שמעקעדיג האט געשריבן:איינציג, איך בין זייער סארי אבער איך האב מורא אז דו ביסט דער וואס פארשטייט נישט דעם ענין. דו זעהסט נישט נאר שווארץ אדער ווייס. א קלוגער איד ווי דו דארף קענען מחלק זיין.
אפתח פי במשל, א נארישער משל נאר כדי צו מאכן די זאך קלארער. אין א שטאט זענען אסאך הייזער געווען פארפעסטיגט מיט א מסוכנ'דיגער באשטאנדטייל, ווי אסבעסטאס אדער LEAD. עס האט ליידער געשאדט פאר אסאך איינוואוינער. דער עולם האט גראדע אונטערן באוואוסטזיין געוואוסט דערפון, אבער מחמת איזה סיבה האט מען איגנארירט דעם יסוד הדבר, צי מען האט נישט געוואוסט פונקטליך, צי מען האט זיך איינגערעדט אנדערע סיבות פארוואס מענטשן פאלן אוועק, אבער קיינער האט נישט געוואוסט קלאר און דייטליך. ויהי היום, איינער פון די גרעסטע רוצחים פון א שכינות'דיגן שטעטל איז אריינגעקומען אין שטאט, און אנגעהויבן ליארעמען אז די הייזער זענען אין א סכנה, און מען מוז עס זאפארט רייניגן. און וועמען דער רוצח האט חושד געווען אז זיין הויז איז נישט ריין פון דעם סכנה'דיגן מאטעריאל האט ער געשאסן צום טויט. דער עולם האט זיך 'אויפגעוועקט' צום סכנה, און מען האט אנגעהויבן רייניגן די הייזער מיט'ן פולן טעמפא, און דאס האט למעשה אפגעראטעוועט אסאך מענטשן פון א שרעקליכן טויט.... יעצט קיינער זאגט נישט אז דער רוצח איז א צדיק. ער בלייבט א פארפיינטעטער רשע ורוצח, אבער די קרעדיט קומט אים פאר'ן אויפוואכן דאס פאלק. דאס מיינט give credit where credit is due, אדער בל' חז"ל "קבל את האמת ממי שאמרו".
לענינינו - נער הייתי וגם זקנתי, כ'האב מיטגעהאלטן טראומעזירנדע ערשטע-האנט געשיכטעס פון קינדער וואס זענען נעבעך געטשעפעט געווארן. עס איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן. וועמען ווילסטו איינרעדן אז עס איז געווען צו וועמען צו גיין. מען זאגט אז אין סאטמאר ביהמ"ד הגדול האט ר' יחזקאל שמש ע"ה הי"ד קעהר גענומען, אבער אין עוד מלבדו וואס מען ווייסט. עס איז געוויס נישט אמת אז אלע מלמדים זענען חזירים, ח"ו, איך האב אויך אדורכגעלעבט מיינע קינדערישע יארן און קיין איין מנהל אדער מלמד האט עפעס געטון אומריכטיג. אבער איך ווייס אז עס זענען געווען. און עס איז געווען א הפקר וועלט. מען האט מורא געהאט צו פארציילן, סיי פאר די עלטערן סיי פאר'ן מנהל, און די חלק געוואגטע וואס האבן יא פארציילט האט מען שטיל געמאכט.
זינט דער גיפטיגער נחש בדמות אדם נ"ר איז אריינגעקומען אין בילד, האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן לטובה אין דעם הינזיכט. מענטשן האבן זיך ערוואכט פון זייער שלאף און אנערקענט דעם פראבלעם. היינט זענען דא מוסדות וועלכע רעדן צו די קינדער דערוועגן. עלטערן זענען מער AWARE דערויף און מאכן די קינדער קאמפטעבל צו רעדן דערוועגן אויב ח"ו עפעס פאסירט. מוסדות מוזן זיך מטפל זיין מיט קאמפלעינטס, אניש וועט מקויים ווערן והוקע אותם נגד השמש (אויף דעם איז אויך די סאשעל מידיא אביסל שולדיג....)
אבער איינער האלט דען אז דער נ"ר איז א וואוילער איד? נישט קיין איין נארמאלע ערליכער איד. כו"ע מודי אז ער מאכט בלבולים, רעדט שמוץ וכל דבר אסור וואס א איד טאר נישט הערן, א פראסטער יונג, וכו' וכו'. אבער די קרעדיט בלייבט ביי אים פאר'ן אויפטון וואס ער האט אויפגעטון. מען קען נישט לייקענען אז עס איז אנטשטאנען א געוואלדיגע דורכברוך און פארבעסערונג זינט דער פארשוין איז אריין אין בילד.
איז דיר נאך עפעס שווער?
