בלאט 3 פון 6
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:29 am
דורך שמעקעדיג
מאטי, דו הערסט אויף?
ווען רב קוק'ס אייניקל ווערט א קנאי, לאז זיינע מענטשן קרעכצן, דאן איז זייער טשאנס צו וויינען און שרייען רבן דקרו.
פארוואס עקספעקסטו פון שם טוב אויסצוגיין ווען יענער קומט פון זיין לאגער צו אונזער?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:39 am
דורך לעיקוואד
בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:40 am
דורך מאטי
ביידע מעשיות האבן די זעלבע אינגרידיענס.
אייניקל
זיידע
באבע
הארץ
ליבליך
פראסק
קורץ קעפיג
אויב ס'בארירט אים בלויז איינע, איז מן הסתם דא אן אנדערע אינגרידיענט וואס באדערט אים.
האסט אן אנונג וועלכע?...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:43 am
דורך מאטי
לעיקוואד האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..
אדרבה, די פאטש איז בלויז אז ער איז געבליבן שומר שבת און געגאנגען אין מיליטער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:17 am
דורך יעדער לאכט
לעיקוואד האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..
מחלל שבת איז א פאטש פאר גאנץ כלל ישראל און א סאטמארע אייניקל זאל דינען אין צה"ל איז א פאטש פאר סאטמאר.. וואס איז די דזשאוק פון שפילן טעמיש און זי מאכן ווי גלייך מ'פארשטייט נישט על מה יצא הקצף?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:23 am
דורך יעדער לאכט
חבקוק הנביא האט געשריבן:ס'איז לכאורה א גרויסע טובה אז אזאלכע בחורים האבען ווי צי גיין, זענען זיי חאטשיג צווישען אידען, אין וועלען צים סוף לכאורה חתונה האבען אידיש, נישט חלילה גיין מיט שיקסעס,
בנוגע צי ס'איז א קלאפ פאר סאטמאר, איז אזוי, פאר די חלק הפאליטיק אין שקר פין סאטמאר איז עס א קלאפ, די חלק השקר פין סאטמאר וואלט מסתם ענדרעש געוואלט ער זאל גיין וואוינען מיט א שיקסע אין האליוואד אין קיינער זאל נישט הערען אין וויסען פינעם, ווי גיין קיין ארץ ישראל אין צה"ל וואס דאס איז א פאליטישע קלאפ פאר זיי, אין אסאך וועלען נאך האלטען "בשיטה" אז ס'איז ענדרעש, למעשה, סאטמאר שטעלט נישט צי פאר אזאלכע בחורים ווי צי גיין, אין מדינת ישראל יא,
מאן יימר אז ס'איז בעסער? ער האט געלערנט אין א חדר וואס האט אים געלערנט אז דינען אין צה"ל איז כפירה ממש! ביסט מחולק? קענסט. אבער אזוי איז ער אויסגעוואקסן. און ער גייט אהין נישט ווייל ער האט "תשובה געטוהן" און וויל דינען זיין לאנד. ער גייט אהין ווייל ער האט ליידער געגליטשט פון די וועג וואס זיינע געטרייע עלטערן האבן פאר אים אויסגעפלאסטערט און ער וויל זיין א כופר ווייל ס'איז קאאל (ליידער).
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:10 am
דורך ישראל קאפקע
חבקוק הנביא האט געשריבן:ס'איז לכאורה א גרויסע טובה אז אזאלכע בחורים האבען ווי צי גיין, זענען זיי חאטשיג צווישען אידען, אין וועלען צים סוף לכאורה חתונה האבען אידיש, נישט חלילה גיין מיט שיקסעס,
אדרבה, דאס איז די דזשיניעס פון סאטמאר, אז א ציוניסט וויל רעוואלטירן דארף ער ווערן א גוי, א סאטמארער רעבל קען פשוט ווערן א ציוניסט

דאס מאכט נאך נישט ציוניזם א נעט פאזיטיוו, גאר ווייט דערפון, די אידעאלאגיע האט אוועקגעפירט א מיליאן אראבישע אידן פון זייער גלויבן, אויך צענדליגער טויזענטער פון די מזרח אייראפעאישע רעליגיעזע יוגנט, מלחמה איבערלעבער, וואס זענען אנגעקומען אין ציוניסטישע קעמפס גלייך נאכן קריג, וואו דער פרייער ציוניזם האט זיי ערצויגן אין גייסט פון גאטלאזן נאציאנאליזם.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:08 pm
דורך פארוואס?
ימי קדם האט געשריבן:פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.
עס קומט צו לאכן ווען די סאטמערער אדער אפילו די אנטי-סאטמערער זענען זיכער אז די ציונים (ווער זענען זיי?) שפילן דא א פאליטיק מיט סאטמער, ווי כאילו "מדינת ישראל vs סאטמער", אינדערצייט וואס מערסטנס פון ישראלים ווייסן ניטאמאל ווי אזוי מ'ספעלט די ווארט...
#האדמו"ר_משטנר
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:22 pm
דורך אויליגער
ישראל קאפקע האט געשריבן: א מיליאן אראבישע אידן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:14 pm
דורך יעדער לאכט
פארוואס? האט געשריבן:ימי קדם האט געשריבן:פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.
