בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:34 am
דורך קענער
וואס האט דאס מיט "אדמורים" דאס זענען "חסידים"?
אבער טאקע א קידוש ה'! מהם ילמדו וכן יעשו
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיתות הדבר איז בעלזא נישט קיין ראיה. אין חב"ד באלאנגט דער בית החיים צו זיי און זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען אויפצושטעלען דער מצב כפי שכלם. אין בעלזא ליגט דער בעלזער רב אין א פאבליק בית החיים און זיי קענען נישט מסדר זיין א געהעריגע 'סדר הבאסעס' כפי רוחם. אויף סאטמאר איז דאס טאקע א תביעה. דער בית החיים באלאנגט צו זיי (?!) און זיי קענען מאכען סדר אז זיי ווילען.
אבער ווי וואלט אויסגעקוקט דער חגא פון כ"ו אב אן "שטיץ דער רבינ'ס ישיבה וואס הושיבו ישיבה על קברו" הונדרעטער מאל. ס'איז כמעט ווי שבת אן טאמעטא דיפ.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:45 am
דורך טיטאניק
איין זאך בין איך זיך מחולק
בעלז איז א קהילה וואס "וואס זי וויל טין טיט זי" עס קען זיין אפילו אויף די לבנה אויך זיי פירען אלעס אויס
פאבליק בית החיים איז צי א שוואכע תירוץ פאר בעלז, איין אייכלער איז דאס מסדר אין א רגע
און פארוואס טאקע נישט?
איינער וועט זיי אפהאלטען אויב זיי וועלען מאכען א שיינע רייע? א שיינע סדר? וועמען שטערט עס? אדרבה!
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:49 am
דורך ציבעלע-קיגל
קענער האט געשריבן:וואס האט דאס מיט "אדמורים" דאס זענען "חסידים"?
אבער טאקע א קידוש ה'! מהם ילמדו וכן יעשו
דאס האט גראדע יא צוטוהן מיט רבי'ס. ווייל ווען מען קוקען אן און זעהן ווי אזוי חסידים פירן זיך אויף... קאן מען פון דעם זעהן "פונקט" ווער דער רבי איז (אדער געווען)
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:55 am
דורך עפל סיידער
עס קוקט נישט אויס דארט אז ס'איז דא צופיל מיט וועם זיך צו שטיפען.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:15 pm
דורך שמעקעדיג
טיטאניק, איך האב שוין לאנג צוריק געעפנט אזא אשכול
viewtopic.php?f=24&t=4995עיי"ש ותמצא נחת
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:38 pm
דורך טיטאניק
זייער א שיינע אשכול
לא ידעתי, איך בין גרייט צי מקבל נזיפה זיין פון מעלת כבוד תורתו הרמה
אבער מיינע צוויי סענט וואס מיין אשכול איז שונה ממך איז די ווערטער וואס איך האב געשריבען:
טיטאניק האט געשריבן:פון דא און ווייטער געב איך די ווארט פאר אלע ניק'ס צי ברענגען ווערטלעך, מעשיות,
לינקס, קליפס, ריקארדינגס פון אדמורים ווען זיי פירען זיך אויך
מענטשליך!
הצלחה!

חילוק 1: לינקס קליפס און בילדער (וואס מען קען נישט אפרעגען)
חילוק 2: לאו דוקא סיפורי צידקות(ווי ביי דיר), נאר מענטשהייט
למשל דאס אז ר' הערש מיילעך גייט מנחם אבל זיין א מאמע וואס זיצט שבעה אויף איר זין אדער חב"ד געבט אכטאנג אויף קברים דאס איז נישט קיין צידקות, דאס איז "מענטשליך" און אזוי וואלט יעדער חדר אינגעל געדארפט טין
סא סיפורי צדיקים (למשל ר' חיים יושע ה"ש מיט זיין האלל אדער מונקאטשער'ס פדיון שבויים וכו') וועט מען שרייבען ביי דיר, און דא וועט זיין די מקום פון "מאנירען און מענטשהייט" ביי די מאנדע ברואים וואס הייסען "רבי'ס" וואס בעצם זענען זיי היפוך דאס......................
