בלאט 3 פון 5

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2018 11:23 pm
דורך לבי ובשרי
קורקלענד האט געשריבן:יואל ראטה אין א ניגון אויף זיין טעיפּ זאגט יא אז ער האט עס געזאגט.......

אוי ביי די פיאות וועל אים ארויסציען פון שאול תחתית....

Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 12:14 am
דורך גר ותושב
קורקלענד האט געשריבן:יואל ראטה אין א ניגון אויף זיין טעיפּ זאגט יא אז ער האט עס געזאגט.......


לבי ובשרי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:יואל ראטה אין א ניגון אויף זיין טעיפּ זאגט יא אז ער האט עס געזאגט.......

אוי ביי די פיאות וועל אים ארויסציען פון שאול תחתית....

עס האט גארנישט צוטוהן מיט ווי לאנג די פיאות איז.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 1:47 am
דורך לבי ובשרי
דאס מיינט נאכנישט אז רבי נחמן האט דאס קיינאמל געזאגט

Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:26 am
דורך גר ותושב
לבי ובשרי האט געשריבן:דאס מיינט נאכנישט אז רבי נחמן האט דאס קיינאמל געזאגט

דאס וואס די האסט מעורר געוועין אז מען דארף לאנגע פיאות דאס האט ער נישט געזאגט.
ועוד ער האט נישט געזאגט פון גהינום נאר פון שאול תחתית ואידך זיל גמור.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:34 pm
דורך היכי דמי
46B0DD9E-2C33-49D9-BC0B-46A3F4FE3BEA.jpeg

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:35 pm
דורך היכי דמי
א שיינע שטריימל זיך איינגעקויפט לכבוד יום טוב.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 11:39 am
דורך שלמה המלך
היכי דמי האט געשריבן:א שיינע שטריימל זיך איינגעקויפט לכבוד יום טוב.

ספאדיק כצ"ל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:51 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס איז מיט די גלעזער זיינע? מאדנע האט נישט קיין שיעור?
און אגב, איך פארליר שוין באלד חשבון פון וויפיל פאר ברילן דער האט האט געטוישט אין די לעצטע פאר יאר, מסתמא עטליכע הונדערט שטיק...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:11 pm
דורך מרדכי ישראל
ביי וועלכע נומבער האסטו אויפגעהערט ציילען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:58 am
דורך פרישע נייעס
איך מיין די איינציגסטע זאך וואס מען קען זאגען אויף ליפא איז סתם אז ער האט געכאפט א געזינטע 40 פלו אין וויבאלד ער איז אזוי פאפולער האלט עס די גאנצע וועלט מיט
(אגב ווער איז געווען די ערשטע צו כאפען די 40 פלו?
ר' עקיבא)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 5:35 pm
דורך היכי דמי
א הערליכע און הארציגע שמועס די וואך אין די עמי מאגאזין מיט ליפא.

איינער האט עס געליינט דא? וואס זאגט דער עולם?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 6:59 pm
דורך מרדכי ישראל
היכי דמי האט געשריבן:א הערליכע און הארציגע שמועס די וואך אין די עמי מאגאזין מיט ליפא.

איינער האט עס געליינט דא? וואס זאגט דער עולם?

שיק מיך עס וועל איך עס ליינען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:02 pm
דורך מיימון
וואס גייט פאר מיט ליפא? דאס

Screenshot_2018-12-09-19-56-51.png


און מיט אסאך אנדערע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דו ווייסט פאר א פאקט?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:48 am
דורך בן ישי
אן אפענע בריוו צו ליפא שמעלצער

דורך: ארי ווייזער
געשריבן דורך א שרייבער וואס וויל פארבלייבן אנאנים, און טיילט מיט זיינע ווערטער דורך די שפאלטן פון אידישער ווינקל
ליפּא, וועלקאָם בעק! דו האָסט נישט קיין אַנונג מיט וואָספאַראַ עקסייטמענט איך שרייב די ווערטער. מ’קען ממש זאָגן די ווערטער וואָס יעקב אבינו האָט געזאָגט פאַר יוסף הצדיק “ראות פניך לא פיללתי”, כ’האָב נישט געגלייבט אַז איך וועל נאָך זעהן דיין פּנים.

דאָס איז נישט קיין הייפּערבולי, נאָר איך מיין עס זייער ערנסט. ס’האָט מיר געציפּט ווען דו ביזט אַוועקגעגאַנגען, און איך האָב געהאַט אינגאַנצן אויפגעגעבן אויף דיר, פּשוט ווייל אַזוי איז מיר געווען גרינגער אָנצוגיין, נישט צו דאַרפן טראַכטן אַז אפשר וועסטו נאָך צוריקקומען. אָבער ביזט דאָ צוריק! וועלקאָם בעק!