עס קומט צו לאכן ווען די סאטמערער אדער אפילו די אנטי-סאטמערער זענען זיכער אז די ציונים (ווער זענען זיי?) שפילן דא א פאליטיק מיט סאטמער, ווי כאילו "מדינת ישראל vs סאטמער", אינדערצייט וואס מערסטנס פון ישראלים ווייסן ניטאמאל ווי אזוי מ'ספעלט די ווארט...
#האדמו"ר_משטנר
אינטערעסאנט אבער אז ווען ס'קומט אראפצורייסן נטורי קרתא משוגאים ווייסן זיי זייער פיין וויאזוי מ'ספעלט סאטמאר...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:31 pm
דורך diff
You are to blame for the Moroccan ignorance. And for the war that killed the parents of the European children, stop copying it in every post
ככלב שב על קיאו כסיל שונה באולתו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:26 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:18 pm
דורך שמעקעדיג
מהיכי תיתי, ר' בערל?
פון וואנעט נעמסטו אז די סאטמארע מיינען אזוי?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:42 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:45 pm
דורך shem-tov
קען זיין ווייל די ציונים מיינען נעבעך אז די גאנצע וועלט איז ביזי פיר-און-צוואנציג שעה אין מעת לעת וואס די ציונים טראכטן און טון. וועלעכע לאנד האלט יא פון אונז און וועלעכע נישט. אויב האט ער אויפגענומען א פלאטשיגען פאלעסטינעם מיינט שוין זעכער אז ער האט אונז פיינט און מען מוז אים שוין אנלערנען די ביינער. היינט איז ה' אייר לאמיר גיין קוקען אין מאה שערים ווער סהאט זיך נישט אפגעשטעלט קלאצען. לאמיר האלטן די וועלט האסטידש לאמיר זיי לאזן געסטן צי מיר גייען יא אטאקירן איראן אדער נישט. אזוי וועלן מיר ווייטער מיינען אז מיר פירן די וועלט און יעדער איז ביזי מיט אונז. בערעלע. סאטמער וואלט זיך געווינטשן אז די ציונים זאלן זיי לאזן במנוחה צוזאמן מיט אונזערע עלטערן ורבותינו השוכני עפר
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:05 pm
דורך פלאוויוס
shem-tov האט געשריבן:קען זיין ווייל די ציונים מיינען נעבעך אז די גאנצע וועלט איז ביזי פיר-און-צוואנציג שעה אין מעת לעת וואס די ציונים טראכטן און טון. וועלעכע לאנד האלט יא פון אונז און וועלעכע נישט. אויב האט ער אויפגענומען א פלאטשיגען פאלעסטינעם מיינט שוין זעכער אז ער האט אונז פיינט און מען מוז אים שוין אנלערנען די ביינער. היינט איז ה' אייר לאמיר גיין קוקען אין מאה שערים ווער סהאט זיך נישט אפגעשטעלט קלאצען. לאמיר האלטן די וועלט האסטידש לאמיר זיי לאזן געסטן צי מיר גייען יא אטאקירן איראן אדער נישט. אזוי וועלן מיר ווייטער מיינען אז מיר פירן די וועלט און יעדער איז ביזי מיט אונז. בערעלע. סאטמער וואלט זיך געווינטשן אז די ציונים זאלן זיי לאזן במנוחה צוזאמן מיט אונזערע עלטערן ורבותינו השוכני עפר
איך בין נייגעריג צי דו האסט באמערקט אז דאס איז אקוראט די שפראך וואס די שונאי ישראל נוצן קעגן אידן בכלל. קען זיין אז דו האלטסט אז ס'איז אמת (על כל פנים לגבי די אידן וואס דו האסט נישט איבריג ליב), אבער ס'איז בכל אופן וויכטיג צו אנערקענען דעם פרט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:10 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:18 pm
דורך היסטאריקער
שמעקעדיג האט געשריבן:מהיכי תיתי, ר' בערל?
פון וואנעט נעמסטו אז די סאטמארע מיינען אזוי?
אזא דמיון ווי די יארצייט פון הה"צ משארמאש זצ"ל איז ד אייר
זיין יארצייט איז ערב פסח
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:33 pm
דורך דריידל
די מעשה איז געווען מיט'ן סטראפקאווע רב. מ'זאגט אז ווען ער איז געווען זייער נישט געזינט און געשפירט אז זיינע טעג זענען געציילטע האט ער געזאגט אז ער בעט די באשעפער ער זאל נישט נפטר ווערן ה' אייר וועגן ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן נישט זאגן תחנון.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:27 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:11 am
דורך [NAMELESS]
נאך א נצר מעצי התמרים וואס איז אביסל אויפגעקלערט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:29 am
דורך דולה ומשקה
אתא קלילא האט געשריבן:נאך א נצר מעצי התמרים וואס איז אביסל אויפגעקלערט
וואס האקסטו אין קאפ אריין,
דאס איז ווי ער רעדט חנוכה פאר אידישע אמעריקאנער זעלנער, וואס ווייסען זיי נעבעך, זיי זענען ריכטיגע תינוק שנשבה, נישט אזעלעכע וואס דער 'מדינה' האט גע'שמד. הענגט דען דארט א שתי וערב ח"ו. פאר זיי באדייט דער מגן דוד אלץ א אידישע סימבאל.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:32 am
דורך מאטי
פארוואס פארגינסטו נישט דעם טיטל "תינוק שנשבה" פאר איינער וואס די מדינה האט גע'שמד.