בלאט 2 פון 4
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:06 am
דורך [NAMELESS]
@SatmarLive: V'Kuved Gudel Usi Loi B'Moisoi! Rabeiny Shlita will say Divrei Hesped by Levaya in Iched Country. Levaya w/be *12:30*. 7:00 morning in KY.
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:39 am
דורך [NAMELESS]
ק/פ
אן אינטרעסאנטע מעשה, ממש א פלא. עטליכע וואכן צוריק האט מיך ״דער איד״ געבעטן איך זאל באשרייבן דעם יונגערמאן הרב האס ז״ל וואס איז נעבעך אוועק, איבערלאזנדיג א שטוב מיט 12 קינדער ל״ע.
מ׳האט מיר דעמאלט צוגעוויזן, אז דער נפטר איז געווען לאנגע יארן דער פערזענליכער חברותא מיט הרה״ג רבי לייבוש טייטלבוים, דער דיין פון ויואל משה/איחוד.
טא, האמיר זיך פארבינדן מיט׳ן דיין, און אים געזאגט - בכבוד הראוי - דברים כהויתן, אז מ׳דארף באשרייבן זיין חברותא, און צי ער קען דערציילן עפעס פרטים בנוגע דעם חברותא; זיין התמדה בתורה, יראת שמים אא״וו צו קענען שרייבן דערוועגן.
ער האט, צום ערשט, אנגעהויבן רעדן אביסל, אבער דאן פלוצים האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און געזאגט: ״ווי קען איך עס טון פאר מיין חבר? ער האט דאך אזוי נישט ליב געהאט די אלע שרייבעכעצער און גוזמאות. איך שפיר כ׳טאר עס נישט טון פאר אים, איך וויל נישט ווייטער רעדן״.
און אזוי רעדנדיג, ווערנדיג צעקאכט וועגן דעם ענין, האט ער א האסטיגן זאג געטון בזה הלשון:
״איך לאז שוין יעצט צוואה, אז איך וויל נישט לאחר פטירתי בשום אופן מ׳זאל מיך באשרייבן אין ערגעץ! איך עקל מיך דערפון, און איך וויל עס נישט האבן בשום אופן! קענסט עס איבערגעבן פאר מיינע קינדער און איידעמער, מ׳זאל מיך נישט באשרייבן בשום אופן!״
די פאריגע וואך דאנערשטאג האמיר פארציילט די מעשה פאר אן איידעם, וואס האט עס אויפגענומען מיט א וואונדער, אזא שארף לשון פונעם שווער.
ליידער, דריי וואכן דערויף -- ווער האט דאס דען גע׳חלומ׳ט -- איז די ״צוואה״ שוין פעליג, נאך זיין פלוצימ׳דיגע פטירה לחיי העולם הבא. תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:50 am
דורך חד גדיא
די פריצייטיגע פטירה פון הגאון הצדיק רבי לייבוש זצ"ל שניידט אין הארץ. איך האב געהאט א נאנטן שייכות מיט אים, און איך וועל אים קיינמאל נישט פארגעסן.
כ'האב געקענט ר' לייבוש נאך פאר ער איז געווען איינגעשטעלט אין סאטמאר. ער איז אייביג געווען א ווארימער מענטש וואס האט נישט געבלאזן פון זיך. מ'האט זיך געקענט דורכשמועסן מיט אים אויף אלעם. זיין שכל הישר איז געווען מורא'דיג. ווען עס איז געקומען צו הלכה האט ער גע'פסק'ענט לפי הצורך אן מישן פארטיי, "געפילן", "השקפה" וכדומה. ער האט קלאר געזאגט וואס איז א הלכה, וואס איז א חומרא וכו'.
נישט אסאך ווייסן דאס, אבער ר' לייבוש איז געווען א גרויסער שטיצער פון די עירוב אין וויליאמסבורג. ער האט דאס נישט געזאגט ברבים ווייל די אפיציעלע שטעלונג פון סאטמאר איז געווען קעגן די עירוב. אבער פאר נאנטע, אריינגערעכענט פאר מיר פערזענדליך, האט ער קלאר געזאגט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף די עירוב.
ער האט אפילו געטוהן מעשה רב. די אנטי עירוב מוחים זענען זעהט אויס געוואר געווארן אז ער האלט פון דעם עירוב. איין שבת האט ער שפאצירט אויף לי עוועניו מיט זיין אייניקל און מ'האט אים אנגעפאנגען צו באזינגען אז ער איז א "מחלל שבת". רבי לייבוש האט נישט געהאלטן ביים נאכעגעזונגען ווערן. האט ער אויפגעהויבן זיין אייניקעל אין זיינע הענט, און אנטלאפן פון דארט....
מ'קען אסאך רעדן און דערציילן וועגן דעם גרויסן איד, אבער יעצט דארף איך זיך אפשטעלן דא ווייל מיין רייד קומט שוין אן צו איחוד פאר די לוי'.
תנצב"ה
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:59 am
דורך שטילע אינגערמאן
חד גדיא האט געשריבן:מ'קען אסאך רעדן און דערציילן וועגן דעם גרויסן איד, אבער יעצט דארף איך זיך אפשטעלן דא ווייל מיין רייד קומט שוין אן צו איחוד פאר די לוי'.
נו? גייסט מיט א רייד, שרייב פליז נאך פונעם קאר
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:23 am
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט געוויסט ווי אזוי ער הייסט, אבער זעענדיג יעצט די פיקטשערס דערקען איך אים פון מיינע פילע באזיכן אין איחוד. כ'האב קיינמאל אפילו נישט געוויסט אז ער איז דער דיין פון די קאנטרי. אייביג געווען מיט א שמייכל און פאר יעדעם געגעבן די פולסטע רעספעקט. איך האב געמיינט אז ער איז סתם א חשוב'ע איד א תלמיד חכם וכד' -בכלל נישט אויסגעזעהן ווי די העכסטענס אטאריטי אין די ריזיגע קאנטרי.
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:53 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווער איז זיין פאטער? אין איז ער משפחה מיטן סאטמארער רבי?
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:55 am
דורך [NAMELESS]
זיין טאטע איז געוועהן ר' אלחנן חיים. זיינע ברידערס זענען ר' יחזקאל דומ"ץ סאטמאר קליימער, און ר' יוסף אב"ד נעפלימיץ בארא פארק
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:56 am
דורך ליפא

