בלאט 3 פון 3

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:31 am
דורך מילך טראק
לכאורה דארף מען נישט זיין ר' משה אדער די חזון איש צו פסק'ענען, ס'איז א אפענע שלחן ערוך וואס יא רוב דיינים חזר'ן בעיקר די הלכות וואס זענען נוגע, ממילא ווען ס'קומט אזא שאלה קענען זיי ווערן פארלוירן, לא כן די חזון איש און ר' משה וואס די גאנצע תורה איז זיי געליגן אין זייער מח אויפגעמישט.
אזוי טראכט איך.

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:33 am
דורך היימלינד
exactly! that was the point, they stayed calm and focused

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:52 pm
דורך מילך טראק
וואס טוט זיך מיט א פגום? דאכט זיך אז ס'איז א מחלוקת צווישן די סטייפלער און מנחת יצחק אויב ס'גייט אריבער צו די קינדער אויב יא וויפיל זענען נישט פגום?

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:00 pm
דורך סקעפטיקער

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:30 pm
דורך ר' גרשון
תשפג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:22 pm געווען א מעשה ביי ר׳ משה פיינשטיין ווען ער איז אמאל געווען סידור קידושין, די חתן׳ס מאמע האט געכאפט א התעוררת אונטערן חופה און געזאגט פאר ר׳ משה אז זי האט נאך קיינעם קיינמאל נישט פארציילט אבער דעי חתן איז ליידער א ממזר, ס׳געווארן שטיל די עולם האט געווארט צו זען וואס ס׳וועט געשען, אבער ר׳ משה מיט די פילסטע רואיגקייט רופט זיך אן ״אינה נאמנות״ א מאמע איז נישט באגלייבט צו פסל׳ן א קינד, צו ווערן א ממזר דארף מען האבן עדים און א פסק דין. (כך שמעתי)
געדענק איך אז עס איז דא א ווידאו דערפון, איך האב עס נישא געקענט אפיר זיכן, אויב איינער האט עס זאל ער ביטע ארוילייגן.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 10:22 am
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:29 am דא שרייבט דר. נדב שנרב אין דעם ענין:
לסיכום, אני די נבוך בעניין, ולעניות דעתי התשובות שהוצעו כאן אינן מספקות.

רק אעיר שלאחר שהצעתי את העניין ביצהר, נענה אחד משומעי השיעור ואמר "אהה, זה באמת מסביר הרבה דברים..."
ובענין אפילו שיחתן ובדיחתן צריכה לימוד האב איך געקלערט אז אין מס' סופרים שטייט (פט"ו ה"י) אז רובן של ממזרין פקחין ע"ש (וע"ש בנחלת יעקב בשם היפ"מ דהוא מהערמימות שירשו מאביהן לפתות נשים ולהסתיר מעשיהן). און מ'זעהט טאקע אז (אשכנזי'שע) אידן זענען ביי עוורידזש קלוגער. ווי אויך איז דאך דא דעם געדאנק ביבמות עח: אז ממזרא לא חיי ע"ש. און מ'זעהט אז ביי (אשכנזי'שע) אידן איז דא א העכערע ריזיקע פון (געוויסע) קראנקייטן (זעה אויך דעם ארטיקל פון דר. @שלום בערגער אין וועקער 13).

די שאלה איז צי איז מזגם רע, לגבי מדות (ע"ש ביבמות עט.), וואס לפי החינוך (מצוה תקס) איז דאך א ממזר מזגו רע ע"ש. ועיין במס' כלה (פ"א הט"ז) עז פנים רבי אליעזר אומר ממזר רבי יהושע אומר בן הנדה רבי עקיבא אומר ממזר ובן הנדה ע"ש (ועיין בקידושין ע: לגבי עזות פנים לענין פסול). איז די "עם קשה עורף" ועזין שבאומות ישראל הן (ביצה כה:) א סימן חסרון דא?

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 3:17 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
און דאס מיינט אויך אז נא-מאר כהנים!

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 4:49 pm
דורך הכנה דרבה
מי אני האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 10:22 amאין מס' סופרים שטייט (פט"ו ה"י) אז רובן של ממזרין פקחין ע"ש (וע"ש בנחלת יעקב בשם היפ"מ דהוא מהערמימות שירשו מאביהן לפתות נשים ולהסתיר מעשיהן)
אויב אזוי איז דאך די אפשיי צו ממזרים נישט מער ווי גוד אלד מארקסיזם, פשוט אומפארגינעריי.

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 4:59 pm
דורך אינטערסאנטער
די גאנצע יסוד פון דעם פותח האשכול איז מיר אומפארשטענדליך, איך האב אויך אמאל געמיינט אז א שיינע פראצענט פון ווייבער האבן צו טוהן מיט אנדערע, למעשה האב איך מיך איבערצייגט (אויף וויפיל עס איז שייך זיך צו איבערצייגן) אז רובא דרובא פרויען טוען דאס נישט.

בקיצור מאן יימר אז מען דארף טראכטן אז מיר זענען אייניקלעך פון א נישטיגע פראצענט מענטשן, אינדערצייט וואס רוב מענטשן האבן געהייראט ערליך און זיך אפגעהיטן.