בלאט 3 פון 12

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:35 pm
דורך געוואלדיג
petergrifin האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע וועלט נעמט זיך נישט צוזאם און גייט אריין אין מלחמה מיט אייסיס עד חרמה. קען זיין מען איז
צו פארדומט מיט שטותים אז די רוב לענדער געבן נישט צו קיין סאך. מען דארף אויף וועקן עשיו'ס כוחות זאל ער גיין שחט'ן די סקאם.

נאך אביסל וועלן מיר אלע זעהן די מלחמה צווישן ישמעאל און עשו און צום סוף ועלו מושיעים בהר ציון בב"א

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:02 pm
דורך chusid
איך טראכט פון א מאראלישע שטאנדפונקט צו יאפאן זאל זיי אויסלייזן, קען מען לאזן צוויי אומשילדיגע מענטשן ווערן בוודאי געשאכטן וועגן לעגעטימע פאלאסיס? אויבן אויף וואלט איך געזאגט אז די "גערעכטע" זאך איז זיי אויסלייזן. עגרי?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:08 pm
דורך מאטי
מיין מיינונג איז, נישט אויסלייזן. (כ'וואלט נישט געזאגט אזוי אויב איך וואלט ח"ו דארט געווען)

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:36 pm
דורך דריידל
petergrifin האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע וועלט נעמט זיך נישט צוזאם און גייט אריין אין מלחמה מיט אייסיס עד חרמה. קען זיין מען איז
צו פארדומט מיט שטותים אז די רוב לענדער געבן נישט צו קיין סאך. מען דארף אויף וועקן עשיו'ס כוחות זאל ער גיין שחט'ן די סקאם.


ס'איז זייער שווער צו געווינען אזא מלחמה. די אייסיס חברה זענען אויסגעמישט מיט סעוויליענס און א מלחמה מיט זיי וועט קאסטן אסאך אומשילדיגע קרבנות.
מדינת ישראל האט נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אינטערנעמען די לעצטע עזה מלחמה ווייל אירע בירגער האבן נישט געקענט אנגיין מיט'ן טאג טעגליכע לעבן צוליב די ראקעטן. ס'האט זיי געברענגט אסאך שאדן און קאפ וויי אבער ווי געזאגט האבן זיי עס געמוזט טון.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:39 pm
דורך פלאוויוס
chusid האט געשריבן:איך טראכט פון א מאראלישע שטאנדפונקט צו יאפאן זאל זיי אויסלייזן, קען מען לאזן צוויי אומשילדיגע מענטשן ווערן בוודאי געשאכטן וועגן לעגעטימע פאלאסיס? אויבן אויף וואלט איך געזאגט אז די "גערעכטע" זאך איז זיי אויסלייזן. עגרי?


זייער ווייטאגליך. די סיבה אויף נישט אויסלייזן איז ווייל דאס טרייבט אריינצוכאפן נאך אנדערע. דאס איז די הינטערגרונט צו דער הלכה'דיגער באשטימונג אז "אין פודין את השבויין יותר מכדי דמיהן". נאר ווי מאטי זאגט, ס'איז שווער צו רעדן אין דעם...

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:51 am
דורך petergrifin
@דרײדל זײ מוזן נישט קומען מיט טאנקען. אין אזא מצב נוצט מען סײװי ספעשעל פארסעס איז קענען זײ בײשטײערן זײערע קאמענדאס.
מען לײנט די היסטארי פון די בײדע װעלט מלחמה׳ס און מעגליך שפעטער אויך װי אינגע אמעריקאנער האבן זיך ארײן געשריבן אין די פרענטש
פארען לעגיאן טײל צוליב די אדװענטשער אנדערע פאר פרײהײט/ליבערטי. אפילו הײנט איז דא מענטשען װאס װילן גײן/גײען אהין דארט
אין די מידעל איסט צו פײטן קעגן אײסיס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:53 am
דורך דריידל
ניצן ספעשיל פארסעס וועט קאסטן אסאך קרבנות פאר די ארמיי

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:25 am
דורך petergrifin
אײנער מוז דאך גײן זיך שלאגן מיט זײ נישט נאר באמבעדירן פון די לופט. רוב פון די איראקער און סיריע
זעלנער קענען זיך נישט פארמעסטען מיט אײסעס. אפילו על קעידע קען נישט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:01 pm
דורך שמעקעדיג
יאפאן זאגט אז זיי זענען יא אינטרעסירט צו פארהאנדלען מיט אייסיס ימ"ש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:54 pm
דורך שמעקעדיג
עס ווערט באריכטעט אז ארום 6,000 אייסיס קעמפער זענען שוין אויסגע'הרג'עט געווארן דורכן באהאגלען זיי מיט מיסילס וכדו'.
בלייבט נאר איבער צו ואוונטשן, כן יאבדו.

