בלאט 3 פון 5

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 2:01 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארריקט איז דער מענטש וואס וואוינט אין סאן פראנציסקאו און גיבט זיך נישט אן אלס א טרענס.
איך האב די זעלבע מחשבות ווען איך פאר אריבער אין לאוער מאנהעטן און איך זעה א נארמאלע משפחה פון א טאטע, מאמע מיט איין אדער צוויי קינדער. דארט איז דאס נישט די נארמע. דארט זעהט מען עפ"י רוב געי קאפלס למיניהם. לגבט"קיו. אין געוויסע שטעט אין אייראפע ווי בערלין אדער פאריז און אפשר לאנדאן אויך וועט מען שוין באלד קענען זעהן אן אזוי גערופענער מענטש (האמאו סעפיענס. אדער האמאו סעקשועל) גייט אויף די גאס שפאצירן מיט אן אייזל. אדער א פאוני. דאס איז זייער בן/בת זוג...!

דער פסוק ביים דור המבול איז שוין ליידער מקויים געווארן...מכל אשר בחרו...(עיי' פי' רש"י)

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 2:17 am
דורך וואלווי
אפ"ה שטייט אז לא נחתם דינם אלא על הגזל. וואס מענטשען טוען צווישען זיך איז גאט'ס ביזנעס, אבער רעכטן טאר מען פון קיינעם נישט גזל'ן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 8:32 pm
דורך שאלתיאל
מיין פראבלעם איז נישט מיט פעמיניזם און נישט מיט טרענסדזשענדעריזם, פון מיין זייט אידענטיפיציר זיך אלץ א קאץ, וואס גייט מיך עס אָן? ''לעב און לאז לעבן'' איז ביי מיר א פעיר מאטא אין איך גלייב שטארק אין דעם (טראץ וואס רעדן איבער אלגעמיינע וואליוס איז נישט אפגעפרעגט). דער פראבלעם איז ווי @אלע צוזאמען האט ארויסגעברענגט: גרויסע חלקים פון די ליבעראלע לאגער געפינען זיך שוין לאנג נישט ביים ''לעב און לאז לעבן'' נאר ענדערש טיף אריין אינעם ''לעב און צווינג ארויף דיינע משוגעת'ן אויף יענעם'' זאנע. מ'האלט ווירקליך ביי א סיטואציע ווי אנשטענדיגע בירגערס ווערן געפאדערט נאכצוטאנצן יעדן נייע משוגעת וואס קומט ארויס מדי יום ביום. איין ביישפיל מיני אלף: רופן יענעם מיטן Pronoun געוואנדען אין וועלכע זייט יענער איז אויפגעשטאנען (אפילו אויב די רעדע איז פון 5 יעריגע חסר דעה!). והיה און ער וועט עס נישט טון וועט ער אגרעסיוו צוטרויטן ווערן דורך בראווע ליבעראלען וואס געפינען זיך אין א טאנטרום קאמפיין צו פארעכטן די וועלט און איר אויסרייניגן פון יעדער וואס האלט אנדערש ווי זיי. דאס זענען נישט ליבעראלן דאס זענען געהעריגע באלשעוויקן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 3:50 pm
דורך אלע צוזאמען
פאר די לינקע בתוכנינו וואס רעדן זיך איין אז א זכר קען ווערן א נקבה אדער פארקערט, האב איך געטראכט וואס גייט זיין אויב א מיידל וואס איז די עלטסטע מאכט אפ אז זי איז א אינגל ביי די 25, ווערט די טאטע מחויב מיט מאכן א פדיון הבן אויף צירוק צו'וועגס? אדער אויב ס'פארקערט, דארף די כהן צירוקגעבן דאס געלט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 4:44 pm
דורך וואלווי
שיינע פורים תורה.

