בלאט 3 פון 4

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 2:15 pm
דורך געוואלדיג
בונדל האט געשריבן:איך ווינדער זיך אביסל אז מען לייגט בילדער פון פרויען אויף א פלאץ וואו חסידישע יונגלייט ליינען. וואו קען איך זען די פאלעסיס פון קאווע שטובל? די גיידליינס און פרינציפען?


י) בילדער פון פרויען – בילדער פון פרויען זענען געווענליך נישט ערלויבט. אז איר קלערט אז א געוויסע בילד איז וויכטיג ארויפגעשטעלט צו ווערן, פרעגט איבער דעם ביי איינער פון די מנהלים פאר'ן ארויפשטעלן. בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.


פון דא

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:57 am
דורך פרייוויליג
בונדל האט געשריבן:איך ווינדער זיך אביסל אז מען לייגט בילדער פון פרויען אויף א פלאץ וואו חסידישע יונגלייט ליינען. וואו קען איך זען די פאלעסיס פון קאווע שטובל? די גיידליינס און פרינציפען?

אויב דו האסט א פראבלעם דערמיט קענסטו גיין אויף איי-ביצה דאט קאם.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:11 am
דורך געוואלדיג
פרייוויליג, לא יפה, ער האט געבעהטן צו זעהן די גיידליינס און פריציפן, פארוואס איהם פארשיקן?

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:29 am
דורך פרייוויליג
געוואלדיג האט געשריבן:פרייוויליג, לא יפה, ער האט געבעהטן צו זעהן די גיידליינס און פריציפן, פארוואס איהם פארשיקן?

עס איז פשוט די וועג וויאזוי ער פרעגט עס. משטיינס געזאגט חסידישע אינגערלייט זענען נישט רעדזשערסטעט צו זען פרויען. ווער האט יא לייסענס דערפאר? מאדרען ארטאדאקס? עס איז אן אלגעמיינער קרענק צו מאכן פראקציעס אין אידישקייט. מיר האבן איין תורה פאר יעדעם צוגלייך.

איך האב גארנישט געמיינט קעגן חשוב׳ן בעל ה׳ניק. כאן מצא וכו׳

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:37 am
דורך העלא
בונדל,
וועלקאםם טו קאווע שטיבל,
אייער זיך דרייען אויף דעם פלאץ איז אייער אייגענע אחריות,
ליידער האבן די אידן דא א שוואכע פראבלעם מיט הלכה,
געוויסע צוליב צו חסרון ידיעה, געוויסע צוליב חסרון אין יראת שמים,
הצד השוה,
אויף דעם פלאץ דארף מען פראסידן מיט קער,

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:53 am
דורך אפטעמיסט
העלא, שכויח פאר די מוסר. כ'האב באקומען א הרהור תשובה.

Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 11:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פרייוויליג, ער האט טאקע נאר געפרעגט חסידיש נישט הלכה. דער עולם זיינער איז נישט אזוי צוגעוואוינט, אפילו צו אזעלכע נערישער בילדער, ממילא איז דאס איהם א וואונדער. אוודאי איז נישט דא קיין הלכה'דיגע פראבלעם, וואס מר. העלא וועט אונז פראבירען איינצוטיילען, אבער פארט איז דאס אומבאקוועם. אזוי ווי טאמעט''א יויך פרייטיג צונאכטס אנשטאט'ס גאלדענע יויך.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:34 pm
דורך העלא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פרייוויליג, ער האט טאקע נאר געפרעגט חסידיש נישט הלכה. דער עולם זיינער איז נישט אזוי צוגעוואוינט, אפילו צו אזעלכע נערישער בילדער, ממילא איז דאס איהם א וואונדער. אוודאי איז נישט דא קיין הלכה'דיגע פראבלעם, וואס מר. העלא וועט אונז פראבירען איינצוטיילען, אבער פארט איז דאס אומבאקוועם. אזוי ווי טאמעט''א יויך פרייטיג צונאכטס אנשטאט'ס גאלדענע יויך.


סארי אז דו האסט געפיהלט ווי איך וויל דא איינטיילן,
כהאב פלעין פארציילט א מעשה,
אויב ביזטו מחולק מיט מיר און דו האלסט אז מיין מעשה איז נישט אמת, האסטו די פילסטו רעכט,
כ'האב סאך הכל געזאגט א מיינונג, מעגסט האלטון אנדערש

מיין מיינונג איז געבעיסט אויף א פסק אין שולחן ערוך אז מ'טאר נישט קוקן אויף א בילד פון א פרוי

Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מראה מקום ביטע?