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:59 pm
דורך [NAMELESS]
די קורדישע קרעפטן ביינעזאם מיט די פעשמערגא טרופן האבן באוויזן צי פייערן (א שטיקל) זיג אין קובאני ווי עס זענען פארגעקומן העווי שלאכטן פנים אל פנים די לעצטערע תקופה , זיי זאגן אז נעכטן אליין האבן זיי דערהארגעט א קנאפע 200 "שוחטים ובודקים" פין די אייסיס ארמיי , וואס דאס איז א מוראדיגע קלאפ פאר אייסיס,אין אזוי אויך מעלדט אמעריקע אז זיי האבן שוין באוויזן צי פארניכטן בערך 6000 קעמפער וואס איז בערך צווישן א פערטעל אין א דריטעל פין זייער ארמיי , אין דערהארגעט א 50 פורערס וואס איז בערך האלב , אבער עם כל זה לבי אומר לי אז זיי זענען ווייט פין פארטיג ווייל זייער סומפאטיקער באזע אין די גאנצע וועלט נכלל "סיווילייזט קאנטריס" שטייגט אויף שיינע פראצענטן , לאו דווקא חברה מיט טורבאנען אין שבעה נקיים פודזשאמעס ווי יעלא קעב דרייווערס א שטייגער , נאר אפילו חברה מיט די שיינע סאן גלעסעס אין געקעמטע טשופרינעס וואס דאס איז א חלק פין וואס עס פארנאנדערשיידט זיי פין על קעידא טאליבאן ודומיהן אין דאס מאכט דער זאך אסאך מער ראזיקאליש ,

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:00 pm
דורך [NAMELESS]
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז ירדן גייט איין אויף אן ארעסטאנטן טויש מיט די שוחטים ובודקים , ירדן גייט באפרייען דעם פרוי טעראריסט וואס איז שוין ארעסטירט פאר א קנאפע 9 יאר אין איינטויש אויפן באפרייאונג פין דעם ירדינישע פילאט וואס איז פארכאפט געווארן מיט איטליכע וואכן צירוק , וואס באזארגט איז אז אז מען איז גרייט צי פארהאנדלן מיט די שוחטים ובודקים אין מען קען נישט וויסען אויב יאפאן פארהאנדעלט אינטערן טיש צי באפרייען דעם יאפאנעזער משכון וואס האט נאך געציילטע שעות ביז דער עקספערעישן דעיט אויף זיין לעבן עקספייערט ,

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 3:35 am
דורך דער שכן
שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט באריכטעט אז ארום 6,000 אייסיס קעמפער זענען שוין אויסגע'הרג'עט געווארן דורכן באהאגלען זיי מיט מיסילס וכדו'.
בלייבט נאר איבער צו ואוונטשן, כן יאבדו.


אינטערעסאנט, אמעריקא איז מיט חיזבאלא אויף איין זייט שלאגענדיג אקייגן אייסיס.

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:19 am
דורך בעל מדות
דער שכן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט באריכטעט אז ארום 6,000 אייסיס קעמפער זענען שוין אויסגע'הרג'עט געווארן דורכן באהאגלען זיי מיט מיסילס וכדו'.
בלייבט נאר איבער צו ואוונטשן, כן יאבדו.


אינטערעסאנט, אמעריקא איז מיט חיזבאלא אויף איין זייט שלאגענדיג אקייגן אייסיס.

מיין נישט אז אמעריקא און איהרע אליאירטע האבן עקאמפלישט מיט דעם וואס די רוצחי החיזבאלא שטעלן זיך צו צום אמעריקאנער זייט און טראכט נישט אז חיזבאלא זענען מיטאמאל געווארן "בעלי מדות" מאך נישט דעם פאטאלער טעות! זיי זענען בכלל נישט אויסן פאר אונזער טובה דא און יעדע מאוו וואס זיי טוען מיינען זיי דעם אייגענעם אגענדע אנגעפולט מיט בלוט און נוצן אויס דעם געלעגנהייט צו שלאגן זייער אייגענע געפאר מיטן גאנג פון מדין מואב, זיי זענען מערדער וואס געבן נישט קיין שין יוד טית צו טוהן די זעלבע מערדעריי וואס די אייסיס טוען און פונקט שטייען זיי די אייסיס אין וועג ווייל זיי זענען פון אנדערע סעקטע'ס /גלויבונגען און זענען פריילעך צו אביסל ארויסהעלפן דעם קאמפיין, געב עס א יאר נאך וואס אייסעס גייט אונטער (בקרוב בס"ד) און קענסט ערווארטן זייערע ווייטערדיגע פייערדיגע "אללא אכבאר" אטאקעס מיטן ערמארדן און אומברענגען אומשולדיגע מענטשן, פארגעס נישט זייערע גארגלען האבן געשלונגען שאמפעין ווען די צווילינג געביידעס האבן באגראבן לעבעדיגע דריי טויזנט אמעריקאנע לעבנ'ס הי"ד

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 9:30 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז נאר צום האפן אז זיי באקומען נישט יעצט פון אמעריקא טרעקליך און אנדערע כלי מלחמה וואס וועט שפעטער גענוצט ווערן קעגן מדינת ישראל.