איך בין געווען פון דייינע ערשטע “פענס”. וויאַזוי ווייס איך דאָס? ווען “שמע” איז אַרויסגעקומען, בין איך געווען א בחור’ל און כ’האָב עס געקויפט. איך בין ממש “געגאַנגען ניסלעך” ווי מ’זאָגט פאַר די גראַמען. די האַרציגע ניגון “שמע ישראל”, “די העכסטע תפילה, יום כיפּור ביי נעילה, מ’שרייט די לעצטע שעה!”. ווער רעדט נאָך פון די משלוח מנות ניגון, פונעם צדיק אין קעלער, “ס’איז אומדערטרעגליך, פאַר אונז נישט מעגליך, זיך האַלטן אין מצב דעם שווערן! מיר בעטן דעריבער, ס’גיסט זיך שוין איבער, דיין וועלטעלע פול מיט טרערן!”.

הקיצור. איך האָב געשמועסט דעמאָלט מיט עטליכע חברים אין ישיבה און זיי געזאָגט איבער דעם נייעם זינגער ליפּא שמעלצער. כ’האָב געברענגט פאַר איינעם פון זיי דעם טעיפּ, נאָך געווען אין קאַסעטע פאָרעם, און יענער האָט עס אויסגעהערט און אַוועקגעמאַכט. יענער איז היינט פון די גרעסטע קאָמפּאָזירער און מוזיק מבינים ביים היימישן עולם! מיי פּוינט איז אַז איך האָב פאַרשטאַנען צו דיר, אפילו ווען די מבינים האָבן דיר אַוועקגעמאַכט…

אַלבום נאָך אַלבום בין איך ממש צוגאַנגען פון דיין טאַלאַנט. אַלס ליבהאָבער פון גראַמען און קונצליכע ווערטער-אויסלייג, בין איך געשפּרונגען מיט יעדע שורה. די איסורים, חרמים, קאַנצערטס, אַרויף און אַראָפּ, איך האָב דאָס גאָרנישט מיטגעהאַלטן, נאָר פּשוט געקויפט יעדעס יאָר די פרישע סידי און געדאַנקט אַז אידישע היימישע מוזיק האָט אַזאַ איינעם ווי ליפּא שמעלצער. אפילו דאָס וואָס דו האָסט געעפנט די שוהל, האָט מיר אויך נישט געקוועטשט. דו האָסט רעכט צו טאָן וואָס דו ווילסט.

כ’וועל דיר זאָגן נאָכמער, דיין גיין אין קאָלאָמביע יוניווערסיטי האָט מיר אויך נישט געבאַדערט. ביי מיר איז דיין מוזיק טאַלאַנט געווען אַזאַ מתנה, אַז איך בין געווען גרייט צו פאַרקוקן אַסאַך. אָבער ווען ס’האָט אָנגעהויבן אַפעקטירן די קוואַליטעט פון דיינע אלבומס, דעמאָלט האָט עס מיר אָנגעהויבן קרענקען. די לעצטע צוויי אלבומס האָב איך שוין ניטאַמאָל געקויפט, און נאָר אויסגעהערט דאָ-דאָרט ביי אַנדערע מענטשן אין קאַר. מ’האָט קלאָר געקענט שפּירן אַז דו געבסט נישט דאָרטן אַרויס דאָס וואָס דו קענסט און דאָס וואָס דו ביזט גוט פאַר.

ווען די “שני וחמישי” קליפּס האָבן אָנגעהויבן אַרומפאָרן, האָט עס מיר אָנגעהויבן שטעכן אין האַרץ, און דעריבער האָב איך זיך גענומען האַקן אויף דיר געפערליך. איך האָב פאַרשפּרייט שאַרפע בריוועלעך און לענגערע סטעיטמענטס אויף וואַטסעפּ און אַנדערע סאָושעל מידיאַ, וועלנדיג טאַקע ס’זאָל אָנקומען צו דיר. איך האָב געהאַקט און געקנאַקט, געשריבן אַז דו פאַרשפּרייטסט דיעות כוזבות און שרעקליכע כפירה, און אַנדערע שאַרפע לשונות וואָס איך האָב שוין אפילו דערפון פאַרגעסן.

מענטשן האָבן מיר באַשולדיגט אַז איך בין סתם א “העיטער” און “לאָז ליפּא טאָן וואָס ער וויל”. איך האָב באַקומען מעסעדזשעס אַז איך טשעפּע א איד און איך מוז אויפהערן. ס’איז אָבער נישט געווען העיט, נאָר זייער ווייט דערפון. דו האָסט עס דאָס בעסטע אַרויסגעברענגט אין דיין אינטערוויו אין “עמי” מאַגאַזין, אַז מענטשן וואָס האָבן דיר קריטיקירט, איז עס פּשוט געווען א פאָרעם פון ליבשאַפט, פון בענקעניש צו דער עכטער ליפּא, צום היימישן אַמאָליגן ליפּא.