פשוט ווען עס מאכט זיך ביי זיי א שוואכע מיניט און פירען זיך אויף ווי מענטשען...... געשעט זייער זעלטען און ווען עס געשעט איז עס זיס
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:43 pm
דורך סמבטיון
ליהוי ידיעה, דאס וואס ר' ישראל וויזניצער האט געטוהן ביים קאליבער, טיט שוין דער בעלזער פאר די לעצטע 20 יאהר, ער ריפט איהם צי אלע שמחות אין בעט איהם צי זינגען סאלא קאקאש, אין רעדען פאר פייער אין פאר וואסער פאר טויזענטער יודן אבי צי מחזק זיין א ערליכע מיטגעמאכטע יוד וואס איז אדארך דאס ערגסטע אינעם קריג ווי באוויסט.., ער האט גארנישט פין דעם, נישט קיין כבוד אין נישט קיין געלט, אפילו דער קאליבער האט אסאך.. , קיק אויף יעדע בעלזער שמחה וועסטו איהם זעהן זיצן דארט נעבן דעם בעלזער. דאכצעך אז ער גייט איהם וויזיטען פון צייט צי צייט אויך.
בנוגע צי בעלזער רבי קריגט זיך מיט זיינע מחותנים, איז טאקע נישט דא דער מקום ווי געבעטן פינעם פותח האשכול, אבער אין 1 ווארט, אויב קומט די אינפארמאציע פון שאולזאהן, וואס פירט א העפטיגע קאמפיין קעגן דעם בעלזער, איז עס נישט נאמן כלל וכלל.
א דאנק פארן עפענען דעם אשכול, צייט צי הערן אביסעל גוטס אויף מנהיגי כלל ישראל.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:49 pm
דורך טיטאניק
אדרבה לייג א בילד א לינק...........
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:08 pm
דורך איך אויך
א לינק צי וואס?
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:09 pm
דורך איך אויך
ר' סמבטיון זארג דיך נישט פארען קאליבערס געלט. זיין נייע ספרדישע רעבעצין ארבייט פעסט דערויף און זי הרגט זיך ארום מיט זיינע גבאים כדבעי.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:26 pm
דורך יין שרף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיתות הדבר איז בעלזא נישט קיין ראיה. אין חב"ד באלאנגט דער בית החיים צו זיי און זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען אויפצושטעלען דער מצב כפי שכלם. אין בעלזא ליגט דער בעלזער רב אין א פאבליק בית החיים און זיי קענען נישט מסדר זיין א געהעריגע 'סדר הבאסעס' כפי רוחם. אויף סאטמאר איז דאס טאקע א תביעה. דער בית החיים באלאנגט צו זיי (?!) און זיי קענען מאכען סדר אז זיי ווילען.
אבער ווי וואלט אויסגעקוקט דער חגא פון כ"ו אב אן "שטיץ דער רבינ'ס ישיבה וואס הושיבו ישיבה על קברו" הונדרעטער מאל. ס'איז כמעט ווי שבת אן טאמעטא דיפ.
דאכט זיך אז די ביה"ח איז די אפיצעלע אידישע שטאטישע ביה"ח אין קעמביאו רידטש אין קווינס, און באלאנגט
נישט פאר חב"ד, נאר זיי האבן א חלקה דארט. פונק ווי אסאך אנדער קהילות האבן אין נוי דזערסי.
עפל סיידער האט געשריבן:עס קוקט נישט אויס דארט אז ס'איז דא צופיל מיט וועם זיך צו שטיפען.
אלס הולך מידי שנה בשנה סיי ג' תמוז קיין קווינס, און סיי כוא"ב קיין ק"י, קען איך דיר זאכן אז ע"פ די שאצונג איז דא איין א האלב מאל אזוי סאך באזיכער אין חב"ד!
