בלאט 20 פון 23

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:23 am
דורך היכי דמי
הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:45 am
דורך הוגה
היכי דמי האט געשריבן:הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/


ביי בערך 1:15 - 1:17 פיקסט יוסף קרויס גוט צי יואלי ווייס'ן פארן מאכן א ראסיסטישע קאמענט אקעגן שווארצע.

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 2:50 pm
דורך חכמת שלמה
אונז גיימער ווידער זיין אין די נייעס, אין מאמענט, די וואך אי"ה.... ווארט מיט שפאנונג.

קען איינער ברענגען מענדי לעוויס זאך אויף גוגל דרייוו? - איך האב נישט קיין צוטריט צו אינסטגראם. יישר כח.

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 2:51 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/


ביי בערך 1:15 - 1:17 פיקסט יוסף קרויס גוט צי יואלי ווייס'ן פארן מאכן א ראסיסטישע קאמענט אקעגן שווארצע.

אקעי ער האט עם געכאפט ביי א ווארט, הגם עס איז דיבעיטיבל.

מענדי לעווי קומט אריין מיט א קלארקייט און מיט אויפריכטיגקייט און ווייזען אויף פאר די זדאסעף ווי אומגערעכט ער איז מיט זיין העצע קמפיין

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 3:17 pm
דורך נײגעריגער
אָפּגעזען פון יואלי װייס'נס קװאליפיקאציעס אלס אונטערװיוער, מענדי לעװי'ס דיבורים האבן מיר שטארק צושאקלט. אומגלויבליך. מיין הארץ גייט אויס פאר די אלע װאס זענען געבוירן דארט. עיני עיני ירדה מים. ער זעהט אויס צו זיין אין א גוטע\בעסערע מצב אצינד. האפנטלעך איז זיין מאָװי נישט בלויז א דמיון.

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 4:00 pm
דורך סמבטיון
הוגה, דאס האסטו ארויסגענימען פונעם גאנצן שמועס?

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 5:14 pm
דורך הוגה
סמבטיון האט געשריבן:הוגה, דאס האסטו ארויסגענימען פונעם גאנצן שמועס?

וואס זאל איך טון אז פונקט ביי יענע נקודה האביך געדארפט גיין אויף בזיעת אפיך? :-?

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 2:55 am
דורך בת קול
חכמת שלמה האט געשריבן:אונז גיימער ווידער זיין אין די נייעס, אין מאמענט, די וואך אי"ה.... ווארט מיט שפאנונג.

קען איינער ברענגען מענדי לעוויס זאך אויף גוגל דרייוו? - איך האב נישט קיין צוטריט צו אינסטגראם. יישר כח.



צו פארדעקן די לעצטע קידנעפינג?
וואס איז מיט ענק משוגעים?
ענק האבן זיך נאך נישט געלערנט?

7358B72D-9E24-4433-A532-AA98FD03267A.jpeg

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 6:07 am
דורך בן ישי
היכי דמי האט געשריבן:הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/


Wowowo

איך בין באמת נתפעל געווארן פון די שטארקייט פון מענדי לעווי!!

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 6:26 am
דורך berlbalaguleh
איתן האט געשריבן:איינער האט שוין אמאל געזען איין בילד פונעם קבר איש האלוקים בעל חכמת שלמה זצוק''ל ?
אינטערעסאנט מ'האט עהם נישט געלייגט אין קאשוי, נעבן הצדיק ר' משה בער בעק זצוק"ל.

איתן: דער אלטער קאשויער רב, הרב הצדיק ר' רפאל, זצוק"ל איז בכלל נישט געווען הרב משה בער בעק'ס טייפ. איך בין זיין תלמיד. איך האב געלערנט ביי איהם. ער איז געווען א נח למקום ונח לבריות. זיין אהבת ישראל האט געברענט אין איהם. ער האט געוואוסט דעם נאמען און דעם מצב פון א יעדן תלמיד. און זיך באצויגן צו איהם ווי אן אייגענער טאטע.

