בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 1:04 am
דורך נאך א פשט
נפתלי האט געשריבן:פשוט מתפלל געווען צום אויבערשטן האט זי אויך?
וואס פאר א מין סגולה איז דאס
אפשר איז נשתנו הטבעים און היינט ארבעט דאס שוין נישט (עפרא לפימי)
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 3:01 pm
דורך ציבעלע-קיגל
מיין זיידע ע"ה האט מיר אמאהל געזאגט אז די בעסטע סגולה איז נישט צוטוהן די אלע סגולות
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 4:55 pm
דורך פישלע העררינג
"השפעות טובות" = 1248....
אגב, "ליצנות" = 586...
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 5:08 pm
דורך פלעין יודיש
לקבל לייק = 312
בדוק ומנוסה
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 11:48 pm
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YXB2bqvM7vw[/youtube]
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 8:27 am
דורך [NAMELESS]
יוי איז דעיס גוט. און חיים לייב כאפט אפילו נישט אז ער מאכט ליצנות פון'ם.....
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 8:28 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:02 am
דורך שמעקעדיג
אז מען קען קויפן און פועל'ן ישועות מיט שקל, קען איך שוין ענדערש קויפן מיט זימבאווע דאלארן...
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:02 am
דורך sefish
איר זעט, דארט איז טאקע אלעס אין ''שקל'', סך ביליגער
מ'האקט, יא שמעקעדיג דעיס איז
מיין תורה, מעגסט געבן קרעדיט

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:05 pm
דורך יין שרף
ציטערסטו אז די גייסט שטארבען אינמיטן די נאכט???
זארג נישט! פאר א מינימאלע נדבה פון "הונדרעט אכציג" דאלער, וועט א זייער bored תלמיד חכם זיצן א גאנצן נאכט פארנט פון א פושקע, און אריינלייגן א פעני -פער- סעקונדע, מיט א הבטחה אז מ'גייט נישט שטארבן בעת ההוא *.
Offer valid while supplies last, not available in all areas, some restrictions may apply. Not responsible for sudden death, suicide, murder, or acts of God. Method has not been evaluated or approved by the FDA, consult your physician as this is not right for everyone. $180 fee does not include local and state taxes and fees. Talmid chuchom not included. Not refundable or transferable
נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
דאס רוב פון מיין לייק גייט פאר די ''פיין פרינט''....

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 1:23 am
דורך יין שרף
יישר כח [tag]שמעקעדיג[/tag] פאר געבן מיין 400'סטן לייק!
נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 4:04 pm
דורך למדן
בן אליין איז גענוג אדער מען דארף צו געבן זכר ס' זאל נישט זיין א נקבה? נישט אז א נקבה איז שלעכט נאר בת קאסט פשוט מער געלט, די צייט לויפט אויס...
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 5:45 pm
דורך עוד מישהו
א איד רופט אן איינע פון די פראפעסיאנעלע שנאר ארגאניזאציעס, ער זאגט אז שוין אריבער אפאר יאר נאך זיין חתונה און ליידער האט ער דערווייל נישט זוכה געווען צו זש"ק.
די מענטש וואס האט גענומען די פאון קאלל איז געווען א חברה מאן, זאגט ער פארן רופער, "הער: איך זע אז דו וועסט קיין בן זכר נישט האבן, נישט באשערט, אבער א מיידל נאו פראבלעם מיטן אייבערשטענס הילף, אבער פאר דע רייט פרייס (פאר דע רייט גימטריא)."
רופט זיך אן אונזער רופער: "נו נו איך געב ענק $49 כמנין ילדה."
דער וואס האט גענומען דעם פאון קאלל, האט שוין געוואלט זאגן אז אויף אזא פאל וועט ער זיכער מאכן אז די סגולה ארבעט זיך נישט אויס, אבער וואס קען מען טוען.
א יאר שפעטער האט די מענטש געהאט א אינגל, די שנארער וואס האט געטייפט די קרעדיט קארט נומער האט בטעות געדרוקט $44 אנשטאט 49.
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 1:32 am
דורך רויטע וואנצעס
מ'קען זאגן פשט אין פסוק, טוב לי תורת פיך, ס'איז מיר בעסער צו לערנען אליינס תורה מיט מיין אייגן מויל, מאלפי זהב וכסף, ווי צו צאלען געלט פאר די משניות, חצות, און תהלים כוללים.
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:01 am
דורך berlbalaguleh
עוד מישהו האט געשריבן:א איד רופט אן איינע פון די פראפעסיאנעלע שנאר ארגאניזאציעס, ער זאגט אז שוין אריבער אפאר יאר נאך זיין חתונה און ליידער האט ער דערווייל נישט זוכה געווען צו זש"ק.
די מענטש וואס האט גענומען די פאון קאלל איז געווען א חברה מאן, זאגט ער פארן רופער, "הער: איך זע אז דו וועסט קיין בן זכר נישט האבן, נישט באשערט, אבער א מיידל נאו פראבלעם מיטן אייבערשטענס הילף, אבער פאר דע רייט פרייס (פאר דע רייט גימטריא)."
רופט זיך אן אונזער רופער: "נו נו איך געב ענק $49 כמנין ילדה."
דער וואס האט גענומען דעם פאון קאלל, האט שוין געוואלט זאגן אז אויף אזא פאל וועט ער זיכער מאכן אז די סגולה ארבעט זיך נישט אויס, אבער וואס קען מען טוען.
א יאר שפעטער האט די מענטש געהאט א אינגל, די שנארער וואס האט געטייפט די קרעדיט קארט נומער האט בטעות געדרוקט $44 אנשטאט 49.
עוד מישהוא: ייש"כ. איך ווייס נישט צו כ'האב עס שוין פארציילט דא אין קאווע שטיבל. אדער אפשר אן אנדערער. והנה. ס'אמאל געקומען א איד צו א רעבע (וועלכער איז זעיט אויס נישט געוועין קיין ווילנער גאון.) זיך מזכיר זיין. אז היות ער האט שוין זעקס יונגלעך וויל ער דער רבי זאל אנווינטשן אז זיין ווייב זאל געבוירן א מיידל. זאגט איהם די רעבע, געב $62 דאללער, כמנין "בס" וועסטו געהאלפן ווערן. אזוי ווי דער יוד שטייט און טראכט, רופט זיך אן דער גבאי. "ר' איד באצאלט שנעל די געלט פאר די רבי וועט זיך כאפן אז "בת" שרייבט מען מיט א "תיו"...

