בלאט 11 פון 22

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:23 pm
דורך קאווע טרינקער
דערמאנט מיך פון א שמועס, נאך די פטירה פון דער קלויזעבורגע ראש-הקהל.

יואלי: יא, מ'זעהט דעם יד ה', אלעס האט א חשבון
משה: דהיינו?
יואלי: ער דאך געווען פון די מייסדי ומתקני העירוב
משה: און דו האלסט אז דאס איז אן עונש מן השמים?
יואלי: א שאלה? דער אויבערשטער איז נישט מעניש בחינם
משה: נו, שוין 10 יאר זינט די התייסדות העירוב, פארוואס אזוי לאנג?
יואלי: מיר פארשטייען דען דרכי ה'?!

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
נחמן ע"ה טאנצט איין וואך צוריק פורים תשע"ג


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HBbTSBRwa9g[/youtube]

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:02 pm
דורך יואליש
די ניו יארק טיימס האט געפאוסט די נייעס אויף איר פעיסבוך פעידזש, באגלייט מיט א שווארץ בילד פונעם עולם ביי די לוי', צוויי שווארצע ארונות פאראלאל און סאטמאר רבי מיטן ברוינע טילעף און גרויע בארד ביים שטענדער.

די נייעס האלט שוין ביי דרייצן הונדערט לייקים, נאך דרייסיג מינוט, און אפאר הונדערט קאמענטס. אלע זענען זייער צובראכן און אסך געבן חיזוק, און אסך באווינדערן דאס בילד, אזש איימיצער שרייבט אז דאס קען געווינען א בילדער פארמעסט פונעם יאר. די ניו יארק טיימס אליין האט שפעטער קאמענטירט, געבענדיג דעם נאמען פונעם פאטאגראפער.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:13 pm
דורך שמעקעדיג
קען מען אריינברענגען דאס בילד קלארער?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:17 pm
דורך יואליש
שמעקעדיג האט געשריבן:קען מען אריינברענגען דאס בילד קלארער?


אפשר וועט דאס העלפן

http://mobile.nytimes.com/image?a=1033617&f=22

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:18 pm
דורך יידל
nyt.jpg
nyt.jpg (114.46 KiB) געזען געווארן 1829 מאל

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:20 pm
דורך ממרום שלח אש
ווערד צו באמערקן אז די קאמענטארן אויפן טיימס זענען -ווי געווענליך- מער באזעסן, און ווייניגער העסליך ווי אויף אנדערע נייעס קוועלער.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:21 pm
דורך יאיר
אויף אנדערע נייעס באריכטן זענען דא העסליכע קאמענטארן?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:23 pm
דורך יידל
געוויסע ווילן וויסן וואו זענען די פרויען וכו'.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:27 pm
דורך ממרום שלח אש
אויף אנדערע פלעצער איז דא העסליכע קאמענטארן, פארוואס זיי האבן נישט געהאט קיין סיטבעלטס, ווי משוגע חסידים זענען, וואספארא באשעפעניש ליגט אויף זיין קאפ, אז עס איז א נייעס נאר ווייל זיי זענען אידן וכו. די רעגולער סטאף.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:29 pm
דורך יאיר
ממש א גרויל צו אויסנוצן אזא טראגעדיע אונז צו באשמוצן.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:31 pm
דורך ממרום שלח אש
דראדש האט עס שוין אראפגענומען, גאנץ שנעל.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:32 pm
דורך אברעמעל
א קאמענט פון א גוי
Daniel D. Wayland
I see that in tragedy all barriers are broken and we care about people very different from us -why can't it be that way in the everyday?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:34 pm
דורך יואליש
יידל האט געשריבן:געוויסע ווילן וויסן וואו זענען די פרויען וכו'.