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:51 pm
דורך יין שרף
מיט יארן צוריק בין איך געשטאנען אויף רחוב שמואל הנביא אין ירושלים ביים באס-סטאפ, ווארטן אויפ א רייד.
שטעלט זיך אפ א קאר אין פרעגט מיר אויב איך ווארט אויף א רייד, און ער האט מיר גענומען ווי איך האב טאקע פונק געוואלט גיין.
א גאנצע וועג האב איך מיר געפילט אביסל אומבאקוועם, זיצענדיג אינעם קאר כ"ק אדמו"ר מדושינסקי!
זאגט מיר די גבאי א טאג שפעטער, אז די רבי האט אים געהייסן זיך אפשטעלן פאר מיר!
דיסקלעימער! איך האב פארדעם קיינמאל געזעהן דושינסקי רבי (דערנאך שוין יא אפאר מאל)
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:52 pm
דורך טיטאניק
יין
איך האב נישט געוואלט בכלל זיך טענה'ן מיט דער עפעל סיידער, ווייל זיין נאמען וואס ער האט געקליבען איז מיר געניג צי פארשטיין ווי גרויס זיין צימצום איז
דער האט נישט קיין השגה ניט וואס חב"ד איז און ווער זייער רבי איז געווען
ביי עם מיינט "רבי" עפעס א גערעגטער מענטש וואס שרייט פאר פייער און וואסער און פירט ביליגע פאליטישע קריגערייען און לויפט קיין מיאמי יעדע שני וחמישי און קאלעכט אויף די עלטער און מער ווייניגער ווערט ער געפירט דארעך א גרופ פון נידעריגע מאפיאנערען, און אויסער חרמות קללות און קינדערישע קריגערייען קען ער גארנישט
להבדיל פון חב"ד וואס איז א חסידות וואס איז איין שטיק "אויפטי" יונגעלייטלעך דארט באהאלטען אין די לינקע קעשענע אלטע שיינע אידען אין סאטמאר מיט זייער יראת שמים תורה ועבודה פנימית, נעם עני שליח א ראצער פון א יונגערמאן וואס קען אלעס וואס יעדע רב דארף קענען, אידען עובדים בעלי חסד אויף די גרעסטע פארנעם נאר מעגליך
זייער רבי? א איד איין שטיק העכערס דערהויבען טיעף ביזי געווען נאר מיט דער אייבישטער און זיין תורה, נישט צי משיג זיין ווען מען קיקט זיינע קליפס אויף יו טוב
דאס אלעס קען א סאטמערע קאפ נישט משיג זיין, עס קריכט עם נישט אין קאפ אריין אז עס באשטייט בכלל אזאנס ממילא זאגט ער "הע הע נישט געווען דארט קיין מנין נישטא דארט קיין מנין....." בהמה איינער
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:00 pm
דורך שרייבער
טיטאניק האט געשריבן:די מושג פון "עליה לציון" ביום היארצייט איז געווארען א טאג פון א שרעקליכע מיסמענעדזשמענט און פון בזיון המת (ווען די חסידים טרעטען אויף קברים וואס צי זייער שלעכט גורל האט מען זיי באגראבען נעבען רבי'ס)
למשל די מארקעט טאג כ"ו אב אין קרית יואל, אדער כ"א אב אין הר המנוחות ווען מען האט ציבראכען די מצבה פון גאון עולם פוסק הדור ר' משה פיינשטיין זצ"ל, אדער מירון ווי עס ווערט א גאנצע חאזעריי פון אלע כאלערעס, און אזוי ביי רוב גרויסע רבי'ס\גדולים אדער קברי צדיקי יונה לאנדא, ווען דער עולם פארלירט זיין גאנצע מענטשהייט און ערליכקייט, מען ניצט אויס א יום הילולא פאר א פאנדרעזינג טאג, שלעגערייען ברעכען אויס צווישען יורשים, היוצא מכל אז מען לאזט איבער א שרעקליכער בזיון און א בארג פון שמיץ און חילול
איך פלעג אייביג דן זיין לכף זכות אז עס איז נישט מעגליך צי קאנטראלען א גרויסער עולם, וואס קען מען דען טין?
