בלאט 23 פון 23
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:03 pm
דורך שאלתיאל
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 11:00 am
אדרבה קום אריין מיט א עצה, איך האב לעצטענס אנגעהויבן כאפן אז איך בין אנדערש פון רוב מענטשן אין זייער א סאך עספעקס, איך בין אבער צופרידן מיט עס, אין איך האלט אז רוב זאכן איז א מעלה אבער יעדע שטיק צייט למשל נאכן ליינען ווי אזוי א מענטש טראכט אדער ראגירט צו זאכן הייב איך אן טראכטן אז אפשר איז עפעס ראנג מיט מיך
איך גלייב אז אויב דו וועסט אויסשמועסן וועסטו געוואור ווערן אז אין רוב זאכן ביזטו אין גוטע קאמפעני
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:26 pm
דורך ראדני
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:14 pm
דורך זאקן
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 12:03 pm
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 11:00 am
אדרבה קום אריין מיט א עצה, איך האב לעצטענס אנגעהויבן כאפן אז איך בין אנדערש פון רוב מענטשן אין זייער א סאך עספעקס, איך בין אבער צופרידן מיט עס, אין איך האלט אז רוב זאכן איז א מעלה אבער יעדע שטיק צייט למשל נאכן ליינען ווי אזוי א מענטש טראכט אדער ראגירט צו זאכן הייב איך אן טראכטן אז אפשר איז עפעס ראנג מיט מיך
איך גלייב אז אויב דו וועסט אויסשמועסן וועסטו געוואור ווערן אז אין רוב זאכן ביזטו אין גוטע קאמפעני
איך האב פריער געטראפן א חתן וואס גייט חתונה האבן בקרוב, ער איז אינגאנצען אנגעדרייט און נערוועז, איך האב אריינגעטראכט וואס איז געווען ווען איך בין געווען א חתן אין איך האב מיך דערמאנט ווי מיין טאטע איז געווען אנגעצויגן אין נערוועז פאר מיר, איך האב נישט געוויסט וואס ער וויל פון מיר אין פארוואס ער מאכט א ביג דיל פון חתונה האבן, איך דערמאנט זיך ווי ער האט געזאגט פאר מיין ברודער אז ער האט מורא פאר מיך ווייל עס זעהט נישט אויס ווי איך ווייס וואס חתונה האבן מיינט, איך בין אויפגעשטיינען אין די טאג פון די יום החופה פונקט ווי יעדע טאג ארום 9:00 צייט, געגאנגען דאווענען אין געבליבן רעדן צו מיינע חבירים אביסל, נאך דעם בין איך געגאנגען קויפן א גוטע פרישטאג (בא אונז פאסט מען נישט אין די יום החופה) בקיצור אלעס איז געווען פונקט ווי א נארמאלע טאג אין מיין טאטע האט געהאלטן אז איך דארף א דאקטער.
נאך א מעשה וואס איך דערמאנט זיך יעצט איז געווען ווען איך האב געווארט א קינד אין די דאקטער האט געזאגט א בשורה וואס קיינער וויל נישט הערן, מיין ווייב איז געווען נערוועז אויף נעקסט לעוועל, זי האט נישט אויף געהערט צו טראכטן ווי אזוי זי גייט האבן די כח קער צו נעמען פון א שטוב ווען זי גייט זיך דארפן אפגעבען מיט איין קינד א גאנצע טאג, יעדע מינוט האט זי געטראכט אין זיך געזארגט אויף א צווייטע זאך, מיך האט עס אפילו נישט געגעבן א קיצעל, איך האב עס אנגעקוקט ווי ס׳איז א זאך וואס מ׳קען גארנישט טוהן אין סליגט נישט אין מיינע הענט סוי וואס האט מען זיך צו זארגן אין טראכטן וואס עס גייט זיין (איך האב איר ממש נישט געקענט פארשטיין) ווען די פראבלעם גייט דא זיין גייט מען טרייען צו טוהן די מערסטע אין בעסטע וואס איז שייך לפי המצב (נ.ב. איך לאוו מיינע קינדער אין איך געב מיך אפ מיט זיי מן הסתם נאך מער ווי רוב מענטשן, סוי די סיבה איז נישט ווייל איך קער נישט אויף זיי) למעשה ווען מ׳איז אריין אין שפיטאל בין איך אריין פונקט אזוי ווי מיינע אנדערע קינדער בשעת מיין ווייב איז געווען נישט אויף די וועלט, ב״ה ס׳איז געווען א געזונט קינד אין מיין ווייב איז געווען אנגעצויגן אפאר חדשים פאר גארנישט.
איך האב נאך אפאר מעשוית וואס קומט ארויף יעצט בשעת שרייבן, אבער נישט אלעס קען מען שרייבן משום חשש גלוי אין איך בין זייער פארנומען, אויב איינער האט א ABC פאר מיר זאל ער מיך לאזן וויסן

Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:23 pm
דורך היום
פארוואס איז @ראדני אין מאנסי?
גארנישט געוויסט….