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 4:47 pm
דורך דער שכן
עזריאל האט געשריבן:ס'איז נאר צום האפן אז זיי באקומען נישט יעצט פון אמעריקא טרעקליך און אנדערע כלי מלחמה וואס וועט שפעטער גענוצט ווערן קעגן מדינת ישראל.


Exactly!

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 6:28 pm
דורך בעל מדות
איך מיין אז חיזבאלא איז ווייט נישט אריינגעמישט אין די פנים אל פנים שלאכטן ווערסעס אייסיס, אמעריקא שטיצט די פעשמערגא טרופן און זיי זענען די וואס קעמפפן ציין און נעגל, מענער און פרויען, זיי באקומען די וואפן און שטיצע, די פעשמערגא קעמפער זענען וואוילע אראבער (עס איז דא אזא זאך?) על כל פנים נישט פארוועם מיר דארפן פארלירן א סאקונדע שלאף. און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:22 pm
דורך געוואלדיג
בעל מדות האט געשריבן:און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.

פונקט דאס האט אל קאידא געטוהן

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:42 pm
דורך בעל מדות
געוואלדיג האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.

פונקט דאס האט אל קאידא געטוהן

יעדער פארשטייט אבער די דיפערענץ פון אט די שתי מחנות.
על קאידא איז (געווען) א טעראריסטישער קלאב פון ערשטקלאסיגע מערדער געגרונדעט און געווארן אנגעפירט דורך די אמאליגע וועלט'ס שרעק אנווארפנדן אסאמא בין לאדין און ווען אמעריקא האט זיי געשטיצט (ביי די קריג מיט רוסלאנד) האט מען נישט געהאט דאס מינדענסטע עקספיריענס מיט די בני ישמעאל און אפילו אזוי האט מען נישט געקענט חלומ'ען וואספארא אומ'מענטש דער איז.

די פעשמערגא טרופן און פאלק דארונטער זענען פונעם גאר איידילער טיפ און זענען נישט אין געיעג צו ערייכן לאנד אדער סיי וואס אז זיי זאלן זיכן טעראר און זיי לעבן שוין יארן גוט מיט די מערב וועלט לענדער, זיי זענען מער טראסטבאר און עס איז נישט מסתבר אז זיי זאלן נאך אמאל אויסדרייען דעם רוקן צו די וואס האבן זיי צוגעווארפן א לעבנס וועסטל ווען זיי זענען געווען דערטראנקען אין שטורעמישע וואסערן.

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:50 pm
דורך געוואלדיג
צום האפן

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:20 pm
דורך ישראל קאפקע
בעל מדות האט געשריבן:איך מיין אז חיזבאלא איז ווייט נישט אריינגעמישט אין די פנים אל פנים שלאכטן ווערסעס אייסיס, אמעריקא שטיצט די פעשמערגא טרופן און זיי זענען די וואס קעמפפן ציין און נעגל, מענער און פרויען, זיי באקומען די וואפן און שטיצע, די פעשמערגא קעמפער זענען וואוילע אראבער (עס איז דא אזא זאך?) על כל פנים נישט פארוועם מיר דארפן פארלירן א סאקונדע שלאף. און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.

די פאשמערגא קרעפטן זענען קורדן נישט קיין אראבער, זיי קריגן זיך מיט אייסיס אין צפון איראק און אויף א פיל קלענערע פארנעם אין צפון סיריע, זיי זענען אייביג געווען מער פרא מערב וועלט, און סיי פארטיידיגן זייער היימלאנד.

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:49 pm
דורך בעל מדות
נישטא אזא זאך ווי א קורדן היימלאנד אבער צוריק צום שמועס.

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 10:22 pm
דורך ישראל קאפקע
נו אוודאי איז דא א קורדישע היימלאנד עס הייסט קורדיסטאן, עס נעמט אריין חלקים פון איראן איראק סיריע טערקיי און ארמעניע, עס איז טאקע נישט קיין שטאַט אדער אן אפיציעלער יו.ען. אנערקענטע לאנד, אבער א 'היימלאנד' האבן זיי.