בלאט 13 פון 18

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 11:08 am
דורך היסטאריע
ביינינז איז מען אלץ געוואוינט צו זאגן, אז פאר די טובה פין קינד איז נישט גוט מפרסם צו זיין דער זאך. דא איז דא א צעטל פין ר' אהרן פעלדמאן פארקערט.

ווער איז גערעכט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 2:14 pm
דורך יואליש
היסטאריע האט געשריבן:ביינינז איז מען אלץ געוואוינט צו זאגן, אז פאר די טובה פין קינד איז נישט גוט מפרסם צו זיין דער זאך. דא איז דא א צעטל פין ר' אהרן פעלדמאן פארקערט.

ווער איז גערעכט?


פעלדמאן זאגט וואס מענטאל העלטה עקספערטן זאגן. בייניז זאגט וואס איז suspiciously convenient פאר בייניז. דארף מען חוקר זיין ס'ענין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 3:19 pm
דורך כלבאשבוע
IMG_8270.JPG

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 3:33 pm
דורך היסטאריע
ווען מען האט "אויסגעפונען" אז שלמה קאריבלאך איז געוועהן א מאלעסטירער האבן אסאך מאדערנע נישט געזינגען זיינע ניגונים פאר איין יאר. כדי צו ווייזן די קרבנות אז מען פילט מיט.
ביי אונז דא, זעה איך אז מען נעמט אראפ זיינע ביכער נישט צוליב מיטגעפיל וכו', נאר אלץ דער מענטש, מען טאר ביי אונז נישט ליינער בוכער פין א נואף וכו'. ווייל ער איז נישט געוועהן א ערליכער איד.
א קליינע חילוק אבער א גרויסע נפקא מינה.

לדעתי לדעתי וואלט איך געזאגט אז מען דארף ווייטער לייענען זיינע בוכער, א. זיי זענען נישט זיינע מעשות, ב. אפילו אויב יא איז עס גוט. נאר וואס דען? פעלדהיים זאל טוישן דער נאמען, ויקרא שמו בישראל חיים שטינקאוויטש אדער סיי וועלכע אנדערע נאמען.

און באמת, זעה איך נישט פארוואס סיי וועלכע מענטש קען נישט דרוקען זיינע בוכער נאכאמאל. צו וועמען באלאנגט דער קאפירייט?

ב.ד.ווַ . האט ער באמת געהייסן חיים וואלדער, אדער איז עס געוועהן א פענע נאמען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 3:44 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 3:54 pm
דורך היסטאריע
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.


איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 4:29 pm
דורך אברך משי
איך מיין אז [tag]היסטאריע[/tag] איז שוין לאנג נישט אריינגעקומען אזוי קלאר. יעדעס ווארט א פערל!

Keep it up

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 6:12 pm
דורך petrishke
היסטאריע האט געשריבן:ווען מען האט "אויסגעפונען" אז שלמה קאריבלאך איז געוועהן א מאלעסטירער וכו'.

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער שלמה קארליבאך איז קיין מאלעסטער נישט געווען. ער האט אפען און גראד געליבט יעדן יומען ביאינג. ס'נישטא קיינער וואס האט געקלאגט אויף עהם אז ער האט באהאלטענערהייט געלייגט א האנט. און שלמה האט געהאלדזט אפילו א שטונקעדיגער פערזאן פונקט אזוי... הלוואי זאלסטו זוכה זיין צו זיין אונטער די שטויב פון זיינע פוס אין גן עדן!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 6:30 pm
דורך יואליש
petrishke האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:ווען מען האט "אויסגעפונען" אז שלמה קאריבלאך איז געוועהן א מאלעסטירער וכו'.

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער שלמה קארליבאך איז קיין מאלעסטער נישט געווען. ער האט אפען און גראד געליבט יעדן יומען ביאינג. ס'נישטא קיינער וואס האט געקלאגט אויף עהם אז ער האט באהאלטענערהייט געלייגט א האנט. און שלמה האט געהאלדזט אפילו א שטונקעדיגער פערזאן פונקט אזוי... הלוואי זאלסטו זוכה זיין צו זיין אונטער די שטויב פון זיינע פוס אין גן עדן!


און חיים וואלדער האט זיך אפגעגעבן א גאנץ לעבן מיט בויען אידישע קינדער.

אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו? שרייען און קאפן באשאפט נישט קיין מציאות. הער וואס זיין אייגענע טאכטער האט צו זאגן:

https://blogs.timesofisrael.com/my-sisters-i-hear-you/

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 6:43 pm
דורך תוהו ובוהו
petrishke האט געשריבן:זאלסט מיר מוחל זיין, אבער שלמה קארליבאך איז קיין מאלעסטער נישט געווען.