אבער יעצט איז געווען דער יארצייט פון דער חב"ד'סקער רבי זצ"ל און איך קיק אויף די בילדער און איך שטוין, מען זעט ווי עס הערשט א קעניגליכע סדר, קיינער שטיפט נישט, מען ציטרעט נישט קיין קברים א גרויסע צוים טיילט אפ צווישען די חסידים און די שכנים פון דער רבי, קיינער ווארפט נישט קיין שמיץ, קיינער גייט נישט נאכגעלט, קיינער שלאגט זיך נישט, קיינער שטיפט נישט, עס איז ראהיג און מכובד, ממש א כבוד שמים!
איך האלט אז אלע חסידים וואס ווילען זיין מענטשליך זאלען דאס נאכמאכען

דו האסט אמאל געזען כ"ו אב קריכן אויף מציבות? די גאנצע וועג ארויף צום ציון איז כמעט נישטא קיין קברים
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:02 pm
דורך טיטאניק
ליין וואס איך "שרייב" און נישט וואס די פארשטייסט
טיטאניק האט געשריבן: למשל די מארקעט טאג כ"ו אב אין קרית יואל, אדער כ"א אב אין הר המנוחות [b]ווען מען האט ציבראכען די מצבה
ר מענדל וויזניצער איז מחזק א קינד צי וואקסען א ראש ישיבה
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:04 pm
דורך טיטאניק
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:21 pm
דורך positive.yid
דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:34 pm
דורך חד גדיא
אלע דריי האבן בתי מדרשים
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:28 pm
דורך positive.yid
חד גדיא האט געשריבן:אלע דריי האבן בתי מדרשים
יא, אבער דער דריטער איז דאך איצטער אין זיין אייגענע בית מדרש.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 4:41 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
וואס איז דאס ווערד ער רצחט זיך ארוםמיט זיין שוואגער אין ירושלים יעדן טאג נייעמכות יעדן טאג אין בית משפט-קארט.
אבער ווען איך וועל גיין אין קארט וועט איר אלע מוחה זיין.
איך האב א קרוב ביי אים איןשטעטל וואס זיין טאטע איז אוועק עטליכע יאר צוריק זין מאמע די אלמנה האט נישט קיין ברויט מען איז אריין צו אים בעטן געלט צושטעלו עסקנים האט ער גענטפערט איך האב.
ווען מען גייט מנחם אבל זיין אלעס וואול אבער דא וויס איך נישט צועס איז לשם שמים עס איז גוט פאר די פי אר
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 4:48 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
לאמיך אפ מיט אלע רביס איך האלט פון רביס וואס גיבן צדקה און געלט דעטס אלל
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:01 pm
דורך הסופר
טיטאניק האט געשריבן: אין א צייט ווי דעם איז די מערסט פאסיג און ארגינעל צי ארויף לייגען פאזעטיווע נייעס פון אדמורים, נישט חלילה אז איך מיין זיי צי ריין וואשען מיט די גיטע נייעס, נאר אזוי ווי יעדע יוצא מן הכלל איז אינטערסאנט (למשל ווען א קאץ קען ארים שפאצירען ווי א מענטש, ווען א ציגעלע קען שרייען ווי א חזן....) די זעלבע גייט מהיום והלאה ווערען אינטערסאנט ווען מען גייט זען ווי א רבי פירט זיך אויף ווי א בשר ודם ווי א מענטש
אבער פארט נאך אלעמען א קאץ בלייבט א קאץ, און א ציגעלע בלייבט א ציגעלע, און א רבי בלייבט א רבי.