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:28 pm
דורך חב''ד הויזן
@זאקן נישט קיין ABC, דשאסט א עקסטרעמע מאנגל אין פילינגס און הרגשים. אין די צוויי פעלער איז עס טאקע געווען א מעלה אבער ס'קען זיין א חסרון אויך.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:32 pm
דורך אלפא
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 12:00 pm
די אמת איז וואס א חילוק צו איך חלום אבער איך פארגעס עס גלייך אדער איך חלום נישט אינגאנצן
גמ' ברכות יד.
א''ר יונה א''ר זירא כל הלן שבעת ימים בלא חלום נקרא רע שנאמר {משלי יט-כג} ושבע ילין בל יפקד רע אל תקרי שבע אלא שבע
ברכות נה:
תניא נמי הכי כל שנותיו של דוד לא ראה חלום טוב וכל שנותיו של אחיתופל לא ראה חלום רע והכתיב (תהלים צא, י) לא תאונה אליך רעה ואמר רב חסדא אמר רב ירמיה בר אבא שלא יבהילוך לא חלומות רעים ולא הרהורים רעים ונגע לא יקרב באהלך שלא תמצא אשתך ספק נדה בשעה שאתה בא מן הדרך אלא איהו לא חזי ליה אחריני חזו ליה וכי לא חזא איהו מעליותא הוא והאמר ר' זעירא כל הלן שבעה ימים בלא חלום נקרא רע שנאמר (משלי יט, כג) ושבע ילין בל יפקד רע אל תקרי שבע אלא שבע אלא הכי קאמר דחזא ולא ידע מאי חזא
רש"י נה:
ומשני דחזי ולא ידע מאי חזי - אדם טוב מראין לו חלום טוב ועד שלא יקיץ משתכח ממנו כדי שלא ישמח:
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:34 pm
דורך היימלינד
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 1:28 pm
@זאקן נישט קיין ABC, דשאסט א עקסטרעמע מאנגל אין פילינגס און הרגשים. אין די צוויי פעלער איז עס טאקע געווען א מעלה אבער ס'קען זיין א חסרון אויך.
לאו דווקא אז ער האט נישט קיין פילינגס, ער ווערט נאר נישט איבער גענומען דערפון, דהיינו מער easygoing
אמאל קען עס זיין פונקט פארקערט, אז ער קומט פון זיין צו איבערגענומען, דאן גייט מען אריין אין אזא פריזער אדער denial
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 8:57 pm
דורך berlbalaguleh
וואס חלומ'ט א סאך מאל ווי איך בין אויף א (ביסל) א הויעכן שטאק. איך קום אן צום עק און איך טראכט וויאזוי וועל איך אראפגיין פון דא? נאר איך געב מיר אייביג אן עצה. איך קום אן מיט א סאפט לענדינג.
ניין: געב מיר נישט דעם פתרון וואס דו ווילסט זאגן. ווייל ס'איז נישט אמת.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:23 pm
דורך אוהב דעת
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 8:57 pm
וואס חלומ'ט א סאך מאל ווי איך בין אויף א (ביסל) א הויעכן שטאק. איך קום אן צום עק און איך טראכט וויאזוי וועל איך אראפגיין פון דא? נאר איך געב מיר אייביג אן עצה. איך קום אן מיט א סאפט לענדינג.
ניין: געב מיר נישט דעם פתרון וואס דו ווילסט זאגן. ווייל ס'איז נישט אמת.
אינטערעסאנט, איך פלעג אלטץ קינד זייער אסאך חלמ׳ן ממש דאס..
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:31 am
דורך berlbalaguleh
איינער וואס רעדט זיך איין אז ער איז א פותר חלומות און א פסיכאלאג האט געוואלט זאגן אז מיינע חלומות פון די הויכע שטאקן מיינט אז איך טראכט (ח"ו) אראפ צו דזשאמפן פון א הויכע שטאק. האב איך איהם מקדים געווען און געזאגט אז איך וויל נישט הערן זיין נארישן און פאלשן פיתרון.
נאר די אינטרעסאנטע זאך איז אז אין חלום טראכט איך אייביג אן עצה וואס איז קרוב למציאות.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:57 am
דורך חתן בחור
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 8:28 am
וואס מוטשעט זיך געפערליך זיך צו רוקן אין א חלום? אפטמאל אין א חלום דארף איך לויפן/אנטלויפען און עס רוקט זיך קוים ס'פילט כאילו איך שטופ א בארג. אפי' גיין פון איין פלאץ צום אנדערן נעמט אסאך ענערדזשי און גייסטישע כוחות. מ'קען משוגע ווערן
To dream that you have difficulties walking indicates that you are reluctant and hesitant in proceeding forward in some situation. You may also be trying to distance yourself from certain life experiences. The difficulty in walking is a reflection of your current situation and the obstacles that you are experiencing.
גענומען פון דא. איך געפון זיי גאנץ אקוראט.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:31 am
דורך שאלתיאל
חתן בחור האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 3:57 am

אינטערסאנט