בלאט 14 פון 23

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 8:05 pm
דורך אישתישבי
חכמת שלמה האט געשריבן:מי שמנבל את פיו מעמיקין וכו'...

אידן, זייט געווארנט.


הער חכמת שלמה
איך פארשטיי נישט וואס איז דא געוועהן ניבול פה!
מיין רעדט א כשר'ע אידישער שידוך פאר דער צייט וואס מען טוט פארברענגען אין עיר הקודש בבל יצ"ו, היות דארט שטעלט מען צו שידוכים פאר אלע מענטשען, פרעג איך ווי א איד, איך וויל א שידוך פאר דער צייט וואס איך בין דארט!!
חתונה האבן איז ניבול פה?
און די וואס ווייסען ווייסן, אז דער רבי דארט האט כסדר חתונה מיט מיידלעך פאר א שטיקעל צייט, און דערנאך, ווען עס ווערט א מדריגה פין לא תמצא חן בעיניו, שרייבט ער א גט פיטורין כדת ארז ולב טהור, און מען שיקט זי צום נעקסטן.
איז אױב די האלסט אז דאס איז ניבול, האסטו מודה געוועהן אז דער רבי איז א מנוול, אםַ כן האב איך א באמבע קשיא, פארוואס ביסטו א חסיד פין א מנוול?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 9:42 pm
דורך real fake news
אויף היברו ויקיפידיה איז "לב טהור" היינט געווען די דריטע "top read"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:53 pm
דורך חכמת שלמה
אישתישבי האט געשריבן:און די וואס ווייסען ווייסן, אז דער רבי דארט האט כסדר חתונה מיט מיידלעך פאר א שטיקעל צייט, און דערנאך, ווען עס ווערט א מדריגה פין לא תמצא חן בעיניו, שרייבט ער א גט פיטורין כדת ארז ולב טהור, און מען שיקט זי צום נעקסטן.


דו האסט דעקונג אויף וואס דו זאגסט, אדער שרייבסט סתם אזוי פון ארבל ארויס, בלבולים ווי די אמאליגע נוצרים אז מען לייגט אריין בלוט אין די מצות?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 6:37 pm
דורך מאן דאמר
דעקונג צו ער האט ווייס איך נישט, אבער פראביר נישט דא מאניפולירן מיט א געשיכטע פון מצות יעצט, דאס אז די גאנצע ענייני אישות ווערט געפירט ביי ענק זייער מאדנע, to say the least, אויף דעים איז דא כמה וכמה עדות מיט ראיות ברורות, ממילא מער נחשד ווי דער איש הממוצע איז ער זיכער.
קיינער האט נישט געזאגט אויפן ברך משה אז ער איז א מנוול, ווידעראום אז ער האט מיליאנען אין די באנק אויף דעים איז ער יא נחשד געוועזן, דעקונג איז נישטא, און זייער מעגלית אז ס׳איז שקר, you get the point

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 9:11 pm
דורך סמבטיון
עס איז מיר אינטרעסאנט, אז קיינער רעדט נישט פון די דאקעמענטרי וואס איינער האט דא אראפגעברענגט די וואך, עס האט מיר געקאסט א שיין פאר טרערן.

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 11:14 pm
דורך אלטער_איד
די מימע וואס האט אים ארויסגעראטעוועט הייסט אורית. איהר פעלט אויך א שרייפעל. און האט פיינט אידישקייט. האמיר היבש גערעדט פאריאר ווען מיר זענען געווען פארנימן מיט די לב תחת פרשה. איך מיין אז דיר חכמת שלומה איז סתם א לץ. ווייל ער ווייסט אז רוב חסידים דרייען זיך נישט אויף די אינטרנעט. און אז ב"ה אידישקייט אין אמעריקע בליעט. אן דעם וואס מען הינגערט אויס מענטשען א.ד.ג. און ווייסט אויך אז אלע וואס קומען ארויס פארציילן פינטקלעך וואס גייט דארט פאר...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 11:14 pm
דורך אלטער_איד
סמבטיון האט געשריבן:עס איז מיר אינטרעסאנט, אז קיינער רעדט נישט פון די דאקעמענטרי וואס איינער האט דא אראפגעברענגט די וואך, עס האט מיר געקאסט א שיין פאר טרערן.
די מימע וואס האט אים ארויסגעראטעוועט הייסט אורית. איהר פעלט אויך א שרייפעל. און האט פיינט אידישקייט. האמיר היבש גערעדט פאריאר ווען מיר זענען געווען פארנימן מיט די לב תחת פרשה. איך מיין אז דיר חכמת שלומה איז סתם א לץ. ווייל ער ווייסט אז רוב חסידים דרייען זיך נישט אויף די אינטרנעט. און אז ב"ה אידישקייט אין אמעריקע בליעט. אן דעם וואס מען הינגערט אויס מענטשען א.ד.ג. און ווייסט אויך אז אלע וואס קומען ארויס פארציילן פינטקלעך וואס גייט דארט פאר...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 2:25 am
דורך טראכטכמוני
הדסים האט געשריבן:איינער ווייסט אויב חכמת שלמה איז לעגיטים?