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:15 am
דורך איך אויך
האט ער געקענט זאגן ''באס'' און פארדינן נאך א טאלער..
מאדנע סגולות
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:24 pm
דורך עוד מישהו
א חוצפה, יעצט דערמאן איך מיר, אז פאר ל"ג בעומר האט איין ארגאניזאציע וואס שנארעט לעילוי נשמת הרשב"י מיך גערופן, ולזכותם ייאמר אז זיי שטעלן אויך צו אביסל וואסער מיט סירופ זכר למנהג אבותינו ווען ח"י ראטל איז נאך געווען משקה, האבן זיי מיר געפרעגט אויב איך וויל עפעס געבן, 395 פאר פרנסה, רפואה פאר 292 א.א.וו.
זאג איך אים, רבי איד, איך דארף א סגולה ווי אזוי פון ענק פטור צו ווערן, איך האב געמיינט ער וועט זאגן 295 כמספר פטור, און פטור אן עסק, א מכה! דער שנארער האט געוואלט פון מיר גאנצע 423 כמנין 'פעגער', מלשון פעגער זיך אפ פון מיר.
וואס מיינען ענק, די סגולה האט געהאלפן אבער פאר פרי, איך האב אראפגעהאקט די טעלעפאן אויף אים כמנהג הקטן באלפי ישראל.
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:40 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:54 am
דורך ברסלבער
איך בין מוחה בכל התוקף אויפן דבר יום ביומו פארן אריינלייגן אזא העצערישע מודעה וועלכע מאכט חוזק מכל הקדוש לנו. ואני את נפשי הצלתי.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:52 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב א מורא'דיגע סגולה פון א גרויסען ספרד'ישען בעל מקובל וואס איז בדוק ומנוסה
איך האב שוין פאר א לענגערע צייט נישט געהאט קיין פרנסה ביז איך האב באקומען א סגולה פון א גרויסען בעל מקובל.
איך האב געזוכט און האב ב"ה געטראפען א דז'אב און איך גיי ב"ה אריין ארבעטען איעדען טאג און פון יענעם טאג האב איך ב"ה "פרנסה בריווח"
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:23 pm
דורך [NAMELESS]
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך האב א מורא'דיגע סגולה פון א גרויסען ספרד'ישען בעל מקובל וואס איז בדוק ומנוסה
איך האב שוין פאר א לענגערע צייט נישט געהאט קיין פרנסה ביז איך האב באקומען א סגולה פון א גרויסען בעל מקובל.
איך האב געזוכט און האב ב"ה געטראפען א דז'אב און איך גיי ב"ה אריין ארבעטען איעדען טאג און פון יענעם טאג האב איך ב"ה "פרנסה בריווח"
אזא מאדנע סגולה האב איך שוין לאנג נישט געהערט

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 4:08 pm
דורך געוואלדיג
נשמת אדם האט געשריבן
אז מען דארף עפעס אויף טוהן אין אידישקייט, ווענד מען זיך צום מקור הישועות "קאווע שטיבל" און מען איז דארט מפרסם דעם רעיון לפרטיה ודיקדוקיה מיט אלע מפרשים בטוט"ד, און מען ווערט געהאלפן קודם ארבעים יום, ויהי לפלא.
נשמת אדם
שוין גארנישט אזוי מאדנע.