בלאט 2 פון 7

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
ר' שלום קאמינקער אמר: צוויי מאמרי חז"ל האבן זיך בימינו פארטוישט.
המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה,
המוציא מחבירו עליו הראיה.

היינט צוטאגס, המתפלל בעד חבירו ער טראגט זיך אן אלטץ א צדיק'ל וואס יכול'ט עליו הראיה אז מען זאל עס אפקויפן...

המוציא מחבירו ער שלעפט ארויס אפאר טאלער פון די נעבעכדיגער תמימים הוא נענה תחילה ער איז שוין זיכער א געהאלפענער...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:22 pm
דורך [NAMELESS]
הרוגצובער אמר: ביי די מענטשן וואס פרובירן צו 'פארענטפערן' א רמב"ם איז פארהאן שלש כיתות.

מפתה, דער רמב"ם האט נישט געמיינט אזוי, און לערענט פיין אריין זיין פשט אינעם רמב"ם.

מאנס, ער צווינגט דעם רמב"ם צו לערנען ווי אזוי ער וויל.

מוציא שם רע, עה... די רמב"ם הייבט נישט אן צו זאגן אזוי...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:די מעשה זאגט מען אויף אסאך צווישן אנדערע רבי אליעזר סילבער ביים מספיד זיין רבי אהרן קאטלער

כ'האב אמאל געפרעגט מיין זיידן דערוועגן. האט ער מיר געזאגט, אז ער זעלבסט געדענקט ווען ער האט געהערט ווי רא"ס האט טאקע אזוי געזאגט.

לא באתי לחלק רק להעיר, די מעשה פון "אז איך גיי שוין אויך באלד אוועק" איז געווען ביי א צווייטער לווייה. (לא עלתה בזכרוני איזה)

ביי ר' אהרן קאטלער'ס לווייה איז די מעשה געווען אזוי, ביים לווייה גופא האט מען אים נישט ערלויבט מספיד צו זיין (ער האט דאך געצויגן שעות) האט ער מספיד געווען אין idlewild airport, איידערן אפשוקן די נפטר.

ארום שפאצירענדיג ביים הספד האט ר' אליעזר סילבער געזאגט כדלהלן: חז"ל זאגן 'הנותן מאטאנע לחבירו צריך להודיעו' מיר שוקען יעצט ארויף א מתנה צום בי"ד של מעלה, איך בין געווען זומער אין ארץ ישראל, אין איך זאג אייך אין גאנץ אר"י איז ניט דא איינער אזוי גרויס ווי אים! -והוסיף- וועגן חוץ לארץ וויל איך ניט רעדן...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 1:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז ברייט באקאנט אז הג"ר חיים עוזר גרודזינסקי האט געהאט א גרויסע חוש ההומר. מ'דערציילט אז זיין הויז איז געווען א תל תלפיות און די בעלעגלה'ס און טעקס"י דרייווער"ס פלעגען זיך דרייען אינדרויסען פון זיין בנין ווארטענדיג אויפצונעמען מענטשען. איין מאל האט מען געזען ווי ר' חיים עוזר לאכט שטארק. ער האט געזאגט אז ער האט דעמאלס אונטערגעהערט ווי איינער פרעגט א בעלעגלה ווילאנג ס'נעמט קיין איישישאק. ענטפערט יענער "אז דער אויבישטער מישט זיך נישט אריין, קען איך עס מאכען אין צוויי שעה!"

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 1:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר' הירש מאליקער איז אמאל געפארען צו ר' ברוכ'ל מעזשיבוזשער. ער האט געוואוסט אז ר' ברוכ'ל איז א גבר קפדנא וואס לאזט קיינער פראווען פאר איהם, האט ער מיטגעברענגט א בענקל און געהייסען דער גבאי אריינברענגען צום צימער, און אזוי זיך אראפגעזעצט מיט ר' ברוכ'ל. ר' ברוכ'ל האט מקפיד געווען זאגענדיג "בהדי דידי קא מינצית? איך בין א חד בדרא"
"נו, איך בין אויך א חד בדרא!"
"ווי קען זיין צוויי חד בדרא'ס?"
"וואס הייסט? מ'זאגט דאך חד גדיא חד גדיא!"
(געזען אין 'דור דעה' פון יקותיאל קאמעלאהר)
#פעטיציעאלערט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
ווען כ'האב געזען אז דו דערמאנסט רבי הערשעלע אליקער און ר"ר ברוכ'ל האב מיך שטארק דערשראקן אויף דיין וואוילזיין, אבער ווען כ'האב נאר געגעבן א בליק צום סוף און באמערקט דיין #פעטיציעאלערט האבען זיך מיינע בויך קרעמפפען בארוהיגט...