נישט מכח האס דוקא, נאר נייגער. קאמענטארן קומען פון די גאנצע וועלט אריינגערעכנט פון פלעצער וועלכע זענען נישט באקאנט מיט די גרויסע סכנה פון שדים אינוואלווד מיט נשים ביי א לויה.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:35 pm
דורך יאיר
איך וויל נישט חלילה מעורר זיין א קטרוג, אבער איך מיין אז ביי אונז ווערט נישט דער גדר געבראכן אפילו ביי א טראגעדיע ביי די גויים, מען גיבט א זאג אין ערגסטן פאל כן יאבדו כל אוביך ה', אדער אין בעסטן פאל אבי ס'איז נישט א איד, און געגאנגען ווייטער. איינעם וואלט איינגעפאלן זיך צו נעמען די מיה און שרייבן א קאמענט און אויסדרוקן רחמנות אדער געפילן?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:45 pm
דורך לעמאן דזשוס
יאיר האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה מעורר זיין א קטרוג, אבער איך מיין אז ביי אונז ווערט נישט דער גדר געבראכן אפילו ביי א טראגעדיע ביי די גויים, מען גיבט א זאג אין ערגסטן פאל כן יאבדו כל אוביך ה', אדער אין בעסטן פאל אבי ס'איז נישט א איד, און געגאנגען ווייטער. איינעם וואלט איינגעפאלן זיך צו נעמען די מיה און שרייבן א קאמענט און אויסדרוקן רחמנות אדער געפילן?


יאיר, ניתן לומר אז די סיבה איז אז די נייעס איז טראגעדיש און טראגט די רחמנות'דיגע פאקטאר פונעם ניי געבוירענעם שעפעלע. און די אופן פון זייער אומקום.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:47 pm
דורך יאיר
לעמאן, איך האף אזוי. דו קלערסט אז ווען די זעלבע מעשה וואלט פאסירט ביי א שווארצע פאמיליע פון די בראנקס וואלטן מיר אויך געווען אזוי ערשיטערט ווי די גויים וואס האבן געשריבן זייערע געפילן און חיזוק ווערטער אויף די קאמענטס אין די נייעס?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:51 pm
דורך אברעמעל
ס'וואלט נישט געווען אזא גרויסע לוי', די מידיע וואלט נישט געהאט וואס צו קאווערן ווי ווען ס'געשעט אין א קאמיוניטי.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:52 pm
דורך לעמאן דזשוס
יאיר האט געשריבן:לעמאן, איך האף אזוי. דו קלערסט אז ווען די זעלבע מעשה וואלט פאסירט ביי א שווארצע פאמיליע פון די בראנקס וואלטן מיר אויך געווען אזוי ערשיטערט ווי די גויים וואס האבן געשריבן זייערע געפילן און חיזוק ווערטער אויף די קאמענטס אין די נייעס?


איך הער!!!

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
קודם כל, יא. ביי א שרעקליכע טראגעדיע שרייבן אידן אויך קאמענטס.
צווייטענס, איך הער שוין פון עטליכע היינט אידישע ראסיזם. פארפאלן, לאמיר פעיסן די מציאת. אידן זענען ברודער איינער פארן צווייטן, ווען איינער דארף א טובה, אין אן עת צרה וצוקה וועט א איד אלעס טוהן אויף די וועלט וואס איז נאר שייך צו טוהן עפעס פאר א צווייטע איד.
הונדערטער אויף הונדערטער ארגענעזאציעס פון הונדערטער טויזענטער וואלענטירן, ווען דאס שרי פעלדמאן איז געווען פארלוירן אין וואלד, ווער איז געקומען פון אלע זייטן העלפן?

אידן שפירן זיך ווי ברודער, ביי א שמחה פרייען מיר זיך, און ליידער ביי א צער וויינען מיר מיט. וואלט איין גוי פארלוירן א טרער היינט? וועלכע גוי האט געהאט א שלאפלאזע נאכט? האסטו געליינט דיין ווייב׳ס טשעט אויפן גרופ צווישן אירע חברט׳עס? ווי נעריש עס איז און ווי קינדיש עס הערט זיך, קענסט דארט זעהן ריכטיגע אהבת ישראל.