איך בין אמאל נישט געוען געזונט. כ'בין געבליבן אין דארמיטארי. יענעם אוונט איז די רבי אליינס בכבודו ובעצמו געקומען מיך מבקר חולה זיין. ער האט זיך נאכגעפרעגט אויב איך דארף עפעס...! נאר זיין זון. דער לעצט פארשטארבענער קאשויער רבי... ר' אליעזר חיים ז"ל האט געמאכט דעם רושם פון א קדוש וטהור. ער איז געווען א שלעכטער מענטש, אן אומפארגינער. ער האט זיך (אין זיינע יונגערע יארן) שטענדיג ארומגעריסן מיט די עלטערע בחורים (איך בין נאך דאמאלס, תשכ"ד ) געווען פון די יונגערע בחורים. כמעט א יעדן טאג, ספעציעל אין קעמפ איז געווען קולות וברקים. ס'איז שיער נישט געגאנגען פעטש. אלץ מיט די גרעסערע בחורים...! פלוצלינג איז ער געווארן א קדוש וטהור...! ער איז געווען די גלייכן פון ר' משה בער בעק...!

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 10:34 am
דורך cictim

נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 8:35 pm
דורך חכמת שלמה
אלטער_איד, וואו איז די פיש??

נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 10:09 pm
דורך [NAMELESS]
היכי דמי האט געשריבן:הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/

וויפיל באצאלט מען פארן מאמענט פאר אזוי שיין מיטארבעטן?

נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 10:11 pm
דורך Lesser
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/

וויפיל באצאלט מען פארן מאמענט פאר אזוי שיין מיטארבעטן?

געוואלט פרעגן דאס זעלבע, מיז זיין זיי האבן סיי וואס עפעס אן אפמאך.

נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 1:42 pm
דורך אישתישבי
מען צאלט זיי גארנישט, עס איז סתם טפשות.

נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 3:11 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
cictim האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1GxC52hbDGGXK8iNgq6zaGLjvu1QDY4Fq/view?usp=sharing

כהאב נישט קיין נעוון צו קוקן אזא לאנגע זאך, קען איינער זאגן בקיצור די חידושים וואס מזעט דארט?

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 2:39 am
דורך חכמת שלמה
בקיצור...

1. נעם אוועק דעם רבי'ן פון דארט, וועט די גאנצע זאך צופאלן, אלע וועלן אנטלויפן פון דארט... ער האלט זיי אן מיט אן אייזערנעם פויסט און ער טעראריזירט זיי. איר גלויבט נישט? - פרעגט יאסל וואלדמאן, ער וועט אייך שוין דערציילן.

2. דער רבי איז שוין נישטא? - אה, דער רבי איז נאך פיין געווען. דער זוהן - דער נייער רבי, ער איז דער שלאנג, ער האט געהאלטן זיין טאטע'ן אונטער קאנטראל. דער טאטע איז אפילו נישט געווען אזוי שארף. אלעס איז דער זוהן שולדיג. איר גלויבט נישט? - פרעגט מענדי לעווי, ער וועט אייך שוין דערציילן.

3. דער נייער רבי איז שוין אין טורמע, און אלעס איז נאך אויפן פלאץ? - אה, ס'איז אויך נישט דער היינטיגער רבי... פרעגט נאר נתן... ס'איז ר' מאיר יששכר ראזנער, ער איז דער גאנצער מוח, ער האט געהאט השפעה, סיי אויפן פאריגן רבי'ן און סיי אויפן היינטיגן. די העלבראנץ משפחה איז אפילו נישט געווען דער אמת'ער פראבלעם, ר' מאיר יששכר, ער איז געווען די זאך. ער איז דער פאקטישער פירער און ער האט אריינגעברענגט אלע חומרות און טעראר אויפן פלאץ. נעמט אים אוועק פון דארט און אלעס וועט זיין מסודר. פרעגט נאר איבער נתן וועט איר שוין הערן.

4. ר' מאיר יששכר איז אויך אין תפיסה? - אינאיינעם מיט נאך אפאר חברה פון די פירער פאזיציע? - המם... אנטשולדיגט... ס'איז נישט זיי, ס'איז די וויינגארטן ברידער. זיי זענען די רשעים, איר קענט נישט די משפחה, זיי מאכן אינאיינעם א משפחה'דיגע יד אחת און האלטן טעראריזירט דעם גאנצן שטעטל, אפילו דעם רבי'ן מיט ר' נחמן מאיר יששכר'ן. איר ווייסט ווער זיי זענען? - דאס גאנצע שטעטל ציטערט פון זיי אימת מוות. נעמט זיי אוועק פון דארט און איר וועט זען אז אלעס וועט זיך פון זיך אליין צעגיין, יעדער וועט וועלן אהיימקומען ווי שנעלער, מען וועט זען אז די טעראר איז שוין אראפ פון ארט. איר גלויבט נישט? - פרעגט גרינהוט, ער וועט אייך שוין דערציילן.