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 3:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס זאל איך דיר זאגען? איך בין נישט קיין מתנגד פון אומוויסענד. מיין טאטע רעדט זיך אפ אויף מיר אז מיין קאפ איז פול מיט חסידיש'ע נערישקייטען, כולל אזעלכע מעשה'ס

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 4:02 pm
דורך געוואלדיג
ווייז איהם דיינע אשכולות, און ער וועט זיך מער נישט אפרעדן :oops: :oops:

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 4:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט ווייל ער האט מורא אז איך ווער חסידיש, נאר אז מ'שטאפט אפ דער קאפ מיט נערישקייטען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: נאר אז מ'שטאפט אפ דער קאפ מיט נערישקייטען

יא יא!

----
בד"וו, איך קען די ענדע פון דער מעשה אביסל אנדערש

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 5:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא יא, דער מעשה ענדיגט זיך נישט דארט, אבער דאס איז שוין נישט קיין וויץ

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 2:24 pm
דורך [NAMELESS]
שמעתי פון דער טאלנער אשדוד'ער, אז זיין זיידע הישיש מטאלנע זצ"ל איז אמאל אריבער דער גערער ישיבה אין חנוכה, און מען האט ארויסגעהערט הויכע געזענג און פראווערייען. איינע פון בריסקער רב'ס קינדער איז דאן פונקט אדורך, פרעגט ער פונעם טאלנער: היתכן מען פראוועט אין גרויסן, דער רמ"א שרייבט 'קצת מצווה' ? עס האט דעם טאלנער געעגבערט די שאלה, און זייענדיג א חסיד פונעם בית ישראל איז ער אריין פרעגן פשט בדבר.

האט אים דער בית ישראל געענטפערט בחכמתו: ביי מיינע בחורים ווען עס שטייט 'קצת עבירה' מאכן זיי דאס פאר אן 'עבירה גדולה', נו, ווען עס שטייט 'קצת מצווה' מאכן זיי דערפון 'סעודה גדולה'. וראוין הדברים למי שאמרו.

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 3:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא יא, ביידער זענען אן אויסדרוק פון אומ'הכנעה צו די תורה און איהר גדרים.
וע"ז נאמר: את אשר התרת אסרתי ואשר אסרת התרתי. מ'וויל זיך נישט אונטערווארפען אונטער'ן תורה. וועגען דעם זוכט מען חומרות און עניינים אן דעקונג, אפילו אויפ'ן חשבון פון א מצוה.
וכבר אמר הרב אליעזר האראדזעצקי 'אן אמעריקאנער האט ליעב צוויי זאכען: חומרות און טשאקאלאד קעי"ק'! ודפח"ח וש"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וכבר אמר הרב אליעזר האראדזעצקי 'אן אמעריקאנער האט ליעב צוויי זאכען: חומרות און טשאקאלאד קעי"ק'! ודפח"ח וש"י

דאס דארף מען ארויספרינטן אויף גרויסע ליילאכער און אויפהענגען אויף ליע עוועניו, גארפיעלד, ווי אויך אויף אלע אנדערע הויפט גאסן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 4:59 pm
דורך [NAMELESS]
און בפרט יעצט חנוכה אז מ'זאל מחמיר זיין אויף די דאונאטס

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 5:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארעסט אוו. און בע"י פארקווע"י אויך

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 9:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פאר די וואס ווייסען נישט.
ר' אליעזר האראדזעצקי איז געווען פון די מירער תלמידים וואס האבען מייסד געווען ישיבת בית התלמוד, היינט אין בענסאנהערסט. ער איז געווען א גרויסע שטארקע מענטש און ער האט געפיהרט דער גשמיות פון די ישיבה. (דער וואס קען זיך אויס אין תורת המוסר ווייסט אז דער אלטער פון קעלם און זיין תלמיד ר' ירוחם לייוואויץ פלעגען שטארק אויסרימען דער ענין פון א 'מעשה שמשות' עיי"ש וכידוע דער אויסדרוק 'די וואס קערען דא, קערען די וועלט'). ער איז באקאנט פאר זיין שארפע מימרות אויף די אמעריקאנער גאס. אסאך נייע תלמידים פון בית התלמוד געדענקען זייער ערשט'ן טאג אין ישיבה ווי א גרויסע פעשער בחור, אן א בארד, שטייט מיט א בעזעם אין האנט און קאכט איבער א שווערע רמב"ם אין מיט'ן קערען דער בית המדרש.
פון זיין פערעל ווערטער:
וואס איז לעיקוואוד? א ישיבה מיט א פארקינג לא"ט!
ווען מ'פרעגט א בחור 'וואס נעמט איהר פון די ישיבה? ווייל ס'איז מיינס, איך בין דאך א מעמבער פון די ישיבה'. ווען מ'פרעגט איהם פארוואס ער טוט נישט פאר'ן ישיבה זאגט ער 'ס'איז עפעס מיינס?'
מ'האט אריינגעברענגט א וואסער פאונטעי"ן צום ישיבה. ער האט עס אויפגעהויבען מיט זיין הענט און געלייגט אין גאס 'א ישיבה איז נישט קיין פאר"ק'!
מ'זאגט 'מה שחלמתי על עצמי, ומה שחלמתי על אחרים, ומה שחלמו אחרים עלי' אבער מה שחלמו אחרים על אחרים זאגט מען נישט, ווייל ס'איז נישט דיין ביזנעס. (מסתמא אן אלט'ן ווארט)