זיין טעגליין לויטעט ׳צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה׳
כ׳גלייב אז ער מיינט מרמז צו זיין אויף דער רבי דארט וואס דאכצעך זיין נאמען איז געווען שלמה ״ארז״ העלבראנץ.

איך גלייב נישט אז א טראלל וואלט אריינגעלייגט די מוה פאר אזא רמז׳ל, ס׳קוקט ענדערש אויס ווי אן עכטע חסיד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 7:18 am
דורך אישתישבי
חכמת איז א פעיק.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 11:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:חכמת איז א פעיק.

איך וואלט געפרעגט וואס וויל ער אויפ'ן אמת? וואס טרייבט דא צו קומען און שפילען מיט מענטשן? אבער ע"ז כבר אמר הפתגם העממי 'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 7:54 pm
דורך נקודת-אמת
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.

שמעתי מיהודי חסידי מעשה פלא:
א יונגערמאן איז אריבער אמאהל אין א רינדער-שטאַל, בשעת ער באטראכט די קוען,
באמערקט ער ווי דעם ארבעטער דארט האט אריינגעברענגט דאס שענסטע און בעסטע שטרוי אינעם מארק,
אלע קוען האבן זיך גענומען טאנצן און צו-לויפן צום גם תבן גם מספוא, און די שמחה איז געוועהן למעלה ראש.
שטייענדיג אין א זייט, באמערקט ער ווי צוויי ריזיגע אקסן שטייען אזוי גלייך-גילטיג, ווי די גאנצע זאך בארירט זיי ניט אמאהל,
האט ער געקלערט ביי זיך, או-אה, מן הסתמא זענען די צוויי אקסן ספעציעלע בעלי מוחין,
און דאס איז די סיבה פארוואס זיי כאפן נישט קיין התפעלות פון די געלונגענע שטרוי,
אן עלטערער חסיד איז אריבער דארט און ער האט באמערקט ווי דער יונגערמאן ווערט נתפעל פאר די פאר'מוח'עטע אקסן,
האט ער עם געזאגט:
"יונגערמאן, נישט אלע מאהל ווען מ'טאנצט נישט, קומט דאס פון גדלות-המוחין,
צו-מאהל, גדלות-האחוריים לאזט נישט אזוי טאנצן..."
ודפח"ח.

יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס,
אבער אפריון נמטיה לידידינו הוותיק [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וואס האט מיר דערמאנט די עובדה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וכידוע די מעשה פון די צוויי רבנים וועלכע זענען געזעצן אויבנאן ביי א חתונה און מ'האט אריינגעברענגט די גלידה (אייזקרעי"ם באנגלי"ש), איינער האט זיך ווארעם אנגערופן און דעם צווייטן האט עס נישט געפאסט האט ער מקיים געווען דעם משוך ידך הימנה. נאכ'ן זיך אנזעטיגן דאס צונג מיט די זיסע אייזקרעים רופט זיך אייזקריע"ם עסער אן צו זיין קאלעגע אויבנאן זיצער "דו ליידסט אויף גאווה און איך לייד אויף תאווה, וואס איז די חילוק צווישן אונז צוויי? די חילוק צווישן מיר און דיר איז" - האט ער אויסגעפירט במת"ק לשונ"ו - "אז איך האב כאטש געהאט א גוטן אייזקריעם און דו ביזט געבליבן הונגעריג..."

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2020 8:40 am
דורך אישתישבי
נקודת-אמת האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.