לאָמיך דיר זאָגן, ליפּא: ווען איך האָב געהערט בערך צוויי חדשים צוריק אַז “ליפּא איז בעק”, האָב איך עס נישט געוואָלט גלייבן. כ’האָב געזאָגט ‘לאָמיר זעהן, געב עס א וואָך-צוויי’. נישט ווייל איך האָב נישט געגלייבט, נאָר כ’האָב אַזוי געוואָלט ס’זאָל זיין אמת און נישט געוואָלט ווערן אַנטוישט צו הערן אַז ס’איז נישט אמת. יעצט אַז איך זעה אַז ס’איז אָפיציעל, שפּרונג איך ווי א “יוניקאָרן-געביסענער” און איך שריי “ליפּא איז בעק!!!!!”.

דו ווייסט נישט ווער איך בין. דו האָסט נישט געוואוסט ווער איך בין, ווען דו האָסט געליינט מיינע קריטיק מעסעדזשעס וואָס האָבן געהאַקט אויף דיר, און אויך יעצט ליינענדיג דאָס, ווייסטו נישט ווער איך בין. איך בין טאַקע נישט פון די פּובליק פיגורן וואָס האָבן אַרויסגעהאָלפן אין דיין “קאָמבעק”, אָבער שטילערהייט נעם איך א פּראָצענט קרעדיט… פאַקטיש זאָגסטו אַליינס אַז די קריטיק האָט געווירקט אויף דיר אויף א פּאָזיטיווע פאַרנעם און פאַקטיש האָסטו איינגעזען אַז דיין קליענטעל און פינאַנציעלע סעקיוריטי ליגט אין די חסידי’שע קרייזן, סאָו ערלויב מיר צו נעמען אַביסל קרעדיט…
עניוועי, איך ווייס נישט צי דו באַגרייפסט ווי פרייליך איך בין צו זעהן, יעדע פּאָר טעג נאָך א קליפּ און נאָך א בילד וויאַזוי ליפּא זינגט ביי א חתונה מיט א שוואַרצע רעקל! איך קען קוים וואַרטן אויף די נעקסטע אַלבום! וואַטעווער די שוועריגקייטן וואָס דו ביזט אַריבער ביז אַהער און גייסט אוודאי ווייטער אַריבער, זאָלסטו וויסן אַז איך בין נאָר איינער פון טויזנטער און טויזנטער, וואָס זענען פול מיט עקסטאַז אַז דו ביזט צוריק, און איך האָף אַז דאָס מאַכט דיינע שוועריגקייטן אַביסל גרינגער דורכצוטראָגן.

אונטערגעשריבן: אַנאָנים
https://yiddishevinkel.com/archives/25866

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
כמעט זייער גוט...

עס איז קיינמאל נישט דא קיין אויסרייד אויף באשמוצן א מענטש אויף סאציאלע מידיא, אינטערסאנט אז דאס איז געשריבן געווארן דורך דעם סאושעל מידיא בוליאינג מיליטאנט... נעם נישט קיין קרעדיט אויף ליפא'ס ריטורן, איך האב פערזענליך געשמועסט מיט ליפא עטליכע וואכן נאכן צוריקקומען און ער האט מיר געזאגט אז די אלע וואס האבן אים געשענדעט און באשמוצט האבן אים מער און מער אויפגערעגט נאר וואס דען, ער האט פארשטאנען אז ער טרעט זיי אויפן הינעראויג און ער האט אויך געוואוסט אז ווען ער האלט זיך ווען אין די ראמען וואלט מען עס נישט געטון, הייסט אז כלל ישראל האט נישט מלחמה געהאלטן מיט ליפא נאר מיט ליפא'ס מהלך.

ליפא איז א מענטש וואס האט סורווייווט פרעשור פון די חרדישע קאמיוניטי און טאקע, ער האט צוריקגעפייט טיילמאל ווי א קינד אבער דאס מיינט נאכנישט אז דער וואס האט באשמוצט וועט נישט אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע זאך וואס ליפא האט געדראפט מחמת די באשמיצונגען.

ער האט זיך געלאזט הערן זייער הויעך און אריינגעקומען ווי כאילו עס קראצט אים נישט אבער אונטער די אלע שטארקקייטן האט זיך באהאלטן א ריינע איידעלע נשמה וואס האט אייביג געלעכצעט צו גאט און זיין תורה.