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:38 pm
דורך שמעקעדיג
ביטע ממשיך זיין די שמועס ביי תורה און מחשבה.
דא איז א נייעס אשכול.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 4:16 pm
דורך פרייוויליג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מראה מקום ביטע?

Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 4:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אנטשוליגט שמעקעדיג, אבער ווי קען מען צולאזען דער seagull מהלך פון אריינקומען, מאכען קולי קולות און א כאזעריי, און דערנאך אנטלויפען כאילו לא היה? אז איינער וויל מגלה פנים זיין בתורה שלא כהלכה אין א נייעס אשכול, דארף מען איהם דארט אפשטעלען, נישט אין אן אנדערען.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 10:03 am
דורך קאווע טרינקער
טעות

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 10:34 am
דורך פרייוויליג
קאווע טרינקער האט געשריבן:http://www.simchaspot.com/2015/07/05/engagement-of-yonah-halberstam-and-kallah-galandaur/
זי זעהט אויס זייער ענדליך

ביידע זענען טאקע פרויען און האבן שווארצע האר.

נשלח: מוצ"ש יולי 18, 2015 11:24 pm
דורך ישראל קאפקע
אופס.
עלטער-באבי אין 1933.

http://time.com/3963542/queen-elizabeth-nazi-salute/

נשלח: מוצ"ש יולי 18, 2015 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:אופס.
עלטער-באבי אין 1933.

http://time.com/3963542/queen-elizabeth-nazi-salute/

און דעם בילד מאכן זיי א היטלערישע (מוסאליני) סאלוט, עס איז נישט קיין חידוש, די קעניגליכע פאמיליע פון בריטין, איז אלץ געווען באקאנט מיט זייער נאנטקייט מיט אנטיסעמיטן, אין יענע יארן (ביזן קריג) זענען זיי געווען נאנט מיט היטלער, און היינט צוטאגס מיט די אראבערס.
א שטיקל נקמה אין זיי איז דא, אז די יעצטיגע פרינצעסן קעיט מידעלטאון, די דאטשעס אוו קעמברידזש (פון וועם די אשכול רעדט) איז א יודישע ע״פ ההלכה (איר מאמע איז א יודישע), קומט אויס אז דער קעניג פון דריי דורות ארום וועט זיין יוד! (אין די צייטונגען רעדט מען קיינמאל נישט דערפון, ווייל ביי די גוים גייט מען נאכן טאטען׳ס יוחס, און נישט נאכן מאמען, און אויך ווייל לכאורה האלט זי זיך אליינס אלץ א קריסט, נישט אלץ א יודישע)

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 12:10 am
דורך רויטע וואנצעס
בד"וו, ס'נישט דא קיין שום ראיה אדער סמך, אז קעיט'ס מאמע וואס שטאמט פון דורות קריסטן, איז א איד. די איינציגסטע זאך וואס ברענגט אויף שפעקעלאציע איז אז איר עלטערן האבן געהייסן גאלדשמידט, וואס למעשה רופן זיך אזוי אסאך גוים מיט די ארגינעלע דייטשע נאמען.

Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 12:10 am
דורך דעת תורה
ס'איז באוויסט אז איינער פון די קעניגליכע פאמיליע איז געווען א שפיאן פאר דייטשלאנד.

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 12:52 am
דורך יידל
מיינסט קעניג עדווארד וועלכער האט זיך אפגעזאגט פון די קעניגשאפט?

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 9:10 am
דורך שצם_חנכל
מ׳זעט באשיינפערלעך ווי אויסער איר געוואלדיגע צניעות איז זי משליך על ה׳ יהבה ביים מקיים זיין מצוות פרי׳ ורבי׳ מיט אלע הידורים אן קיינע חשבונות.

ממנה ילמדו וכן יעשו!

Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 12:52 pm
דורך גראף
און איך מאך א סטאפ ביי מיין עלטערע שוועסטער און זעה איר צניעות מיט איר דאזען פלאס קינדער כ''י. ממנה למדו.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 4:28 pm
דורך בת קול

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 7:18 pm
דורך איך אויך
אזא שלאך דער פרינץ?