איך האב קיינמאל לכאורה נישט אויסגעטוישט קיין ווארט מיט׳ן נפטר, אבער מיר זענען אלע געווען צושאסן היינט. ווייל ער איז מיין ברודער.

ווען דו וועסט ארויפגיין אויפן פליגער קיין גריכנלאנד, דו וועסט זיצן אויף רייע 34 b און א איד וועט זיצן אויף 39 d, וועסטו א האלבע וועג האבן א שמועס מיט אים, וועסט ווערן זיין שכנ׳ס ערשטע שווערסטע קינד׳ס נעפיו׳ס מלמד׳ס בעסטע חבר פון ישיבה שוואגער, און ענק וועלן זיך העלפן איינער דעם צווייטן ווי ווייט מעגליך ווי צוויי בעסטע ברודער. האסט געהאט וואס צו עסן? מיין ווייב האט געמאכט א געשמאקע קאקאש ממש אז עס רינט שאקאלאד פון ביידע זייטן, דארפט א האלבע?

ווען די פליגער זאל חס ושלום מאכן אן עמערדשענסי לאנדונג ערגעץ ווי אין יעהאפעץ. וואס גייסטו טוהן די ערשטע זאך? זיכן א חבד הויז ווי דו וועסט גיין שלאפן און עסן און מאכן א ווערטל אויף משיח. אדער וועסטו נעמען א טעלעפאן ביכל און אויפזיכן דאס ערשטע אידישע לעצטע נאמען און זיך רואיגערהייט איינלאדנען צו אים פאר נאכטמאל אדער געלעגער.

מיר אידן אין די לעצטע צוויי טויזענט יאר שפירן זיך ווי ברודער, אמאל ווארפט מען קישענעס, אמאל בלאזט מען, אמאל ציט מען זיך ביי די אויערן, אבער ווען פושס קום טו שוב, ווען די ברודער דארף דיר ביסטו דארט פאר אים. ודו״ק

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:59 pm
דורך בן תמליון
יאיר האט געשריבן:לעמאן, איך האף אזוי. דו קלערסט אז ווען די זעלבע מעשה וואלט פאסירט ביי א שווארצע פאמיליע פון די בראנקס וואלטן מיר אויך געווען אזוי ערשיטערט ווי די גויים וואס האבן געשריבן זייערע געפילן און חיזוק ווערטער אויף די קאמענטס אין די נייעס?


יאיר דיין באמערקונג איז ווי מען זאגט אין ענגליש סקרוד-אפ וועגן כמה סיבות. קודם די פון אונז וואס שרייבן קאמענטס אויף נייעסן וואלטן געשריבן א גוט ווארט און זיכער נישט קיין האס ווי זיי שרייבן אפט. און וואלסטו געוויינט אויף א פרעמדן פונקט ווי דיין אייגנס? ווען עס קומט דערצו זענען מיר איין גרויסע משפחה.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:00 pm
דורך יאיר
ממי, מיין פוינט איז נישט אז די אידן ווייזן ארויס מער ברודערשאפט פאר די אייגענע מענטשן, מיין פוינט איז אז די גויים, וועלכע זענען מכלומר'שט אונזערע שונאים, ווערן איבערגענומען ווען א חסידישער איד איז אין א צרה, בעת מיר ווערן כמעט נישט איבערגענומען ווען א גוי איז אין א צרה. לדוגמה ביי די לעצטע טראגעדיע אין סענדי הוק האט נישט אויסגעזען ווי דער עולם אויף קאווע שטיבל נעמט דאס צו שטארק צום הארצן. והדבר אומר דרשוני.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:02 pm
דורך [NAMELESS]
ווי זעהסטו אז דער גוי וועט ״איבערגענומען״ פון אונזערע צרות?