פדיון הבן איז א גזירות הכתוב, ס'האט נישט מיט מענטשליכע געפילן און פארשטאנד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 4:52 pm
דורך היסטאריע
אלע צוזאמען האט געשריבן:פאר די לינקע בתוכנינו וואס רעדן זיך איין אז א זכר קען ווערן א נקבה אדער פארקערט, האב איך געטראכט וואס גייט זיין אויב א מיידל וואס איז די עלטסטע מאכט אפ אז זי איז א אינגל ביי די 25, ווערט די טאטע מחויב מיט מאכן א פדיון הבן אויף צירוק צו'וועגס? אדער אויב ס'פארקערט, דארף די כהן צירוקגעבן דאס געלט?
דער גרעסערע שאלה, אויב א מיידל ווערט א זכר, ווען מען דארף מאכען דער ברית, אכט טעג דערויף, אדער תומ"י, אזוי ווי א עבד וואס מען קויפט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 5:26 pm
דורך וואלווי
היסטאריע האט געשריבן:דער גרעסערע שאלה, אויב א מיידל ווערט א זכר, ווען מען דארף מאכען דער ברית, אכט טעג דערויף, אדער תומ"י, אזוי ווי א עבד וואס מען קויפט.
אכט טעג נאך די אינשורענס קאווערעדזש עפראווד די פראסידזשער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 5:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אלע צוזאמען האט געשריבן:פאר די לינקע בתוכנינו וואס רעדן זיך איין אז א זכר קען ווערן א נקבה אדער פארקערט, האב איך געטראכט וואס גייט זיין אויב א מיידל וואס איז די עלטסטע מאכט אפ אז זי איז א אינגל ביי די 25, ווערט די טאטע מחויב מיט מאכן א פדיון הבן אויף צירוק צו'וועגס? אדער אויב ס'פארקערט, דארף די כהן צירוקגעבן דאס געלט?
די גאנצע קשיא פאנגט זיך נישט אן ווייל היינטיגע צייטן דארף מען מתחילה נישט קיין פדיון הבן ווייל דער כהן אליינס איז אויך נישט מקריב קרבנות, אפשר קען מען זיך אויסלייזן ביי די שומרונים וואס זיי זענען נאך יא מקריב קרבנות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 6:01 pm
דורך סבא דבהתא
מענין לענין האבעך אמאל געהערט פון ראביי דעיוויד ליכטענסטין אז אזא איינער קען דאך נישט מאכן שלא עשני אשה, און ווידעראום שעשני כרצונו מאכט ער דאך אויך נישט, ער איז דאך מער נישט קיין פרוי... ער דארף מאכן ברוך אתה ה'... שהפכני כרצונו.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 6:25 pm
דורך אלע צוזאמען
אז די רעדסט פון הלכה, איז ביים קבורה נאך די 120 (?) פון די פארטוישטע חברא, גייען אלץ די פרויען חברה קדישא באקומען די פאציענטן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 1:19 am
דורך מרדכי מרדכי
סבא דבהתא האט געשריבן:מענין לענין האבעך אמאל געהערט פון ראביי דעיוויד ליכטענסטין אז אזא איינער קען דאך נישט מאכן שלא עשני אשה, און ווידעראום שעשני כרצונו מאכט ער דאך אויך נישט, ער איז דאך מער נישט קיין פרוי, ער דארף מאכן ברוך אתה ה'... שהפכני כרצונו
שהפכנו רצונו ועשינו כרצוננו.

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די קאנאדישע רעגירונג נעמט צו ירדן פיעטערסאנ'ס לייסענס, דשאו ראוגען איז ווערטערלאז. https://youtu.be/0dqD-MetEnc

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:05 am
דורך אונטער חכם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די קאנאדישע רעגירונג נעמט צו ירדן פיעטערסאנ'ס לייסענס, דשאו ראוגען איז ווערטערלאז. https://youtu.be/0dqD-MetEnc
איך מיין איך הייב שוין אן צו כאפן פון ווי דיין טעאלאגיע קומט...

