בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:17 pm
דורך שמעקעדיג
אז דו ווילסט, קען איך ענדיגן דעם גאנצן דוקן מחזור אין קנאפע 5 שעה.
פארשטייט זיך אן ציען יעדע ווארט און אן די אלע אהאהא האאהאא'ס נוסחאות אינדערמיט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:28 pm
דורך George
הער איך יעצט א סידי וואס כ'האב געקויפט פון מאיר ברוך קאהן נעילה (אפגעכאפט אום יו"כ) איך וואלט געפאסט נאך א טאג אים צו קענען הערן...
וואס איך מיין צו זאגן, אז ווען עס איז דא שיינע חזן אדער אפילו א גוטער בעל תפילה איז געשמאק צו זיצן א גאנצען טאג.
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:44 pm
דורך דעת תורה
אבער דערמיט
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:45 pm
דורך דעת תורה
*אהער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 6:42 pm
דורך ונבנתה העיר
לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:
אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.
בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 6:53 pm
דורך ליפא
דאס קוקט אויס צו זיין מער ווי אן השגחה כללית מעשה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 7:37 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:
אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.
בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.
דערמאנסט מיר פון דעם דארפסמאן וואס איז אריין אין ביהמ"ד א צושטורעמטער, און זאגט א 'בדידיה הוי עובדא' עפיזאד:
אז שלמה בערל'ס האט אים נעכטן מבזה געווען ברבים, פאר גארנישט און פאר נישט. היינט אין גאס, האט ער מיר ווידעראמאל פארשעמט פאר אנדערע. 'מה עשה הקב"ה'?! בין איך צוגעגאנגען צו אים, און אראפגעלאזט אפאר גוטע פעטש...
פשוט דיין 'השגחה פרטית' מעשה, האט מיר דערמאנט פונעם 'מה עשה הקב"ה' מעשה...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 8:11 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:
אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.
בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.
טאקע א שאד קיינער איז פונקט נישט אדורך געגיינגען, ווען יא וואלטן זיי זיך זיכער געפריידט
- און אפשר נאכדעם - דיר צו העלפען
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:08 pm
דורך גר ותושב
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:
אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.
בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.
נו לייג עס ארויף אויף דעת הקהל אפטיילונג פון קול מבשר ביי די השגחה פרטית קנעפל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:18 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה, קודם לאך איך, פשוט צו ווייזן אז איך בין נישט דיין שונא, ווייל כידוע בנפול אויבך אל תשמח.
אז קיינער האט דיר נישט געהאלפן זיך אויפהייבן, ווי אזוי האסטו זיך אויפגעשטעלט? נאר סומך ה' לכל הנופלים, ער בכבודו ובעצמו האט זיך אפגעגעבן מיט דיר. #השגחה פרטית!
נאר איך טריי צוזאמענצושטעלן דעם שייכות פון דיין מעשה צום קעפל פון אשכול. "האט איר אמאל געכאפט"? אפשר מיינסטו אז דו האסט "געכאפט" א זעץ..?
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:21 pm
דורך ירא שמים
האסטו געכאפט אז דאס איז אויך השגחה פרטית?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:26 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר איך טריי צוזאמענצושטעלן דעם שייכות פון דיין מעשה צום קעפל פון אשכול. "האט איר אמאל געכאפט"? אפשר מיינסטו אז דו האסט "געכאפט" א זעץ..?
ווי ירא שמים, השגחה פרטית האט גארנישט וואט סאו עווער צי מען רעדט פון גוטס אדער שלעכטס.
בהשגחה פרטית איז פונקט געשטאנען דארט א נאצי און האט איהם דערשאסן אויפן פלאץ.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:09 am
דורך למדן
ווי יענער וואס האט געמיסט די פליגער בהשגחה פרטית און ער'ט נישט זיין רואיג ביז די פליגער וועט קראכן און יעדער וועט געהרג'ט ווערן, גלייב אז אלעס איז לטובה אפילו יעדער קומט אהן בשלום...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:34 pm
דורך ונבנתה העיר
דו מאכסט א גרענד ענטרענס, 10000 פאר אויגן זענען אנגעהאנגען אויף דיר... דו ביסט די סענטער אוו עטענטשאן... מ'קען נטבע ווערן ברוק.
אבער די 10000 בליקן נעמען זיך נישט צוזאמען צו שאפן איין גרויסע עוג-מלך-הבשן-בליק. יעדער יחיד פון די 10000 קוקט ווייטער אויף דיר מיט א מוח וועלכע זוכט זיך זיין רענט, און מוטשעט זיך מיט'ן ווייב.
פונעם קוק-ווינקל [פאן וכו'] פון יעדער פון די 10000 קומט גארנישט צו צו זיין בליק ווייל ער שטייט פארקוועטשט מיט נאך 9999 וועלכע קוקן אויך אויף דיר.
וויפיל איז 10000 מאל 0?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:13 pm
דורך אייז קריעם
C/p
When you’re 20 you care what everyone thinks,
when you’re 40 you stop caring what everyone thinks, when you’re 60 you realize no one was ever thinking about you in the first place. f
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 2:28 pm
דורך ונבנתה העיר
כידוע האט דער מלאך המות עפעס קעגן הייליגע זייגערס. ווי הייליגער מ'איז, אלס מער שאנס אז דער זייגער גיבט זיך א שטעל-אפ ביי יציאת נשמה.
אנציענדיג יעצט דעם מאנטעל-זייגער לכבוד שבת, האביך מיר געכאפט אז די אלע אמאליגע זייגערס האט מען דאך געדאפט אנציען אז עס זאל ווייטער גיין.
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 2:39 pm
דורך כרם זית
אין מאור עינים (האחרון) ווערט די נשמה פון א מענטש צוגעשטעלט צו א זייגער, וא"ש.
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:45 pm
דורך שמעקעדיג
צ/ק
יא,
כ'האב געכאפט ביי ואני, און נאכאמאל ביי משפטים...
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 6:02 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 2:28 pm
כידוע האט דער מלאך המות עפעס קעגן הייליגע זייגערס. ווי הייליגער מ'איז, אלס מער שאנס אז דער זייגער גיבט זיך א שטעל-אפ ביי יציאת נשמה.
אנציענדיג יעצט דעם מאנטעל-זייגער לכבוד שבת, האביך מיר געכאפט אז די אלע אמאליגע זייגערס האט מען דאך געדאפט אנציען אז עס זאל ווייטער גיין.
איך וועל מיך שלאגן אקעגן די אפיקורסישע געדאנקען. וייל אט דאס ווייזט אויף די רוח הקודש פון די צדיקים. זיי האבן א טאג פאר זייער פטירה געוויסט נישט אן צו ציען די זייגערס.
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:19 am
דורך קלאטשער
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 4:45 pm
צ/ק
יא,
כ'האב געכאפט ביי ואני, און נאכאמאל ביי משפטים...
איך אויך, נישט דוקא ביי ואני און נישט דוקא ביי משפטים, אבער געכאפט האב איך ווי ס'דארף צו זיין.
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 5:07 pm
דורך berlbalaguleh
ביי אונז אי קלאס האט מען געכאפט א גאנץ יאר. נאר ביי פרשת משפטים און ואני האט דער רבי געהאט א נחת רוח. ער האט געקענט נוצן זיין שטעקן אומבאגרעניצט.