שמעתי מיהודי חסידי מעשה פלא:
א יונגערמאן איז אריבער אמאהל אין א רינדער-שטאַל, בשעת ער באטראכט די קוען,
באמערקט ער ווי דעם ארבעטער דארט האט אריינגעברענגט דאס שענסטע און בעסטע שטרוי אינעם מארק,
אלע קוען האבן זיך גענומען טאנצן און צו-לויפן צום גם תבן גם מספוא, און די שמחה איז געוועהן למעלה ראש.
שטייענדיג אין א זייט, באמערקט ער ווי צוויי ריזיגע אקסן שטייען אזוי גלייך-גילטיג, ווי די גאנצע זאך בארירט זיי ניט אמאהל,
האט ער געקלערט ביי זיך, או-אה, מן הסתמא זענען די צוויי אקסן ספעציעלע בעלי מוחין,
און דאס איז די סיבה פארוואס זיי כאפן נישט קיין התפעלות פון די געלונגענע שטרוי,
אן עלטערער חסיד איז אריבער דארט און ער האט באמערקט ווי דער יונגערמאן ווערט נתפעל פאר די פאר'מוח'עטע אקסן,
האט ער עם געזאגט:
"יונגערמאן, נישט אלע מאהל ווען מ'טאנצט נישט, קומט דאס פון גדלות-המוחין,
צו-מאהל, גדלות-האחוריים לאזט נישט אזוי טאנצן..."
ודפח"ח.

יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס,
אבער אפריון נמטיה לידידינו הוותיק [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וואס האט מיר דערמאנט די עובדה.


לכאורה איז די מוסר השכל אז גדלות האחוריים איז א גוטע זאך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2020 12:10 pm
דורך נקודת-אמת
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה איז די מוסר השכל אז גדלות האחוריים איז א גוטע זאך.

דאס האב איך דאך געשריבן
נקודת-אמת האט געשריבן:יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס

:twisted:

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 9:28 am
דורך טיכטיגער
מאמענט מאגאזין האט די וואך א באזוך אין קרית בבל - לב טהור

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 10:43 am
דורך אישתישבי
אין די לעצטע פאר וואכן איז פארגעקומען א שמחה גדולה אין לב טהור, אזש אזאנע שמחה אז אנשים נשים וטף זענען אלע געקומען אין בית המדרש.

וואס איז געשעהן?

אין לב טהור איז זיי נאכנישט געלונגען אריין צובאקומען קיין איין כהן, אלץ איז דארט ישראלים אדער גרים אדער אנדערע פין די עשרה יוחסין, אבער א כהן איז נישטא.

האט זיך געמאכט א פטר רחם און מען דארף דאך מאכן א פדיון הבן האבן זיי באצאלט א כהן א טיקעט זאל קומען פאר דער פדיון הבן. (א חידוש אז דער רבי אליין קען נישט ווערען א כהן און דאס ארלעדיגען).

נו, אז עס איז דא א כהן, האט מען ביים דאווענען געהייסן דער בעל תפלה זאגן כהנים, און דער כהן איז ארויף מאכן נשיאות כפים.

אלע דארפסלייט האבן געהערט אז עס גייט פארקומען א ברכת כהנים וואס זיי האבן נישט כמעט קיינמאל, איז אלץ געגאנגען אין שוהל געבענטשט ווערען פין די כהנים.

א גוט יאר פאר אייך טייערע ברידער אין אמעריקע

נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 10:01 pm
דורך חכמת שלמה
א גוט יאר פאר אייך טייערע ברידער אין אמעריקע.

ווי איר זעט אליין, טוה איך זיך לעצטנס פארמיידן פון שרייבן דא צו אפט. צווישן די הנהלה זענען דא אזעלכע וואס האבן דאס נישט ליב, בשעת אנדערע פון די הנהלה ווילן אז איך זאל דווקא יא שרייבן, איך זוך נישט אריינצושטעקן מיין קאפ דארט וואו ס'פעלט נישט אויס. מיין רצון איז בלויז צו טון גוטס און זיין געטריי, און דער אויבערשטער איז עדות כי לטובה כוונתי. מזמן לזמן שרייב איך יא עפעס, צו האלטן אביסל אינפארמירט דעם עולם. איך גלויב אז דער ציבור דא וויל יא הערן מזמן לזמן וואס עס טוט זיך ביי אונז, און נישט דווקא פון גע'גנב'עטע מקורות וואס כאפן זיך אריין און שרייבן ככל העולה על רוחם, מ'וויל הערן פון איינער פון אינערווייניג, ס'איז א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה.