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:24 am
דורך רביה''ק זי''ע
אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין איך הייב שוין אן צו כאפן פון ווי דיין טעאלאגיע קומט...
תסביר

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 1:32 am
דורך פרנס החודש
ער מיינט צו זאגן אז דו ביסט פארכאפט פון די טריפענע קריטיקל טינקינג, קאממאן קאור, וכדומה.

אויב ירדן פעטערסאן און רביה"ק נוצן די קאפ, מוז זיין אז זיי נעמען עס פון די זעלבע פלאץ, דהיינו די קאפ.

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 3:21 am
דורך אונטער חכם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:תסביר
דאכט זיך אז ירדן'ס מהלך אין די תורה איז ענליך צו דיינע. פארשטייט זיך ער קומט פון א פארקערטע פרעספעקטיוו, דו רעדסט מיט מאמינים און ער רעדט מיט אפיקורסים, אבער עטץ קומטס ביידע אן צו די זעלבע פלאץ.

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב נישט געואוסט אז פיטערסאן האט עפעס אן אויסגעבויטע מהלך אין די בייבל, אויב איז דא עפעס אן ענליכקייט צווישן אונז צוויי (מער ווי צווישן סיי וועלכע אנדערע צוויי מענטשן וואס שעפן פון סעקולארע מקורות) איז עס א ריינע צופאל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 8:05 am
דורך רביה''ק זי''ע
וויאזוי די גאנצע דשענדער משוגעת האט זיך אנגעפאנגען.
https://youtu.be/OHE442ISkUU

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:52 pm
דורך שמן למאור
א פראפעסור איז מסביר די נושא פון טרענסדזשענדער.
https://youtu.be/fpGqFUStcxc

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 2:48 pm
דורך סקעפטיקער
שמן למאור האט געשריבן:א פראפעסור איז מסביר די נושא פון טרענסדזשענדער.
https://youtu.be/fpGqFUStcxc
ש'כח פארן צוברענגען, איך פארשטיי נישט עטליכע פוינטס.
1) פארוואס זאגט ער אז ס*ס האט מיט קראמאזאומס, איינער וואס איז XXY און האט איברים פון א מאן און וועט זיך דערקלערן אלס א פרוי גענדער, איז ניטאמאל טרענס, ווייל ער/זי איז קיינמאל קיין מאן געווען?
2) אויב ווייסט מען נאכנישט וואס די ביאלאגי פון גענדער איז, ווער זאגט אז עס עקזיסטירט? אפשר איז עס טאקע בלויז סאועשעל קאנסטראקט? וואס איז עס בכלל? און אפשר טוישט זיך עס יעדן טאג לויט די גיסטע פון א מענטש?
3) נניח אז מיר ווייסן אז עס איז ביאלאגיש, אבער יעצט קען מען עס נאכנישט אידענטעפיצירן אבדזשעקטיוולי און עס איז תלוי בדעת בני אדם, קען מען זיך דאך אוודאי נארן, וואס איז די לאגיק צו אפערירן אפרוחים שלא נפתחו עיניו פשוט ווייל יעצט דאכט זיך אים אזוי? אפשר איז ער ביאלאגיש נישט אזוי? און די זעלבע איז אויך שווער אויב עס איז א סאושאל קאנסטראקט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:25 am
דורך מי אני
1). וואס דו פרעגסט איז אז ממבט פונעם דזשענאָטייפּ איז איינער וואס האט ל״ע קליינפעלטער סינדרוֺים איז נישט אזוי מבורר זיין ס*קס, וממילא איז ״טרענס״ פון וואס? אבער ממבט זיין פענאָטייפּ, והיינו ווי אזוי די כאראקטעריסטיקס קומען ארויס איז, ווען ער האט איברי זכרות (שוואך, אבער דאך) וואס זענען ניכר, יא שייך ״טרענס״ צו נקיבה.