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:59 am
דורך אהרן
צדיק גוזר והקב"ה מקיים, נו, נישט אזא גרויסע חידוש, דער אייבערשטער איז דאך א גוטער, ער העט העלפן א יוד אפילו סקומט אים נישט, אבער הקב"ה גוזר וצדיק מקיים דאס איז שוין א חידוש....
(ר׳ יודעלע הורוויץ)

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 9:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער זון פונ'ם חפץ חיים האט דאס געזאגט ווען די פוילישע חסידים אין ווארשא האבען איהם געפרעגט מיט וואס זיין טאטע צייכענט זיך אויס. זיי האבען פארציילט מופתים פון זייערע רבי'ן, האט ער געזאגט 'ביים טאט'ן איז פארקערט, הקב"ה גוזר וצדיק מקיים'

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 12:55 am
דורך וואלווי
כ'האב געהערט פין איינעם וואס האט באגלייט הה"ק בעל דב"י מסאטמאר אויף בעדפארד אין די בראשית יארן איז געווען די אלטע אגודה בילדינג (במקום ביקסאד) וואס האט איז געווען א חלק פונם תיפלה וואס איז היינט קלויזענבורג ביי היוס סטריט, ס'דארט געהאנגן א שילד "מסורת אבתינו בידינו" האט די סאטמארער רב זיך אנגערופען "וועלעכע מסורה? אפשר מתחילה עובדי עבו"ז היו אבותינו".

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: פרייטאג יאנואר 08, 2016 10:39 am
דורך טמיר
עמיצער איז געגאנגען נאך געלט מיט א כתב המלצה וואס איז געשטאנען דארט צווישן אנדערע "לו הי' בימי אלישע לא פסק השמן" . און דער עולם האט עם שיין מכבד געווען. ביז ער איז אנגעקומען קיין לונדון ווי רצ"ה איז געווען רב, און ער האט עם מכבד געווען מיט בענטשן האט ער געזען אז ער קען נישט קיין צורת אות. האט רצ"ה געזאגט יעצט פארשטיי איך די כוונה פון די המלצה: ביי די מעשה פון אלישע מיט די אויל האט זיך אפגעשטעלט די אויל ווייל עס איז מער נישט געווען קיין כלי ריק. העט ער ווען דארט געווען וואלט נישט געווען קיין פראבלעם מיט שאפן א כלי ריק, יען כי כלי ריק כמוהו אין.
(גענומען פון אוצר פתגמים מחכמים. עס איז אויף היברו בוקס, אבער יעדע צווייטע עמוד פעלט)

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 4:20 pm
דורך לא ימלט
עס איז געווען א איד וואס האט געהאט א זון וואס איז נישט געווען מיט אלעמען, און דער זון האט באשלאסן זיך צי נעמען דאס לעבן, ער איז ארויף אויפן דאך און געשטאנען ביים שפיץ, ער האט צוזאם גערופן א יעדן איינעם און געשריגן אז ער גייט אראפ טאנצן, מען האט זיך געבעטן ביי אים, אבער גארנישט האט געהאלפן,
איז די טאטע געלאפן צום רב (געדענק נישט דעם נאמען), האט דער רב געזאגט מען זאל שיקן א צווייטן משוגענער זאל קער נעמען פינעם מצב,
האט דער צווייטער משוגענער גענומען א פלעסטיג מעסער און זיך אנגערופן צו אים, "זעסט דעם מעסער?! אויב קומסטו נישט אראפ אין דעי מינוט, גיי איך צישניידן דעם בילדינג, און עס גייט צאם פאלן," און עס האט געהאלפן....

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:48 pm
דורך ונבנתה העיר
אין די צייטן ווען מ'איז געלאפן-צום-רב-(געדענק-נישט-דעם-נאמען) איז נאכנישט געווען קיין פלעסטיק מעסערס...