אגב, די באשרייבונגען וואס זענען לעצטנס געווען אין געוויסע מאגאזינען, וואס איז לאו-דוקא מדויק, איז אנגעקומען צו אונזערע אויגן, מען האט עס דא געליינט, ווער עס האט עס געליינט/

אזוי ווי לעצטנס איז פארגעקומען דא בתוככי קהילתינו בעיר בבל, עטליכע חתונות, און מיר קלערן אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן עולם צו זען די הזמנות, דאס ווארפט אביסל א בליק אריין ביי אונז (מיט אמת'ע אטענטישע דאקיומענטן). איך גלויב אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון.

האט הנאה.

נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 10:07 pm
דורך חכמת שלמה
הזמנה ב

נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 10:08 pm
דורך חכמת שלמה
איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון.

נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 10:41 pm
דורך תרמב
וואס האסטו מורא אז מ’וועט זעהן די נעמען?

נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 10:41 pm
דורך בת קול
איך האב פרובירט באריכטן אייער תגובה און איך בין צופרידן צו זעהן אז איינער האט מיר שוין אויסגעכאפט, און מען האט ב"ה געמעקט.

איר פרובירט ניטאמאל באהאלטן אייער נידריגע בלעקמעיל סטראשעס, און מיר דארפן גלייבן אייער איינוואוינער לעבן נישט אינטער שטענדיגע פחד.

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 1:54 am
דורך moneyminded
חכמת שלמה האט געשריבן:א גוט יאר פאר אייך טייערע ברידער אין אמעריקע.

ווי איר זעט אליין, טוה איך זיך לעצטנס פארמיידן פון שרייבן דא צו אפט. צווישן די הנהלה זענען דא אזעלכע וואס האבן דאס נישט ליב, בשעת אנדערע פון די הנהלה ווילן אז איך זאל דווקא יא שרייבן, איך זוך נישט אריינצושטעקן מיין קאפ דארט וואו ס'פעלט נישט אויס. מיין רצון איז בלויז צו טון גוטס און זיין געטריי, און דער אויבערשטער איז עדות כי לטובה כוונתי. מזמן לזמן שרייב איך יא עפעס, צו האלטן אביסל אינפארמירט דעם עולם. איך גלויב אז דער ציבור דא וויל יא הערן מזמן לזמן וואס עס טוט זיך ביי אונז, און נישט דווקא פון גע'גנב'עטע מקורות וואס כאפן זיך אריין און שרייבן ככל העולה על רוחם, מ'וויל הערן פון איינער פון אינערווייניג, ס'איז א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה.

אגב, די באשרייבונגען וואס זענען לעצטנס געווען אין געוויסע מאגאזינען, וואס איז לאו-דוקא מדויק, איז אנגעקומען צו אונזערע אויגן, מען האט עס דא געליינט, ווער עס האט עס געליינט/

אזוי ווי לעצטנס איז פארגעקומען דא בתוככי קהילתינו בעיר בבל, עטליכע חתונות, און מיר קלערן אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן עולם צו זען די הזמנות, דאס ווארפט אביסל א בליק אריין ביי אונז (מיט אמת'ע אטענטישע דאקיומענטן). איך גלויב אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון.

האט הנאה.
איז דא דארט מיידלעך פאר שידוכים? אפשר קען מען עפעס מאכן שידוכים מיט היימישע בחורים פון ניו יארק

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 8:05 am
דורך גיב א שמייכעל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וכידוע די מעשה פון די צוויי רבנים וועלכע זענען געזעצן אויבנאן ביי א חתונה און מ'האט אריינגעברענגט די גלידה (אייזקרעי"ם באנגלי"ש), איינער האט זיך ווארעם אנגערופן און דעם צווייטן האט עס נישט געפאסט האט ער מקיים געווען דעם משוך ידך הימנה. נאכ'ן זיך אנזעטיגן דאס צונג מיט די זיסע אייזקרעים רופט זיך אייזקריע"ם עסער אן צו זיין קאלעגע אויבנאן זיצער "דו ליידסט אויף גאווה און איך לייד אויף תאווה, וואס איז די חילוק צווישן אונז צוויי? די חילוק צווישן מיר און דיר איז" - האט ער אויסגעפירט במת"ק לשונ"ו - "אז איך האב כאטש געהאט א גוטן אייזקריעם און דו ביזט געבליבן הונגעריג..."

סתם פאר די ידעה שבו ס'איז געווען רבי אביגדור מיללער ז"ל מיט נאך א רב. און ער האט געזאגט פאר יענעם "איך מיט מיין תעיווה האט געהאט צוועי, די מיט דיין געיווע האט ניט געהאט גארנישט!"