2-3). דאס איז גאר נאנט, אויב נישט ממש, א פאָלאָסי פון קאַמפּאַזישאן: אויב ווייסט מען נישט לגבי די פרטים, ווייסט מען דאס נישט לגבי הכלל כולו. עס איז טאקע גאר שווער צו דיסענטענגלען פון סתם סאציאלע ראלעס, איז עס אבער דאך דא בתוך ניוּרעלאגיע ממש. והיינו, אז אסאך דזשענדערד בּיהעיוויארס זענען עוואלוציאנעריש פּראגראמד מכח די פענאָטייפּיק פיזיאלאגישע חילוקים בין זכר לנקיבה. מ׳קען טאקע זאגן אז די פיזיאלאגישע חילוקים האבן געברענגט (פּראָטאָ-)סאציאלע ראלעס ביי די פריערדיגע (פּראָטאָ-)מענטשן און דאס האט געהויבן זייער פיטנעס, וממילא געווארן סעלעקטעד פאר. עכ״פ די ברייטע סארט חילוקים בבּיהעיווארס (כעין aggression על הכלל כולו, וכדומה) איז לכאורה כהיום שוין פּראגראמד מכח די דזשיִנס גרידא. (וכמובן זענען אסאך חילוקים, לדוגמא, די סארט קליידער א זכר צי נקיבה גייען מיט, ריין מכח יעצטיגע (מיינענדיג, די לעצטע פאר טויזענט יאר) סאציאלע ראלעס.)

וסמך לזה קען מען זעהן ביי אונזערע עוואלוציאנערישע קרובים, די פּריימעיטס, און די חילוק ביניהם על הכלל בין זכר לנקיבה אין זייערע סארט דזשענדערד בּיהעיוויארס (בתוך זייער ״סאציאלע״ אויסשטעל און ״ראלעס״).

ווען און אויב צו אפערירן וכדומה, ווענדט זיך אין דעת וכו׳ און אין אסאך פאקטארן, און איז אלעמאל אטאמאטיש אַן אינדיווידואלע קעיס-ביי-קעיס בּעיסיס.

אגב, פון א סייענטיפישן מבט איז נישט אזוי פשוט צו זאגן אז ס׳איז אומ-יושר אז טרענס-פרויען שפילן קעגן סיס-פרויען ביי ספּאָרטס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:43 am
דורך סקעפטיקער
מי אני האט געשריבן:1). וואס דו פרעגסט איז אז ממבט פונעם דזשענאָטייפּ איז איינער וואס האט ל״ע קליינפעלטער סינדרוֺים איז נישט אזוי מבורר זיין ס*קס, וממילא איז ״טרענס״ פון וואס? אבער ממבט זיין פענאָטייפּ, והיינו ווי אזוי די כאראקטעריסטיקס קומען ארויס איז, ווען ער האט איברי זכרות (שוואך, אבער דאך) וואס זענען ניכר, יא שייך ״טרענס״ צו נקיבה.

2-3). דאס איז גאר נאנט, אויב נישט ממש, א פאָלאָסי פון קאַמפּאַזישאן: אויב ווייסט מען נישט לגבי די פרטים, ווייסט מען דאס נישט לגבי הכלל כולו. עס איז טאקע גאר שווער צו דיסענטענגלען פון סתם סאציאלע ראלעס, איז עס אבער דאך דא בתוך ניוּרעלאגיע ממש. והיינו, אז אסאך דזשענדערד בּיהעיוויארס זענען עוואלוציאנעריש פּראגראמד מכח די פענאָטייפּיק פיזיאלאגישע חילוקים בין זכר לנקיבה. מ׳קען טאקע זאגן אז די פיזיאלאגישע חילוקים האבן געברענגט (פּראָטאָ-)סאציאלע ראלעס ביי די פריערדיגע (פּראָטאָ-)מענטשן און דאס האט געהויבן זייער פיטנעס, וממילא געווארן סעלעקטעד פאר. עכ״פ די ברייטע סארט חילוקים בבּיהעיווארס (כעין aggression על הכלל כולו, וכדומה) איז לכאורה כהיום שוין פּראגראמד מכח די דזשיִנס גרידא. (וכמובן זענען אסאך חילוקים, לדוגמא, די סארט קליידער א זכר צי נקיבה גייען מיט, ריין מכח יעצטיגע (מיינענדיג, די לעצטע פאר טויזענט יאר) סאציאלע ראלעס.)