- IMG_20150816_015601.jpg (429.03 KiB) געזען געווארן 2990 מאל
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:06 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:38 am
דורך ליפא

- IMG_20150816_023800.jpg (28.87 KiB) געזען געווארן 2900 מאל
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:46 am
דורך ליפא

- IMG_20150816_024556.jpg (373.07 KiB) געזען געווארן 2889 מאל
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 3:03 am
דורך געוואלדיג
ראשעקאל האט געשריבן:זיין טאטע איז געוועהן ר' אלחנן חיים. זיינע ברידערס זענען ר' יחזקאל דומ"ץ סאטמאר קליימער, און ר' יוסף אב"ד נעפלימיץ בארא פארק
אזוי אויך האט ער נאך א ברודער ר' יעקב אב"ד ביהמ"ד תוא"י אין מאנסי. אייידעם פון אדמו"ר מתוא"י.
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 3:15 am
דורך שמעקעדיג
חד גדיא האט געשריבן:איך האב געהאט א נאנטן שייכות מיט אים, און איך וועל אים קיינמאל נישט פארגעסן.
גזירה על המת שישתכח מן הלב.
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 3:30 am
דורך א איד
עיני עיני יורדה מים ואבכה יומם ולילה על חללי בת עמי
איך בין נאכאלץ אין שאק, ר׳ לייבוש איז שוין נישטא, ליין איך אזוי דורך דא, אין אף אחד מיט א קרום ווארט אויף עם, איך האב עם געקענט פון דער נאנט די לעצטע דריי יאר, אזא איידעלער איד, פאר יעדן איינעם געהאט א גוט ווארט, מיט אזא ווארימען שמייכל.
איי הייליגער באשעפער א פראסק נאך א פראסק.
זאל ער שוין זיין דער לעצטער קרבן.
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:05 am
דורך [NAMELESS]
אינדרויסען פון ביהמ"ד בשעת די לוי'
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:28 am
דורך אלס ווייסער
אזויווי דער נפטר האט (אנגעבליך) געבעטן מען זאל אים נישט באשרייבן וועל איך זיך באגנוגן מיט די פאר ווערטער:
עריז געווען א ת״ח עצום און מוראדיג איבערגעגבן צו יעדן יוד ובפרט צו יונגעלייט, ער האט אסאך יונגעלייט אויפגעבויט און שטענדיג געהאט געדולד צו יעדן איינעם נישט קיין חילוק ווען דאס איז געווען (א זעלטנהייט פאר א סאטמארע מידל-עידזש דיין),
ער איז אייביג געווען דער ״בעקאפ״ דיין אין די סאטמארע בית הוראה אין ווימ״ס, נישט איינמאל בין איך אריבערגעקומען צו אים נאך 12ע ביינאכט מיט שאלות און ער האט זיך אייביג אפגעגעבן מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי ער האט מיר איין יאר אויפגענומען שמח״ת בייטאג נאך די הקפות (דאכצעך אז עס איז אפילו געווען ער״ש) און ער האט מיך מכבד געווען כאילו ער האט גארנישט אויף דער וועלט צו טון יעצט (פאר ווער עס ווייסט נישט: אין סאטמאר ענדיגט מען די בייטאג הקפות ממש א שעה צום זמן)
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 9:34 am
דורך געוואלדיג
[tag]ראשעקאל[/tag], וואס איז די קאר דארט אין פארנט פון די ביהמ"ד?
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:02 am
דורך BAL TSHIVA
א היימישע funeral car
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:44 am
דורך [NAMELESS]
אלס ווייסער האט געשריבן:ער איז אייביג געווען דער ״בעקאפ״ דיין אין די סאטמארע בית הוראה אין ווימ״ס,
פאר דעם איז ער געוועהן א דיין אין התאחדות הרבנים. "דער איד" פלעגט אים טאקע אייביג בא'טיטלען "מו" ץ התאחדות הרבנים" ווייל ארונישע בי"ד און קאנטרי עגזיסטירט דאך נישט......
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:46 am
דורך [NAMELESS]
די לוי' אין קרית יואל
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:55 am
דורך [NAMELESS]
הרה"ג זלמן לייב פילאף ביי לוי' אין קרית יואל

Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:13 pm
דורך קאסטנער
ראשעקאל האט געשריבן:די לוי' אין קרית יואל
אין מאנרא אז איינער וויל כאפן א פיקטשער פין א סמארט פאן מיז ער זיך באהאלטן אין א קאר?! ...
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:33 pm
דורך איש עברי
איך האב פערזענליך געקענט דעם נפטר, עס ליגט מיר אין זכרון ווי אלס קליין קינד האט ער מיט מיר געשמועסט כדבר איש אל רעהו, טאקע אז זעלטן איידעלע כאראכטער, א נאבעלע מענטש. יהי זכרו ברוך