נישט דו און נישט איך ווייסן דאס, ס'דא כמה וכמה פרויען וואס טענה'ן אז יא.
petrishke האט געשריבן:ער האט אפען און גראד געליבט יעדן יומען ביאינג.

כ'מיין אז אין על זה שום חולק, אבער איינס האט [ליידער] נישט מיט די צווייטע (און אפשר גאר היא הנותנת..)
petrishke האט געשריבן:ס'נישטא קיינער וואס האט געקלאגט אויף עהם אז ער האט באהאלטענערהייט געלייגט א האנט.

https://lilith.org/articles/rabbi-shlom ... adow-side/
http://jewishsurvivors.blogspot.com/200 ... hlomo.html
petrishke האט געשריבן:הלוואי זאלסטו זוכה זיין צו זיין אונטער די שטויב פון זיינע פוס אין גן עדן!

אמן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 8:33 pm
דורך petrishke
ראשית זיין טאכטער האט געהערט פון אנדערע זאגן איר טאטע האט עפעס אזוי געטון, און הערשט נאך ער איז נסתלק געווארן, אבער זי האט נישט געוואוסט פון דעם.
שנית, איך אליינס האב גערעדט מיט איינע פון די פרויען וואס האבן גע'טענה'ט אז שלמה האט איר מאלעסטעד, און נאך א שמועס פון צוואנציג מינוט, וואס איך האב איר געקוועטשט מיט קרייץ פראגעס, איז ארויסגעקומען, אז זי האט דעמאלטס נישט געטראכט אז ס'איז ראנג וואס ער האט געטון, אבער יעצט ווען זי הערט וועגן מאלעסטעישן זעט זיך איין אז ער האט איר דאס געטון.

און וואס האט ער געטון אין דעטאלן???
אה, ער האט איר זייער שטארק צוגעדרוקט צו זיך...
און וואס נאך? ער האט איר געקושט זייער שטארק...
און וואס נאך? וואס הייסט וואס נאך? ער האט מיר מאלעסטעד, ער האט מיך מאלעסטעד אז ער האט מיך אזוי שטארק געהאלדזט...

דאס איז וואס איז ארויסגעקומען פון דעם לאנגער שמועס. אבער שלמה איז א מאלעסטער. הלכה פסוקה ואין חולקין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:00 pm
דורך היסטאריע
איך ווייס נישט וואס די האסט גערעדט מיט זי, אבער זעהט אויס וואס די ביסט דיך אליין סותר.

ער האט זי גענוצט עד למעשה, קען זיין אויף א שטיקעל חסידישע בחורישע אופן, אבער גענוג מטיל מום זיין אין דיין קדשים.

עס איז דא א ווערטעל אז אין הימל האט מען גע'פסק'נט אז שלמה מוז מגולגל ווערען אין א מזוזה אויף א מיידל סקול, אלע מיידלעך קישן אים און ער קען נעבעך גארנישט צוריק טוהן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:13 pm
דורך יאסל ראקאווער
לאמיר נעמען א Moment of Silence פאר די פאמיליע פון די ארכי רשע חיים וואלדער וואס האט זיך גענומען דאס לעבן אן געבן closure פאר זיין ווייב, זיינע קינדער און זיינע נפגעים. סארא פחד און שרעק. דאס הארץ רייסט.

*אשתו של חיים ולדר.*
שווה קריאה:

וולדר - זה שם משפחה.
המבט שלי

הי אני האישה.
טרוטת עיניים ושמוטת נפש,
מרימה את הראש לראות היש בעולם שמש,
כזו אשר בכוחה לרפא את הרגש,
זה שנרמס והוטל בו רפש.

המונים מבקשים להגן על הנפגעים והנפגעות,
חרבם דוקרת את מי שלדעתם פגע בקורבנות,
ידם קלה על המקלדת ממלאים טורים ושורות,
הוא בגד, פגע, רצח – יש מלא עדויות.

ואני שואלת את עצמי - האם אזכה למעט הגנה?
מפני גורל אכזר שפגע בנו ללא אבחנה,
אנחנו שם ללא כל רצון או כוונה,
אבלים ופצועים, חושך גם בקצה המנהרה.

גם אם את הגרוע מכל עשה, האם הייתי שותפה?
האם אני לא, נפגעת הזקוקה להגנה?