און צו דעם אנאנימער שרייבער וואלט איך גע'עצה'ט נישט צו נעמען קרעדיט נאר טון די ריכטיגע שריט און איבערבעטן ליפא'ן.

אבער איבעראלעם איז דער פונקט פון זיין בריוול אקצעפטירט און אינדארסירט דען יעדער איינער האט געווארט אז ליפא זאל צוריקקומען ווייל חוץ פון געציילטע פארקויפט נישט די היינטיגע חסידישע מוזיק אינדארסטרי גארנישט ...

אין אנדערע נייעס ליפא לאזט לופטערן א נייע ניגון

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 8:47 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 6:42 pm
דורך שקד
למעשה איז זיין חזרה בתשובה געווען נאר לפנים, אז מ'זאל עהם אנהייבן נוצן, ווייל ביי די האלבע יודען איז ער געווען אויסגעשפיגן.

כ'מיין אז ער קען שוין אראפנעמען די מאסקע, ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, וועט געוואויר ווערן זייער שנעל אז לא דובים ולא יער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 8:40 pm
דורך היכי דמי
שקד האט געשריבן:למעשה איז זיין חזרה בתשובה געווען נאר לפנים, אז מ'זאל עהם אנהייבן נוצן, ווייל ביי די האלבע יודען איז ער געווען אויסגעשפיגן.

כ'מיין אז ער קען שוין אראפנעמען די מאסקע, ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, וועט געוואויר ווערן זייער שנעל אז לא דובים ולא יער.


ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 8:59 pm
דורך שקד
היכי דמי האט געשריבן: ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?

סרסהו ודרשהו..
ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, אז ער וועט אראפנעמען די מאסקע, וועט מען שנעל - זייער שנעל זען דעם ווארהייט..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:40 am
דורך היכי דמי
שקד האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן: ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?

סרסהו ודרשהו..
ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, אז ער וועט אראפנעמען די מאסקע, וועט מען שנעל - זייער שנעל זען דעם ווארהייט..


איך כאפ נישט וואס דו צילסט דא. ביזט אריינגעקומען אין א ״גרינעם דינסטאג״ אין א פארשלאפענע אשכול ווי די לעצטע מודעה איז איבער צוויי חדשים צוריק, און געשאסן א סטעיטמענט וואס מאכט נישט קיים סענס.

איך גיי נישט אריין קריכן אין ליפא׳ס קישקעס, אפילו איך גלייב אז איך גיי דארט טרעפן בעסערע זאכן ווי ביי דיר, אבער דאך איז עס נישט מיין דזשאב צו אריינגיין אין יענעמס לעבענס-שטייגער.

ביזט אריינגעקומען איבער 8 חדשים נאך זיין יו -טורן, און דו זאגסט אז עס גייט נישט אנהאלטן צו לאנג, כאילו מען כאילו מען האלט דא די ערשטע וואך. און דו שרייבסט נאך מער, אז עס גייט נעמען זייער שנעל ביז ער גייט אראפנעמען די מאסקע. און עס מאכט פשוט נישט קיין סענס לויט וויאזוי עס קוקט אויס אין רעאליטעט.

א פאבליצירטע טראסקע, פון אן אוי עקזיטירטע מאסקע.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 9:33 am
דורך איסר האטלקי
היכי דמי האט געשריבן:
איך גיי נישט אריין קריכן אין ליפא׳ס קישקעס, אפילו איך גלייב אז איך גיי דארט טרעפן בעסערע זאכן ווי ביי דיר, אבער דאך איז עס נישט מיין דזשאב צו אריינגיין אין יענעמס לעבענס-שטייגער.

ביזט אריינגעקומען איבער 8 חדשים נאך זיין יו -טורן, און דו זאגסט אז עס גייט נישט אנהאלטן צו לאנג, כאילו מען כאילו מען האלט דא די ערשטע וואך. און דו שרייבסט נאך מער, אז עס גייט נעמען זייער שנעל ביז ער גייט אראפנעמען די מאסקע. און עס מאכט פשוט נישט קיין סענס לויט וויאזוי עס קוקט אויס אין רעאליטעט.

א פאבליצירטע טראסקע, פון אן אוי עקזיטירטע מאסקע.

פאר אייער אינפארמאציע, די מאסקע איז שוין לאנג אראפ, אויב ער האט בכלל אנגעטון איינס אויסער זיין שטריימל....

איך זוך נישט צו רעדן לשון הרע ברבים, אבער באישי וועל איך מיך ווארשיינליך נישט קענען איינהאלטן....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 10:41 am
דורך אישתישבי
איך בין זיכער אז ליפא קען נישט שלאפען ביינאכט אויס פחד פין דעם גרויזאמען איטאליענער.