5. אלע וויינגארטן ברידער זענען שוין אונטער ארעסט. דער רבי לעבט שוין נישט (אה, ער לעבט נאך יא? - ער מיטן ליובאוויטשער... אבער א מינוט, איך האב געמיינט אז די גבאים האבן אים גע'הרג'עט... כאפ איך נאכנישט פונקטליך וואס דער אמת איז...) , דער נייער רבי איז שוין אויך אוועקגעלייגט, אינאיינעם מיט ר' מאיר יששכר און אלע הויכע שישקעס. די וויינגארטן ברידער זענען אין גואטאמאלע טורמע, און פאר א נויט זיצט אפילו זייער פאטער אין אמעריקע... בקיצור, קיינער איז שוין נישטא. וואס איז יעצט? - פארוואס אנטלויפן נישט אלע פון דארט?

6. אה, איך האב פארגעסן: עפעס א פרוי, חיה שרה מלכה, זי איז די גרויסע טעראריסטקע, זי האלט אלעמען אן ביים קארג, זי פירט דאס גאנצע שטעטל, גיבט מלקות, לייגט אין פריזער, הענגט אויף קינדער, מאכט חתונה קינדער, אלעס מאכט זי. אמת? - זי איז די וואס פירט אן מיט אלע שטיקלעך. בקיצור, זי איז די גאנצע אבן נגף, אויב מען וועט איר אוועקנעמען פון דארט, וועט אלעס זיין בסדר, אלע וועלן פון דארט אוועקגיין. אמת?

גיב מי עי ברעיק... עפנט אייך די אויגן.

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 6:36 am
דורך [NAMELESS]
תכלית מורינו ורבינו חכמת שלמה, ווען איז נעקסט קבלת קהל? (כאפ אריין פאר מען ארעסטירט דיר...)

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 8:12 am
דורך אישתישבי
לגבי זיין תגובה,

קיינער רעדט זיך נישט אין אז די קאלט וועט בטל ווערן דורך די ארעסטען.

דער איינציגסטער וועג עס מבטל צו זיין איז דורך צו נעמען די קינדער, אלע אונטער אכצען, און דער פראבלעם איז אז קיינער וויל נישט נעמען די אלע קינדער און זיך אפגעבן מיט זיי. אפילו די צוויי אין ווילי קומען אהן מיט שווערע כחות.

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 11:01 am
דורך cictim

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 12:55 pm
דורך ליב צו וויסן
אישתישבי האט געשריבן:דער איינציגסטער וועג עס מבטל צו זיין איז דורך צו נעמען די קינדער, אלע אונטער אכצען.


מיט וואס פארא רעכט מעג מען צונעמען יענעמס קינדער???

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 1:20 pm
דורך בת קול
וואס א חילוק אז די יעצטיגע רבי איז אין תפיסה? עס פעלן דען קאלט לידערס וואס פירן פון תפיסה?
קוק נאר וויאזוי וואראן דזשעפס פירט די עפ.על.די.עס פון טורמע מיט א שטארקייט.

למעשה ווילאנג אוריאל גאלדמאן בלייבט דארט וועט עס אנגיין מיט א שטארקייט.
איך גלייב ער איז די לעצטע מאכטפולע שלאנג וואס איז דארט פארבליבן.

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 2:22 pm
דורך סמבטיון
איך בין סתם אזוי אינטרעסירט אביסעל צו הערן איבער דעם גאלדמאן, קען איינער ברענגען אביסעל מער פרטים איבער דעם פערזאן? איך געדענק אים פון די דאקעמענטעריס אויף לב טהור אפאר יאהר צוריק, אבער דעמאלטס האט ער אויסגעזעהן שיין צאמגענימען די בארד געמאכט די פאות שיין געקרייזעלט א מענטשליכע רעקל גאנץ א פעשער מענטש וכו' אבער די לעצטיגע קליפ ווי ער רעד צו דעם ריפארטער אין בבל, איז זיין בארד צישטרויבעלט זיין רעקל מער ווייס ווי שווארץ די פאות פארקניפט און בכלל אויסגעדארט און אויסגעשלאגן, עס לאזט זיך גלייבן אז אדער איז ער דורך א באהאנדלונג דארט, אדער איז ער אליין געווארן מער עקסטרעם? איך בין אביסל צימישט איבער זיין פערזענליכקייט, סאמהאו זעט ער מיר נישט אויס צו זיין אזא אכזר ווי די וויינגארטענס וואס די רציחה שפראצט ארויס פון זייער אויגן ווי אייסעס מיטגלידער. איז ער נאר די פינאנץ מעניסטער דארט?