אויף די אישו איז קיינער נישט מחולק, נאר אויפן מציאות הדברים איז מיין דיון, און לעטס פעיס איט, דער משל איז זייער שיין און איך פארשטיי דיין פוינט, אבער דער נמשל איז כרחוק מזרח ממערב, ווען דער רוצח וואס הרג'עט סתם מענטשן פון די גאס מיט די טענה אז ''ער'' האלט אז זיי זענען די שולדיגע אין דעם פאקט אז די הייזער זענען בחזקת סכנה און דער ציבור איז נתעורר געווארן און ''פאראכטן'' די הייזער, וועט קיין שום בעל שכל נישט ארויס קומען מיט א סטעיטמענט אז יענער איז גערעכט, יענער בלייבט און איז א פאלנער רוצח, און אפילו ווען זיין טענה איז גערעכט איז ער נאך אלץ א פארברעכער און קיין שום נברא וועט עהם נישט געבן קיין שום קרעדיט און נישט זאגן קיין גיט ווארט אויף עהם, און דאס איז אלץ געזאגט געווארן ווען ער האט טאקע בפועל אויפגעטוהן, דא ביי אונזער נושא איז דער מציאות הדברים לגמרי אנדערשט, און דאס צו פארשטיין וואלט וויכטיג געווען איינער זאל ענטפערן אויף מיינע פראגעס, קודם כל, האט זיך ליידער גארנישט געטוישט, ס'זענען דא אביוזערס און חזירים וואס טשעפען ליידער אומשולדיגע קינדער און מען הענדעלט דאס ווייטער פונקט ווי ביז איצט, ס'האט זיך גארנישט געטוישט, לאמיר זעהן, וואס האט מען אמאל געטוהן פאר אן אביוזער און וואס טיט מען היינט? אויב וואלט געווען דער סעלאשן אז יעדן וואס מען איז חושד דארף מען דאס איבערגעבן פאר די פאליציי, און למעשה ווייסט מען טאקע אז די לעצטע יאר האט מען איבער געגעבן 10, 15 צו 20 עביוזערס פאר די פאליציי, דאן וואלט דער נמשל געווען ריכטיג, למעשה האט זיך גארנישט געטוישט, ביז היינט איז דאס געווען א זעלטענע ערשיינונג, (איך מיין צו זאגן אז ס'איז נישט געווען מעשים בכל יום ויום אז מען האט איינעם געכאפט ביי די מעשה) און ביז היינט האבן די עסקנים, רבנים און מנהלים דאס באהאנדלדט קעיס ביי קעיס, יעדער האט זייער גיט געוויסט אז דער פארברעך איז געוואלדיג און דער באשולדיגדיגער דארף באשטראפט ווערן בכל חומר הדין און מען האט זיך פארלאזט אויף די עסקנים וואס באהאנדלען דאס, אצינד איז אקאראט די זעלבע זאך, די אויפוואכונג פון ציבור איז גארנישט אנדערשט געווארן, איך בין א מעורב בין הבריות, איך טרעף מיך מיט מענטשן, איך האב נאכנישט געטראפן קיין קיפקע אידן כאפן א שמועס וועגן די אישו, ווען עס פאסירט א סיטואציע רעדט מען דערפון א טאג צוויי און מען פארלאזט זיך ווייטער אויף די עסקנים, און לכאורה איז דאס דער איינציגער ריאליסטיגער וועג דאס צו באהאנדלען, (אויב האט איר א בעסערן וועג, אדרבה, לאמיר הערן!!!).
איך פארשטיי אז ביי דעם באטרעפענדער איז די אישו פיל ערענסטער און פארווייטוגט, און יא, ער איז בארעכטיגט און אפשר גאר מחוייב צוטון כל מה שביכלתו, און אפשר אפילו אריינמישן די פאליציי, דאס איז א שאלה פאר ערליכע רבנים און יעדער דארף זיך שואל עצה זיין מיט זיין רבי, רב, דיין, צו זעהן וואס ער מעג און וואס ער דארף טון, אבער אין מציאות האט זיך גארנישט "ליידער" געטוישט, דעריבער האב איך געפרעגט וואס דער עולם האלט איז פונקטליך בחזקת עביוזער, און וואס דער עולם האלט דארף מען צוטון מיט א עביוזער, אזא שמועס וועט ברענגען אווערנעס צו דעם נושא, נישט ערגער און ערענסטער מאכן די קרייטיריע און נישט דאס הענדלען מיט כעס און נקמה, ווייל פונקט ווי עס איז זייער ווייטאגלעך אז אזא פעדאפייל דרייט זיך ארום פראנק און פריי און ווערט נישט באשטראפט פאר זיינע חטאים, פונקט אזוי איז זייער ווייטאגליך ווען מען באשולדיגט איינעם סתם ווייל איינער האט באשלאסן זיך נוקם זיין אין זיין מנהל/מלמד און דאס גרינגסטע איז עהם באשולדיגן מיט עביוזד און פעדאפיליע, און שרייטס נישט אויף מיר ווען איך וועל אייך אויסזאגן אז א גרויסער חלק און אפשר גאר רוב פון שמועות און רוממערס אין די ענינים איז סתם מצוץ מאצבע, שקר גמור, א פלעינער עלילת דם, און מען האט שופך דם געווען פאר אומשולדיגע מענטשן על לא עוול בכפם, און נארט אייך נישט, דאס פאסירט ליידער זייער אפט, דעריבער דארף מען זיך צוזאם זעצן רבנים ועסקנים און אויסארבייטן פונקטליכע דרך דאס צו באהאנדלען, און יעצט צו מיין פוינט,