וסמך לזה קען מען זעהן ביי אונזערע עוואלוציאנערישע קרובים, די פּריימעיטס, און די חילוק ביניהם על הכלל בין זכר לנקיבה אין זייערע סארט דזשענדערד בּיהעיוויארס (בתוך זייער ״סאציאלע״ אויסשטעל און ״ראלעס״).

ווען און אויב צו אפערירן וכדומה, ווענדט זיך אין דעת וכו׳ און אין אסאך פאקטארן, און איז אלעמאל אטאמאטיש אַן אינדיווידואלע קעיס-ביי-קעיס בּעיסיס.

אגב, פון א סייענטיפישן מבט איז נישט אזוי פשוט צו זאגן אז ס׳איז אומ-יושר אז טרענס-פרויען שפילן קעגן סיס-פרויען ביי ספּאָרטס.
זייער קלאר.
אויב א גרויס חלק פון די חילוקים זענען זיכער סאציאל, קומט אויס אז למשל אויב א מאן פילט אז ער וויל סאציאל זיין ווי די פארקערטע גענדער, מיינט נאכנישט אז ער איז טרענסגענדער, אפשר נאר די סאציאלע חלקים איז באמת וואס אינטערסירט אים און ביאלאגיש איז ער מאסקולין.
נאכאלס באדערט מיר, וואס איז די ענין פון די אפארציעס, הארמאנען, א.א.וו. וואס מאכט דאס אויס? אדרבה מיר דארפן אנהויבן אנערקענען אז אפילו איינער וואס זיין פענאטייפ און גענאטייפ איז ווי א מאן, קען מיט זיין ביאלאגישע חלק פון התנהגות זיין ווי א פרוי. אויסערליך טוישן זיין פענאטייפ איז ממש די היפך פונעם ציל?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:19 pm
דורך מי אני
ווי איך האב געזאגט איז דאס טאקע בהכרח קאמפליצירט און אָנגעוואנדן אין אסאך פאקטארן (המקושרים זה עם זה). אזויפיל יא, אויב איז דא א סמך לומר אז, למשל בתוך דעם געבוירענער זכר׳ס (ניוּראלאגישע) ביאלאגיע זענען פארהאן נקיבה׳ישע שטריכן, און דאס איז אויף גענוג א גרויסע פארנעם אז דאס איז פועל אויף דעם מענטש׳נס סייקי ממש, און זיי זענען פולקאם ביים דעת, איז דאן פארשטענדליך אז זיי זאלן וועלן טאקע ברענגען דעם פענאָטיפּישן אויסשטעל פון זייער פיזיאלאגיע אין איינקלאנג דערמיט.

ווען עס איז טאקע אך ורק נאר די סאציאלע חלקים/ראלעס ממש, איז דאן יתכן לומר אז עס איז טאקע נישט פועל אויף זייער סייקי אזוי, און די סארט וועלן טאקע דערפאר נישט נעמען דעם שריט אויף אזוי ווייט צו אפערירן וכדומה. זיי וועלן זיך לכאורה באגנוגען מיט דרעג וכדומה. אין אנדערע ווערטער, עס איז יתכן לומר אז וויבאלד זיי זענען גרייט אונטערצונעמען דעם שריט אויף אזוי ווייט זיך צו אפערירן (אָננעמענדיג אז זיי זענען ביים דעת), איז פון דעם אליינס לכאורה א ראיה אז די נטייה איז טיפער ווי סתם נאר סאציאלע ראלעס. וכזה:
~ביאלאגיש ← ~אפערירן/הארמאנען

וממילא איז איר קאנטרעפּאזעטיוו:
אפערירן/הארמאנען ← ביאלאגיש

התנצלות: איך בין נישט באהאווענט אין די נושא.