האם כל מי שבא לביתי,
השפיל קומתו כדי לנגב את דמעתי,
לומר מילה טובה כדי שאולי ואצליח כנפגעת להרים את קומתי,
אין מקומו במרקם החברתי?

לא חטאתי לאיש, לא אני ולא ילדיי,
בהניפכם את החרב, הביטו בעיניי.

לא בשביל עצמי אני מבקשת, גם כך חרב עלי עולמי
אלא בשביל ילדיי ונכדיי, משפחתי וחבריי, נפגעים בעצמם ולא משנה על ידי מי.

לא עושה השוואות מי נפגע יותר, כל נפגע זכאי להגנה
אם אתם חומלים על נשים וילדים, שימרו עלי ועל המשפחה.

לא חטאנו לאיש, בסה"כ מחפשים נחמה.

ואתם המגינים, עצרו את הדהרה, הקדישו מחשבה, האם בכל הרפש אתם משיגים את המטרה?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:42 pm
דורך בן נון
הארצרייסנד ממש ביז טרערן אבער זי זאל פארשטיין אז ווען מען באשייגצט איר מאן מיינט מען נישט איר איעדער פארשטייט אז זי איז א גאר א גרויסע וויקטעם מען באשייגצט עהם פונקט אזוי פאר די רושעות וואס ער האט געטאן צו איר

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 10:00 pm
דורך חסיד פון ליטא
וועם מ'מיינט מאכט נישט אויס, די תוצאה מאכט אויס, מיר האבן אן אחריות איר צו געבן נחמה יעדעס מאל וואס מיר באשמוצן איר מאן, טאמער נישט, זענען מיר חלילה דומה צו איר מאן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 10:36 pm
דורך petrishke
.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 10:59 pm
דורך סמבטיון
סכאפט א פחד צו ליינען אירע ווערטער

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:37 am
דורך שמעקעדיג
petrishke האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:ווען מען האט "אויסגעפונען" אז שלמה קאריבלאך איז געוועהן א מאלעסטירער וכו'.

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער שלמה קארליבאך איז קיין מאלעסטער נישט געווען. ער האט אפען און גראד געליבט יעדן יומען ביאינג. ס'נישטא קיינער וואס האט געקלאגט אויף עהם אז ער האט באהאלטענערהייט געלייגט א האנט. און שלמה האט געהאלדזט אפילו א שטונקעדיגער פערזאן פונקט אזוי... הלוואי זאלסטו זוכה זיין צו זיין אונטער די שטויב פון זיינע פוס אין גן עדן!

איך בין נישט געווען זיכער דערין, אבער אז דו שרייבסט עס מיט באלד אותיות, ווי אזוי קען איך דען מחולק זיין.

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 7:25 am
דורך זופ מיט מאנדלען
היסטאריע האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.


איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.

:like :like :like

נקודה בלייבט נקודה, לאמיר אנכאפן א עבודת המידות שיעור פון א פעדאפיל. וואס דאס איז וואלדערס געשיכטע.

Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 7:30 am
דורך ברוינשטיין
עס איז אויך שטארק מעגליך אז דאס איז געווען א לעצטיגע קרענק פון אים, לויט דעם זענען זיינע אלטע ביכער זיכער גוט.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 7:41 am
דורך זופ מיט מאנדלען
די וואלסט געהערט א שלום בית שיעור פון א מעגליכער פעדאפיל?

לאור די איצטיגע אינפארמאציע איז וואלדער לכולי עלמא געווען א ריזן טייל פון זיין לעבן א מעגליכער פעדאפיל.

Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 7:46 am
דורך ברוינשטיין
עס איז פארהאן א חילוק פון חתן מדריך ביז א מעשה דערציילער, אויב ער שרייבט שיינע מעשיות מיט אינהאלטסרייכע סחורה איז נישט עק וועלט דאס צו ליינען, הגם איך קען פארשטיין פארוואס איינער זאל דאס נישט ווילן גיבן פאר זיינע קינדער, צוליב געפילן אדער ווייל עס איז מיסטאָמע דא גענוג פיינע זאכן פון בעסערע מענטשן, אדער ארויסציווייזן סאלידאריטעט פאר די געשלאגענע, אבער שווער צו זאגן אז דאס איז אן אפגעפרעגטע זאך לגמרי, ווייל אויב יא איז מען אויף געבראטענע צרות...

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 7:54 am
דורך זופ מיט מאנדלען
חיים ולדר האט לאו דוקא געשריבן שיינע מעשיות, ער האט אויסגעדמיונט געשיכטעס פון אמתן לעבן און אריינגעלייגט השקפה דארט.