דאס פאסירט ''נישט'', נאר צוליב נ''ר, קיינער וויל דאס נישט טאטשן מיט א 10 פיסיגן פאל, נחום מיט זיין טריפה'נעם שמוציגן פיסק שטערט די מערכה, יעדער שרייט מה לי ולהצרה הזאת, נחום מיט זיין פארדרייטן שכל וועט געוויס האלטן פארקערט ווי איך, און וואס איז דער פועל יוצא דערפון איך וועל ווערן א נואף און א חזיר, זאל א צווייטער דאס הענדלען, דער ציבור כאפט נישט וואס פאר א שאדן דער פערשוין מאכט אן, מען קען קען נישט פירן קיין מערכה ווען ס'איז יסודו שקר, מען קען נישט פירן קיין מערכה ווען די מעטאדן זענען שעדליך, פונקט ווי מען קען נישט אפקלינען א שטאט פון אסבעסטאס און לעד מיט די טענה אז אלע סטיל און אלאמענום פייפס דארף מען ארויסרייסן ווייל עס איז אויך שעדליך, צו פירן א מערכה דארף מען זיין אננעסט און אויפריכטיג, און אויב איז מען פארקערט איז יצא שכרו בהפסידו, דאס איז נאר דער פוינט אז נ''ר האט בכלל נישט אויפגעטון נאר גאר פארדארבן,
אצינד לאמיר גיין איין סטעפ ווייטער, נחום'ס שמוציגער פיסק איז נישט ווייניגער שעדליך פאר די יוגענט פון דעם מאלעסטער, עס איז אסאך מער שעדליך, אפשר נישט באיכות, אבער זיכער בכמות, דער מאלעסטער און אביוזער וועט געוויס נישט אנקומען צו א סאך קינדער, ער לאקערט און צילט אויף א יחיד דא און א יחיד דארט, אמת, יעדער יחיד איז א עולם מלא, און איין קינד איז איין קינד צופיל, און איך טוה נישט ח''ו פארמינערן דעם פראבלעם, אבער דער פאקט איז אז אין א תלמוד תורה פון 3000 קינדער, זענען דא לכל היותר 10-15 אביוזד קינדער (בין איך ראנג? איך האף אז נישט!), אבער דעם חזערישן האט ליין הערן ליידער הונדערטער קינדער און ערוואקסענע אויף איינמאל, דארט הערט מען זיך אן אויף איינמאל גילוי עריות, שפיכות דמים און עבודה זרה, און לית מאן דפליג אז ער האט שוין פארדארבן צענדליגע קינדער און זיי אראפ געפירט פון אידישן וועג, שרייען מאי אהני ליה רבנן, איז ע''ז, פארוואס זאל דער בחור וואס הערט זיין האט-ליין אויפשטיין אינדערפרי און גיין לערנען צו דאווענען, ווען ער קען נאך רח''ל ווערן א רב צו א דיין, און נחום זאגט דאך אז יעדער רב/דיין איז א נואף און א שיגץ, עס טיט זייער וויי, ווי איז דער וויי געשריי?, מען דארף אזא פערשוין עוקר מן השורש זיין, (נישט חלילה פיזיש, וואס איז נישט געזעצליך) אבער מען דארף עהם מרחק זיין ער זאל זיין אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, ב''ה, יעדע ערליכע קהילה האט עהם שוין אויסגעשלאסן פון זייער קהילה, ער האט נישט קיין דריסת הרגל אינערגעץ, קיין איין רב, רבי, אדמו''ר, דיין, וויל מיט עהם נישט האבן קיין שום שייכות, זענען די אלע רבנים טאקע נישט ערליך? ווילן זיי טאקע נישט העלפן אין די מערכה אקעגן אביוזד קינדער? ניין! זיי ווילן זייער שטארק העלפן! זיי פארשטייען אבער קלאר אז ער איז גאר א שטער צו די דאזיגע מערכה, און ער און זיין רעדן איז פיל מער שעדליך ווי די אביוזערס, טראכט אריין, די אביוז און די מערכה דאס צו אויס ראטן איז זייער א ערענסטע מערכה, און מיט שטיצן און פארטיידיגן דעם עוכר ישראל שטערט מען די מערכה.