האט געשריבן:אז מ'קען אויף די סובוועי/אנדערגראונד אויסרעכענען זיך צו שטיין דארט ווי די טירן וועלן זיך עפענען..
ביסט זיכער איבער'ן סובוועי? ס'פאסט מער פאר'ן אנדערגראונד ווי דעם סובוועי.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:24 pm
דורך טאמבל סאס
דו ווייסט דען ווי אזוי? דער ידיעה קען פונקט אזוי ארבעטן אויף ביידע assuming they both have that basic feature I'm referring to.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:26 pm
דורך ונבנתה העיר
ניין [וויאזוי?]. כ'זאגט וואס ס'פאסט.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:34 pm
דורך טאמבל סאס
אז מ'קוקט אויף די געפארבטע 'סעיפטי פאס' נאנט צו די עדזש פון די פלאטפארם, וועט געווענטליך, דארט ווי אלע שטופן זיך ארויפצוגיין rush hour, זיין slightly אפגעריבען. אזוי ווי די ערד אונטערן מלמד'ס פיס אין חדר און אזוי ווי די שוועל ביים הויפט אריינגאנג צו ביהמ"ד הגדול ד'וואטעווער. ס'איז א גוטע טיפ צו וויסן פאר ראש אהווער.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:35 pm
דורך טאמבל סאס
חוץ נאך א פרישע איבערפעינטינג. אבער חזקה על קופת העיר אז דאס פאסירט זעלטן
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:55 pm
דורך קאווע טרינקער
אז דער באקאנטער מתרגם, דר' פוזן איז אוועק שושן פורים.
ער האט פיינע / אינטערסאנטע חיבורים
[tag]איש חזון[/tag], כמדומה ער האט שייכות מיט הרב ענבל
נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 8:33 am
דורך קאווע טרינקער
אז:
דער לעצטער אידישע גענעראל אין ארץ ישראל איז געווען בר כוכבא.
דער ערשטער אידישע גענעראל אין מדינת ישראל איז געווען יגאל ידין.
יגאל ידין איז געווען דער וואס האט געטראפן די באהאלטענע בריווען פון בר כוכבא!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=juwF2Eo_Z-0[/youtube]